בלאט 2 פון 13
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:47 am
דורך [NAMELESS]
יאנקל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:5. אחרון אחרון חביב אונזער באליבטער ברסלבער משפיע דא אין קאווע שטיבל.
מיר אלע דערקוויקן זיך מיט זיינע רייכע אשכולות איבער ברסלב מהו, די שיינקייט פון אידישקייט, און חומרות אין פסח.
אויך איז לעצטנס צוגעקומען אן אשכול איבער יואב'ס סיסטעם וואס איך האב נאכנישט עספיעט צו ליינען, אבער כ'בין זיכער אז ס'איז מלא טעם וחן. ווער רעדט נאך אין מאחורי, דארט איז ער מגלה טפח מגדלתו במדת אהבת ישראל, ויראתו, צדקתו, וחכמתו.
you are the man, and we love you dearly.
אט אזוי!
אייזן געזאגט. און ברסלב אבי געהאקט, דו האסט מער חסידים נאמנים פון אסאך פון די משפיעים אויסגערעכענט. קאווע שטיבל׳ס סטאקס גייט נאר ארויף מיט יעדע תגובה דיינע. אשרנו שזכינו לחסות בצל כנפיך! יעדע תגובה מלא אהבת ישראל, אהבת השם, ואהבת התורה. מלא חסידות ויראת שמים טהורה. א שטאלץ אין א פראכט דיר צו האבן דא. (שוין אפגערעדט פון דיינע ידיעות וועלכע העלפן אסאך אידן דא הנזקקים לכך)
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:50 am
דורך לעיקוואד
מורינו הרב האט געשריבן:
אצינד דארף מען אויך נעמען אין באטראכט, אז עס זענען דא רבי'ס וואס האבן בעצם איבערגענומען חסידות'ער, אבער וואס זענען זיי נעבעך שולדיג? - זיי פירן דאס ממש אויף אן אייגנארטיגע נוסח, מיט א טעם פון זיך אליין, און ציען ציה פיל פרעמדע, א שטייגער ווי ביידע סלו(א)נימע רבי'ס בדורינו, וואס ציען ביידע פרישע מענטשן פון די גאס, און ביידע זענען משפיעים אויף זייער וועג, און שטארק כאראזמיטיש.
קיין איינע פון די סלאנימער רבי'ס, הגם זיי אבען טאקע עפעס וואס צו פארקויפען, זענען נישט אפען אריינצונעמן א פרעמדער אין זייער חסידות און ער זאל זיין פונקט אזוי פירסט קלאס חסיד ווי די וואס זענען געבוירען דארט, משא"כ די משפיעים. פארשטייט זיך דאס איז ווייל די משפעים האלטן נאך ביים ערשטן דור..
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:50 am
דורך היימישער ליטוואק
לעיקוואד האט געשריבן:אפאר הערות אויף דער טעמע פון ר' מאטל זילבער, וואס איז בלי ספק דער קלוגסטער, גרעסטער בתורה, און מערסטער מאוזן'דיגער פון די גאנצע ליסטע היינטיגע משפיעים.
איז ער מער תלמיד חכם פון ר' צ"מ זילברבערג אדער ר' צ"מ מורגנשטערן?
לעיקוואד האט געשריבן:אחוץ דאס אלעס איז ער א מגיד און א בעל דרשן, איך בין שטארק חושד אז דאס איז פשוט א געוויסער כניעה מצדו צו דער מצב הדור, אדער בעסער געזאגט די כבוד און פאפולעריטי פון די סארט דרשות זיינע האבען עם גענויגט פון זיינע פרינציפען וועגן די מעלה פון טיפע חסידות וכו' און משכנע געווען אז ממעג אויך רעדן שטותים.. אין די דרשות קען ער האקען אויף אלעס און אלעמען, ווי אויך רעדן און נעמן א שטעלונג אויף נושאים וואס ער פארשטייט אין זיי בכלל נישט, כמנהג גוברין יהודאין, און אלטס מיט אזא פעסטקייט און זיכערקייט, הגם ער טוט דאס אביסעל מער אינטעלעגענטיש ווי דער דורכשניטליכער מגיד.
ווי למשל??
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:53 am
דורך היימישער ליטוואק
ממי_שאמרו האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:5. אחרון אחרון חביב אונזער באליבטער ברסלבער משפיע דא אין קאווע שטיבל.
מיר אלע דערקוויקן זיך מיט זיינע רייכע אשכולות איבער ברסלב מהו, די שיינקייט פון אידישקייט, און חומרות אין פסח.
אויך איז לעצטנס צוגעקומען אן אשכול איבער יואב'ס סיסטעם וואס איך האב נאכנישט עספיעט צו ליינען, אבער כ'בין זיכער אז ס'איז מלא טעם וחן. ווער רעדט נאך אין מאחורי, דארט איז ער מגלה טפח מגדלתו במדת אהבת ישראל, ויראתו, צדקתו, וחכמתו.
you are the man, and we love you dearly.
אט אזוי!
אייזן געזאגט. און ברסלב אבי געהאקט, דו האסט מער חסידים נאמנים פון אסאך פון די משפיעים אויסגערעכענט. קאווע שטיבל׳ס סטאקס גייט נאר ארויף מיט יעדע תגובה דיינע. אשרנו שזכינו לחסות בצל כנפיך! יעדע תגובה מלא אהבת ישראל, אהבת השם, ואהבת התורה. מלא חסידות ויראת שמים טהורה. א שטאלץ אין א פראכט דיר צו האבן דא. (שוין אפגערעדט פון דיינע ידיעות וועלכע העלפן אסאך אידן דא הנזקקים לכך)
און די יחודים וואס דו ביסט מייחד, רבינו ברסלבר, זענען מזווג אלע עולמות מה לפנים ומה לאחור, נעשה אדם נאמר בעבורך...
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:56 am
דורך לעמאן דזשוס
ר׳ מיילעך בידערמאן למשל מחמת חוסר פנאי כרגע אקצר.
שרייבסט ער דאווענט אפ אפאר דפים גמרא טעגליך...בעת, ער איז א שטארקע לערנער און מלא על כל גדותיו מיט ראשונים אין יעדן הינזיכט. שיסט מראי מקומות פון ש״ס ופוסקים תמיד!
שרייבסט, ער זאגט תורהלעך פון גליונות און שבת בלעטלעך....ווייטער, סתם הוילע פוסטעניש. אויב האסטו אים שוין אמאל געהערט ווייסטו אז ער גיסט בשפע קודש פון זיין אייביגן קוואל.
נאך שרייבסטו וועגן זיין ארץ ישראל וועגן איסור יציאה.....סתם אבי געזונט...ועוד ועוד.
און איך בין נישט זיין פאלאוער. כאב אים בלויז געהערט אמאל דא דארט...
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:02 am
דורך לעיקוואד
האסט אמאל גערעדט מיט עם אין לערנען? אדער געזעהן ווי ער לערנט? איך יא. ער שיסט טאקע מראי מקומות, און בכלל האט ער אזא סטייל פון 'שיסען' וואס מאכט עס אויסזעהן כאילו סאיז עפעס מעכטיג, בשעת סאיז על פי רוב פשוט איבערגעקייטע זאכען, און גאנץ וייניג לפי ערך.
ער גיסט בשפע קודש, אבער רוב מקורות זיינע איז נישט פון ערנסט אדער גרונטליך לערנען ספרים, חסידישע אדער אדערווייז, נאר ענדערש פון מקורות פון ליקוט אריינגערעכנט בלעטלעך און צייטונגען. ובעיני ראיתי. די דרגה פון עומק זיינע איז זיכער נישט מער ווי די תורות אין יוד.
האסטו אן אהנונג וויפיל בקיאות מקען שיסען נאר פון דורכליינען די תורות אין המודיע או עלים לתרופה יעדער וואך, און דערנאך זיי איבערזאגען (בערך פינף הונדרעט מאל די זעלבע תורה אין א וואך), מיט די סארט פייער מיט וואס ר' מיילעך איז געבענטשט געווארען פון זיין מאמע'ס בלוט?
לגבי איסור יציאה, אזוי האב איך געהערט בשעת איך האב זיך געדרייט ארום עם, אויב האסטו אנדערע מקורות וואס זאגען אנדערש שיהיה.
איך בין אביסעל מגזים, איך נוץ אביסעל ליטערישע כלים און מטאופורן ארויסצוברענגען מיין התרשמות. איך שרייב נישט קיין סייענטיפיק אפשאצונג.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:07 am
דורך לעמאן דזשוס
יישר כח פארן קלארשטעלן...
אלזא בין איך נאך אלץ נתרשם אנדערש און א התרשמות שרייבט מען נישט בלשון ודאות...
אז מען רעדט שוין, וואס איז די מעשה מיט זיין ברודער...עפעס א כוכב אויך. געוועה דא אין אמעריקא אין א האטעל מיט א קבוצה יונגעלייט פארבראכט א שבת. זיי זאגן מבהיל על הרעיון זיין בקיאות און צדקות. קענסטעם?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:08 am
דורך לעיקוואד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:אפאר הערות אויף דער טעמע פון ר' מאטל זילבער, וואס איז בלי ספק דער קלוגסטער, גרעסטער בתורה, און מערסטער מאוזן'דיגער פון די גאנצע ליסטע היינטיגע משפיעים.
איז ער מער תלמיד חכם פון ר' צ"מ זילברבערג אדער ר' צ"מ מורגנשטערן?
לעיקוואד האט געשריבן:אחוץ דאס אלעס איז ער א מגיד און א בעל דרשן, איך בין שטארק חושד אז דאס איז פשוט א געוויסער כניעה מצדו צו דער מצב הדור, אדער בעסער געזאגט די כבוד און פאפולעריטי פון די סארט דרשות זיינע האבען עם גענויגט פון זיינע פרינציפען וועגן די מעלה פון טיפע חסידות וכו' און משכנע געווען אז ממעג אויך רעדן שטותים.. אין די דרשות קען ער האקען אויף אלעס און אלעמען, ווי אויך רעדן און נעמן א שטעלונג אויף נושאים וואס ער פארשטייט אין זיי בכלל נישט, כמנהג גוברין יהודאין, און אלטס מיט אזא פעסטקייט און זיכערקייט, הגם ער טוט דאס אביסעל מער אינטעלעגענטיש ווי דער דורכשניטליכער מגיד.
ווי למשל??
רצ"מ איז א גרויסע ת"ח און בקי, סי אין נגלה און סיי אין חסידישע ספרים וכו'. אבער ער לערנט נישט אפ א זאך אויף אן אופן וואס קען זיך בכלל פארגלייכען צו ר' מאטל. און אין כח החידוש און יצירתיות איז ער בכלל ממש גארנישט, בוודאי לעומת ר' מאטל וואס האט א יצירתיות און אימעדזשינעישין וואס איז זעלטן.
אימ"מ איז אויך א גרויסע בקי, און אין פיל זאכן מסתמא מער בקי פון ר' מאטל, אבער קומט אויך נישט צי אין די הבנה וניתוח פון א זאך אדער אין די כח החידוש. (למעשה קען מען מעיין זיין אין דער השוואה, ווייל זיי שפילען אביסעל אין אנדערע פעלדער. למשל אין קבלה איז רי"מ אסאך א גרעסערע מחדש פון ר' מאטל.) ובעיקר, אין דער ענין פון איזון איז רי"מ אפילו נישט א הו"א פון א פארגלייך צו ר' מאטל.
נושאים וואס ער פארשטייט נישט? למשל חינוך, למשל יעדער זאך וואס האט צוטוהן מיט באצינגען מיט מענטשען, שלום בית, זאכן וואס ער האט נישט אין זיי דער מידענסטער עקספיריענס, וכו' וכו' וכו'.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:08 am
דורך לעיקוואד
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יישר כח פארן קלארשטעלן...
אלזא בין איך נאך אלץ נתרשם אנדערש און א התרשמות שרייבט מען נישט בלשון ודאות...
אז מען רעדט שוין, וואס איז די מעשה מיט זיין ברודער...עפעס א כוכב אויך. געוועה דא אין אמעריקא אין א האטעל מיט א קבוצה יונגעלייט פארבראכט א שבת. זיי זאגן מבהיל על הרעיון זיין בקיאות און צדקות. קענסטעם?
וועלכע ברודער? ר' חיים יוס'ל?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:12 am
דורך ר' שמחה
אפשר ר' נחמן, אדער גאר ר' מענדל פון לאנדאן.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:14 am
דורך לעיקוואד
(דער פון לאנדאן איז שמעלקע דאכציך).
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 am
דורך לעמאן דזשוס
יא, ר׳ נחמן.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:24 am
דורך לעיקוואד
ר' נחמן איז אן ערנסטער יוד, אסאך מער ערנסט אויפן דרויסנדיגער הנהגה פון ר' מיילעך וואס איז פיל מער לעבעדיג און קאלארפיל. איך קען עם נישט אזוי גוט.
ער איז בכלל מער א שטילער סארט.
דאווענט יעדער טאג שחרית צויי אזייגער אין סאטמער רח' יואל, באריכות ומתינות גדול.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:27 am
דורך משה געציל
צוריק צו די משפיעים, איך פלעג א שטיק צייט אסאך הערן ר' חיים קויפמאן ז"ל פון געטסעהידער ישיבה. אין זיינע ספרים על התורה בין איך נאך מעיין פון צייט צו צייט, אבער זיינע דרשות האבן נאך א צייט אנגעפאנגען קריכן, איבערזאגענדיג די זעלבע נקודה פופציג מאל אין איין דרשה.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:37 am
דורך קאווע טרינקער
די אשכול קען זיך ציען לאין סוף..
האסט אויסגעלאזט פון די רשימה 1000'טע משפיעים. למשל, ר' מענדל גאלד פון בארא פארק ועוד..
דאס בעסטע צולייגסטו ר' מאטל זילבער. געהערט עטליכע מאל, איך האב הנאה געהאט ווי ער איז כסדר מסביר בדרך משל וכו'
דער היסעריי בשעת'ן רעדן מאכט נערוועז. זיין שווער הערט זיך לייכטער.
בכלל, די אלע משפיעים זענען, ווי ר' אלימלך זאגט, א בחינה פון ''כי הרבית''... די סיבה דערפאר איז ווייל נאר תמימים שאפן דאס געגייעכץ וכו', און מרוב תמימות זוכן זיי כסדר בעסערע און פרישע משפיעים... היינט איז עס תולדות אברהם יצחק מארגן ר' ישעי' ווייס וחוזר חלילה.
משה געציל קען אויך נישט שלאפן?
די פראבלעם פון איבערזאגן די זעלבע זאך מאכט זיך אפילו ביי וועלטס רעדנערס ווי למשל מו''ר הרב יונתן ***, ער האט צענדליגע מעכטיגע געדאנקען און ער דערמאנט זיי כסדר. אפשר דאס מיינט "מרגלא בפומיה"?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:41 am
דורך לעמאן דזשוס
קאווע, איך וויל לייקן נאר האלב פון דיין תגובה.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:45 am
דורך קאווע טרינקער
וואסי? דו ביסט ישעי' ווייס?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:04 am
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:28 am
דורך מורינו הרב
לעיקוואד האט געשריבן:מורינו הרב האט געשריבן:
אצינד דארף מען אויך נעמען אין באטראכט, אז עס זענען דא רבי'ס וואס האבן בעצם איבערגענומען חסידות'ער, אבער וואס זענען זיי נעבעך שולדיג? - זיי פירן דאס ממש אויף אן אייגנארטיגע נוסח, מיט א טעם פון זיך אליין, און ציען ציה פיל פרעמדע, א שטייגער ווי ביידע סלו(א)נימע רבי'ס בדורינו, וואס ציען ביידע פרישע מענטשן פון די גאס, און ביידע זענען משפיעים אויף זייער וועג, און שטארק כאראזמיטיש.
קיין איינע פון די סלאנימער רבי'ס, הגם זיי אבען טאקע עפעס וואס צו פארקויפען, זענען נישט אפען אריינצונעמן א פרעמדער אין זייער חסידות און ער זאל זיין פונקט אזוי פירסט קלאס חסיד ווי די וואס זענען געבוירען דארט, משא"כ די משפיעים. פארשטייט זיך דאס איז ווייל די משפעים האלטן נאך ביים ערשטן דור..
פארוואס זאגסטו אזוי? - וויפיל איך האב געהערט זענען זיי ביידע געבויט געווארן כמעט נאר פון פרעמדע. איך האב א ברודער וואס איז אריינגעפאלן צווישן די שווארצע און ער איז זייער באקוועם דארט. ווידער א פעטער מיינער וואס איז א ווייסער (תלמוד הנתיבות שלום זצ"ל), זיי זענען אלע פיין באקוועם דארט, דער פעטער איז זיך משדך דארט, כאילו לא היה.
(אגב: אז מען רעדט פון סלונים, זאגט מיר מיין ברודער אז א סלאנימער ווערט מען נאר אלס בחור, ווען מען מיינט אז עס איז גאלדענע גליקן... א יונגערמאן, אויב איז ער נארמאל, ווערט ער נישט קיין סלאנימער, ודו"ק - אריין אין מאחורי.)
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:46 am
דורך לעיקוואד
איך זאג אזוי ווייל איך קען מענטשען וואס האבען פראבירט זיך אריינציגלידערן דארט. סלונים הלבן איז בוודאי זייער א snobby פלאץ. והשחור איז נישט פיל אינטערשטעליג.
קען זיין אז א דור צוריק זענען רוב געווען פרעמדע. כמו שכתבתי, יעדער חסידות איז אמאל רוב עולם געווען פרעמד..
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:01 am
דורך מורינו הרב
לעיקוואד האט געשריבן:איך זאג אזוי ווייל איך קען מענטשען וואס האבען פראבירט זיך אריינציגלידערן דארט.
זיך איינצוגלידערן וואו? - ביי די לבנים אדער ביי די שחורים?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:10 am
דורך לעיקוואד
לבנים.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:21 am
דורך מורינו הרב
ביי די לבנים אין היינטיגע טעג ווייס איך נישט - מיין פעטער איז פון פאריגע דור. ביי די שחורים ווערן נאך היינט פרעמדע. די ישיבה איז האלב פון פרעמדע און א גרויס חלק ווערן חסידים.