פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
איך בין דארט געוועהן דאס ערשטע מאל מיט 3 יאר צוריק ר״ה תשע״ב אין כהאב נישט חרטה אויף קיין איין מינוט אדרבה ׳הצצתי ונפגעתי׳ איך בענק זיך ווען וועל איך שוין נאך אמאל זוכה זיין צו אזא לעכטיגע ר״ה וואס כהאב געפראוועט כהאב געדאווענט אין קלויז סאיז געוועהן זייער געשמאק, בושתי וגם נכלמתי ווען אין מקווה בין איך געווען דער איינציגער אן קיין כתובת קעקע כשושנה בין החוחים... צו גן סופיה האב איך זיך אריינגעכאפט פון א גדר וואס כהאב אריבער געקראכען צו מיין מזל בין איך געכאפט געווארען דורך איינער פון די שומרים נאך אפאר מינוט ער האט מיר ארויסגווארפן וי א הונט אן קיין רחמנות עסן איז זייער געשמאק סאיז דא לרחצה יואלי ראט׳ס חברה מאכען דארט קומזיצען אז סגייט ארויס די נשמה פון זיסקייט! צו נעילת החג גיי צו הרב שיק דו וועסט נישט חרטה האבן מוצאי ר״ה טאנצט מען דארט אז סגייט ארויעך דאס יאר גיי איך נישט זיין הלוואי דאס נעקסטע אויב משיח וועט נאך ח״ו נישט זיין