בלאט 2 פון 2

Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 6:29 pm
דורך שמואל הלוי
גבאי שני האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דאס א "בילד וואו מ'זעט פרויען", נישט א "בילד פון פרויען".

:roll:

Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 7:37 pm
דורך Java
איך וואלט אויך געזאגט מען זאל אויסבלוריען די דריי פנימער וועלכע מען זעט אינעם בילד.

Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 8:02 pm
דורך ידען
Java האט געשריבן:איך וואלט אויך געזאגט מען זאל אויסבלוריען די דריי פנימער וועלכע מען זעט אינעם בילד.

די מיידעלעך? :shock:

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:03 pm
דורך סאשי פיש
נא, למעשה ווי גייט מען?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:19 pm
דורך גנדי
לוינט זיך צו גיין צו וואשינגטאן די. סי. דעם חול המועד?

איך טראכט פון צוויי טעג און איבער שלאפן איין נאכט.

איז דא כשרע עסן? סוכות? מנינים?

וועלעכע פלעצער לוינט צו גיין?

ווי לוינט זיך איבער שלאפן?

ווען איז די בעסטע צו ארויס פארן?

ווי אזוי גייט מען ארום דארט? מיטן קאר? באסעס? טעקסי? טרעין?

ביטע העלפט ארויס.

א דאנק.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:04 am
דורך gehlungen
סאשי פיש האט געשריבן:נא, למעשה ווי גייט מען?

I would say try Nagra Falls its really interesting can you have a lot of time for it

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:00 pm
דורך חייםהערש
נו ?
עפעס א גוטער רעיון? נישט ווייט פון מאנהעטען

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:32 pm
דורך park ave
tomorow the lest day
http://www.pacplex.com/

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 5:36 pm
דורך Big Boy
Philadelphia Zoo is very nice and relaxing. Also not too much to walk.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 18, 2016 9:44 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
נו? ווי קען מען גיין דער יאר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 5:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין געגאנגען כולאמויעדען מיט מיין משפחה קיין ברוקלין צום אידישען געגענט דארט, ווי איך האב משפחה. 82טע גאס איז פונקט אין מיט'ן דער אידישע געגענט און הארט ביים אראפ קומען פונ'ם בריק זענען מיר געווען אין דער ירושלים דאמעריקא, דער קעלם דברוקלין. נאך א פליישיגע סעודה זענען מיר געגאנגען מנחה'ן אין די צענטער פון דער וועלט (טאקע דער וועלט וואס לעבט אין א טעות). א מנחה האט מען געפראוועט אזוי לאנג ווי שחרית און מוסף, מיט הושענות און תחנון, אבער אלס קומט צו א סוף און מיט א היום תאמצנו זענען מיר אויפ'ן וועג.

פאר מיין לעיקוואודער געהאדעוועטער קינדער, איז גענוג א ניו יארקער באן פאר אן עקסייטינג חולאמויעד, און ווען ס'גייט מיט א פעררי רייזע, קען מען אפשטופען משיח פאר דעם אויך. דאס איז נאך מער געשמאק ווי טרעפען ישן אוטס נאך חנוכה, צו זיך וואשען אויף מזונות ברויט.

גייען מיר אויפ'ן באן אויפ'ן וועג צום ס.א. פעררי. פלוצלונג קומען ארויף נאך אידישער געזיכטען. ס'איז דא נאך אידישע געגענטער אין ברוקלין אחוץ בענסאנהירסט? זעט זיך אויס אז יא. כל מיני יונגע פארעלעך קומען דא ארויף. יונגעלייט מיט שטריימלאך, בלויז מיט בעקיטשעס, און איינער שטייט אין קלאצט מיט אן אפענע טלית קטן. ווייבער מיט שפיצלעך, הייבען, הוטען און איינער נישט מיר געדאכט מיט א גענצליכע אפענע שייטעל. טאמער זו זעסט א ליטוואק מיט א פאר קינדער כאפען אן זיין רעקעל און א פאר ספרים אונטער'ן ארעם, ביטע נישט אויסזאגען משום גילוי.

דעמאלס האב איך געכאפט פארוואס מיר ליטוואקעס זענען מקנא די חסידים. האלטס ענק מיט מנחה נאכ'ן שקיעה, שחרית נאך זמן תפלה, חדש מזונות ברויט, יאגען מנחה יוכ"פ און טראגען מיט פסול'ע עירובין. ווען דער אראנזשירטע הייראטונג, ווען ס'געלונגט, מיינט אז די ניינצען יעריגע שנוק אויפ'ן באן האט געמאכט שמועס'ן געמוטליך מיט זיין יונגע ווייב'ל, האט מען שוין וואס מקנא צו זיין. ווען איך בין געווען אכצען ניינצען, האב איך ניטאמאל געמעגט חלומ'ן פון אזא זאך. נאך פיהר פינף יאר פון זיך שלאגען מיט זיך צו האלטען דער קאפ ריין אויף תורה האט מיר געווארט, און דער יואלי באקומט עס אזוי אויף א זילבערנעם טאץ. דאס האבען ענק, און מ'רעדט זיך נאך אפ דערוועגען!

א גוט מועד און א גוט קוויטעל.

Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 5:32 pm
דורך אהרן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 12:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היינט האב איך גאר אן אנדערען טריפ. מיין חבר האט געהאט א אינגעל ערב שבת, און לעיקוואוד האט גאר אן אינטרעסאנטע מנהג. ווען איינער מאכט א ברית, שטעלט ער זיך אויף ביים סעודה און ער זאגט א שטיקל תורה אויף די סוגיא וואס ער לערנט אין כולל/ישיבה/חדר. ביי מיין לעצטע אינגעל האב איך זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבען דער שטיקעל מיט די תומים אין סימן כ"ה. מיין טאטע זז"ג איז א פיינעם ת"ח, אבער מיטהאלטען א תומים אין די שווערסטע סימן אין חו"מ נאך א לאנגע נסיעה איז נישט פאר איהם, נאר אפ"ה אזוי מוז מען טוהן. מ'פלעגט זאגען אז יעדער יונגערמאן, ווען ס'ווערט ביי איהם געבוירען א מיידעל ל"ע ול"א, זאגט ער א חבורה אין ישיבה. ער האט זיך צוגעגרייט פאר א אינגעל און דערווייל איז ארויס וואס איז ארויס.

אלזא, מיין חבר וויל זיך צוגרייטען צום מארגינדיגע ברית מיט א שטיקעל תורה. דער חבר האט אבער א ריזיגע פראבלעם. ביי זיין ערשטע אינגעל האט ער גערעדט אויפ'ן סוגיא פון כלתה קניינו, און ס'האט זיך געשלעפט פערציג מינוט! מ'טשעפערט איהם נאכאלס דערוועגען און זיין טאטע האט איהם נאכאלס נישט מוחל געווען. איך האב געזאגט דער חבר אז ביים אינגעל'ס שבע ברכות וועט מען רעדען פון זיין ברית. דעריבער דארף ער זיך פארקוקען מיט א צווייטען כדי נישט צו האלטען דער עולם אויף א חוה"מ ערב שבת און נישט דרשנ'ן צו לאנג.

פארצופאל האט דער יונגערמאן געוויילט סוכה אלס זיין עוה"ב מסכת, דעריבער פלאנט ער צו רעדען אויפ'ן סוגיא פון סוכת גנב"ך און סוכת היוצרים, נישט תן כזכי, צו ספק ערלה און ספק כלאי הכרם, אבער מיין ארבעט איז יעצט דא.

איינער וואס האט וואס צו זאגען אויף די סוגיא, בפרט דער מחלוקת מג"א און ב"ח סי' תרל"ה סק"א בנוגע צו רש"י דינגט זיך יא מיט די ר"ן צו נישט, זאל זיך נישט איינמעלדען ביז מארגען נאכמיטאג, כדי צו פארמיידען נאך א פערציג מינוט דרשה.

איי, וואס טוהן די קינדער? נו נו, די בני בית דארף דאך סיי ווי קאכען שבת, זאלען זיי איהר משוגע מאכען, פאר דעם איז זי געבוירען געווארען, ניין? און פאר דעם דארף מען דאך קויפען א יו"ט מתנה, ניין?

טאמער איינער קען ערלעדיגען א שמחת בית השואבה זעקס אזייגער נאכמיטאג, אז די קינדער זאלען קענען גייען, האפקעווען, עפעס טרינקען און דערנאך איינשלאפען אין א נארמאלע צייט, לו תהיה צדקה. פארוואס מוז אלס זיין שפעט?