בלאט 2 פון 4

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:30 pm
דורך משה געציל
וואס ברויך מען בכלל רעדן פון די סארט חברה! זאלן זיי זיך גרינדען א ק"ש ישוב נעבן עירמאנט און פארטיג!
וויאזוי גייט נאר די בבואו מאדום?! דו דיי דו דו דו דו דיי דיי וכו'

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:35 pm
דורך יואליש
משה געציל האט געשריבן:וואס ברויך מען בכלל רעדן פון די סארט חברה! זאלן זיי זיך גרינדען א ק"ש ישוב נעבן עירמאנט און פארטיג!
וויאזוי גייט נאר די בבואו מאדום?! דו דיי דו דו דו דו דיי דיי וכו'


זיי ווילן מיר אנרעדן אז זיי זענען העפי! פארוואס זענען זיי אגאנצן טאג ביזי מיט אונז? וויפיל פון קאווע שטיבל זענען דאקטארים און אדוואקאטן? כ'האב גערעדט צו מיין שוואגער (גראדע א קאווע שטוב'ער) און ער זאגט מיר אז זיי זענען אלע דיפרעסט!

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:ער שפילט קאווע שטובל איד. אבער ער ניצט סומעטאכע בכלל נישט אין פלאץ.

איינער בעט מיר נעכטן אין מקוה אויב ער קען בארגן מיין שעמפו והמסתעף.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:37 pm
דורך יואליש
הודעה פארמעקט צוליב נישט פאסיג פאר איינער וואס פלאנט זיך אנצוטוהן א אייוועלט גארטל צו זיין זוהן'ס בר מצוה בקרוב.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:43 pm
דורך יואליש
ביי אונז אין ביהמ"ד ביים ניטל שיעור אין אסטראנאמי"ע געגעבן דורך דער אלץ-ווייסער, אן איידעם ביים סאמען אייוועלט אליין, האט ער אנגעהויבן די שיעור רעטאריש: "ווער האט שוין געהערט פון קאפערניקוס?" אלע צוהערער האבן זיך געבליקט איינער אויפן אנדערן, לאמר, כ'האב נישט געוויסט אז מ'רעדט שוין דערפון אזוי אפען. ביז איציק דער הדיוט קופץ בראש האט אויסגעשריגן, "זיכער! זיכער! און מיין ברודער ווייסט אפי' ווער ער איז!!!!!!!"

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:44 pm
דורך לעמאן דזשוס
משה געציל האט געשריבן:וואס ברויך מען בכלל רעדן פון די סארט חברה! זאלן זיי זיך גרינדען א ק"ש ישוב נעבן עירמאנט און פארטיג!
וויאזוי גייט נאר די בבואו מאדום?! דו דיי דו דו דו דו דיי דיי וכו'


דאס איז דאך די פראבלעם, די ק"ש חברה זענען באהאלטן אונטער ניקס...

און די עירמאנט אנאלפאבעטיקער ווען עס קומט צו אידישע אנגעלעגנהייטן מאכן ווידיאו'ס, און צייגן ווי 'כאילו' ביי זיי שטעקט די רעוולוציע!!!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:52 am
דורך טאמבל סאס
איך הער אז אפילו פאר קאווע שטיבל איז ער שוין נידריג. זיי סטראשען שוין ארויסציווארפן זיינע בחורים פון דארטן. אדער זיי נישט אריינצולאזן אין מאחורי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:56 am
דורך טאמבל סאס
ער פארט צעביסלעך אפ די גאנצע משפחה ל"ע
איך בין געווען באזוכן זיין באבע אויף פרישטאג, טראגט זי מיר אן אביסל קאווע. רחמנא יצילנו
דער זיידע האלט זיך שטארק. נאר קאוקאו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:14 am
דורך DotCom
אין ספינקא האט מען היי יאר אויפגעהערט אריין צו ברענגען דעם רבינ'ס באליבט מאכל 'צימעס', "אז מען וועט נישט אריינברעגען צימעס דא, וועט מען נישט אריינברענגען דעם רבי'ן אין צימעס" האט זיך דער גבאי אויסגעדרוקט פאר די צענדליגער טויזנטער געפלעפטע חסידים.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:25 pm
דורך הוגה
צוריק צום שאלה.

קיינער קוקט נישט אראפ קיינעם צוליב'ן ליינען און שרייבן דא (אויסער אפשר גאר נאאיווע פארפרומטע). די סיבה פארוואס מען שעמט זיך צו רעדן דערפון ברבים איז,ווייל מענטשן,מיינען אז ביזי מיינט סוקסעס, ביזי מיינט מאכן אסאך געלט. איך קען אסאך מענטשן וואס פיסטעווען אוועק שעות און צווישן קרובים און חברים שפילן זיי כאילן זיי האבן נישט קיין איבעריגע מינוט אינם טאג, און זיי ארבייטן אזוי שווער. פארדעם וויל מען נישט אז אנדערע זאלן וויסן אז מען קאווע שטיבלט.

איך מיין אז מען זאל מאכן א רעוועלוציע, מיר זאלן פראקלימירן פאר די וועלט אז מיר האבן צייט! מיר זענען נישט ביזי! טאקע ווייל מיר זענען סוקסעספול.

איך בין א קאווע שטיבלער ענד איים פראוד אוו איט!!!!!!


ר(

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:47 pm
דורך קינות גירושין
סוואלט אפשר גוט געווען אז מיר זאלען קענען מאכען אזא סארט ״ סימן קבועה״ אויף זיך, אז יעדער פון אונז זאל דערקענען אז דער איז א חבר אין ק״ש...
אפשר א ספעציעלע סארט קניפ אין דעם גארטעל
(וואס איז דער סימן וואס יעקב האט געגעבן פאר רחל?)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:16 pm
דורך ממרום שלח אש
בין איך דער איינציגסטער וואס וויל זיך נישט טרעפן קיינעם פון די שותי קאווע אין ריל לייף?
איטס ריללי נייס מיטינג יו, באט פליז , דאונט טעיק אפפ יור שירט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
דורך אויס מענטש
יענקל : ער איז א כופר איך ווייס עס קלאר
משה : פון ווי ?
יענקל: וואס הייסט ער שרייבט אויף קאווע שטיבל.
משה: אהא, נעבעך.
יענקל: אבער גראדע ווי איך הער איז אונזער רבי זז"ג גאנץ שטארק דארט, איינער האט מיר געשיקט אן ארטיקל, וואס איינער האט אפגעשריבן דארט, איך זאג דיר מען קען זיך באלעקן די פינגער
משה: פשיהא אפשר שיקסטו עס מיר.

קאמענטארן זענען איבריג

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:58 pm
דורך [NAMELESS]
ממרום שלח אש האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס וויל זיך נישט טרעפן קיינעם פון די שותי קאווע אין ריל לייף?
איטס ריללי נייס מיטינג יו, באט פליז , דאונט טעיק אפפ יור שירט.

יא ביסט דער איינציגסטער

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:01 pm
דורך ר' שמחה
קינות גירושין האט געשריבן:(וואס איז דער סימן וואס יעקב האט געגעבן פאר רחל?)

אריין אין מאחורי,
גרושים זענען דארט ערלויבט ?

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:13 am
דורך קינות גירושין
ר' שמחה האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:(וואס איז דער סימן וואס יעקב האט געגעבן פאר רחל?)

אריין אין מאחורי,
גרושים זענען דארט ערלויבט ?

יא אוודאי, זיי האבען די מערסטע צו פארציילען

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:21 am
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:קאמינג סאאן:

ביים ערשטן קינד האט ער זיך משדך געווען בעלבעטיש, איין טאכטער אביסעל רביש, מיט די איבעריגע האט ער אלע געטוהן "קאווע שטיבעל" מחותנים.

אבער ר'האט נאר אויסגעפונען ביים קבלת פנים אדער אונטער דער חופה.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 9:17 pm
דורך איציק
יואליש האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד ביים ניטל שיעור אין אסטראנאמי"ע געגעבן דורך דער אלץ-ווייסער, אן איידעם ביים סאמען אייוועלט אליין, האט ער אנגעהויבן די שיעור רעטאריש: "ווער האט שוין געהערט פון קאפערניקוס?" אלע צוהערער האבן זיך געבליקט איינער אויפן אנדערן, לאמר, כ'האב נישט געוויסט אז מ'רעדט שוין דערפון אזוי אפען. ביז איציק דער הדיוט קופץ בראש האט אויסגעשריגן, "זיכער! זיכער! און מיין ברודער ווייסט אפי' ווער ער איז!!!!!!!"

1. איך בין אפילו נישט געווען ביים שיעור.
2. זיי נישט מזלזל אין כח ההדיוט, כמאמרם ז"ל אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך...
3. כ'ה'נישט געזאגט אז מיין ברודער ווייסט, נאר מיין שוואגער.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:47 pm
דורך איינגעמיירעט
מודה במקצת האט געשריבן:
אויס מענטש האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיפיקאציע, מיט עטליכע שרייבערס דא, וואלט איך מיר געשעמט צו זאגן אז איך דריי מיר דא.


אני מאמין באמונה שלימה, אז טייל "אפיקורס'ישע" שרייבערס דא זענען אין ריעל לייף שיינע אידן אין בית המדרש, אזעלכע וואס פיסקעווען און קאמאנדאווען אויף אנדערע מיט כל מיני פרומקייטן, און טייל "פארפרומטע" מוסר זאגערס זענען באמת אין ריעל לייף סתם שטילע עמך אידן, אדער נאך ווייניגער.

מיין שאלה דא איז געוועהן "וואספארא לעיבעל באקום איך אין בית מדרש אלס א קאווע שטיבל באנוצער?"

און איין ווארט א מענטש מיט איבריג צייט

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:03 am
דורך מאטי
מיין שווער איז געוואויר געווארן אז איך שרייב אויף קאווע שטיבל, כ׳האב אים געזאגט אז איך בין בדחן! ונחה דעתו..

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:10 am
דורך שמעקעדיג
הא הא הא הא הא.... שוין לאנג נישט געלאכט אזוי..

(כאב מורא אז ער וועט זעהן דעם תגובה...)

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 9:44 am
דורך טאמבל סאס
מיין שווער און שוואגערס האבן מיר אלץ אנגעקוקט מיט ביטול, האלטענדיג אז איך בין נישט דער גרויסער לערנער און יודע ספר, למעשה האט זיך זייער בליק אויף מיר גענצליך געטוישט זייט זיי האבן אויסגעפינען אז איך בין 'איינגערמיירעט' אויף קאווע שטיבל...

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:55 am
דורך עסן עסט'זיך
טאמבל סאס האט געשריבן:מיין שווער און שוואגערס האבן מיר אלץ אנגעקוקט מיט ביטול, האלטענדיג אז איך בין נישט דער גרויסער לערנער און יודע ספר, למעשה האט זיך זייער בליק אויף מיר גענצליך געטוישט זייט זיי האבן אויסגעפינען אז איך בין 'איינגערמיירעט' אויף קאווע שטיבל...


אינטערסאנט מיין ווייב האט מיך נישט געוואלט אנקיקן זייט איך האב איר געזאגט אז איך בין טאמבעל סאס לויפט זי מיך נאך