שמעקעדיג האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז עס איז נישטא קיין אנלימעטעד? ספרינט האט נישט קיין אנלימעטעד דאטא, מעטרא פסס האט נישט? זיכער איז דא, און אז עס איז אנלימעטעד און איך טשעפע ארויף וויי פיי בין איך בלתי מוגבל, ניין?
די 2 האבן נאך נישט דערווייל קיין 4G ספידס. טי מאביל אויך נישט.
ספרינט האלט אינמיטן (לייען: מער אנהייב) פארשפרייטן, און ווי געפילטע שרייבט, נאך אפאר גיג מאכט מען דיר שטייט..
מעטרא פי.סי.עס. געבט דיך אנלימיטעד 4g פאר 60-70 טאלער, עס ארבעט אבער נישט איבעראל אזוי מורא'דיג!!
אין שטאט דארף עס ארבעטן א מחי', [איך וואוין] אין מאנסי, האב'ך א חבר וואס האט מעטרא פי.סי.עס. און די 4g איז גאנץ גוט [ער נוצט איבער 30 גיג א חודש...].
ונבנתה העיר האט געשריבן:וויי פיי דוקא? מיט א ווייער קענסטו נוצען pda net וחבריו.
PDA net איז א USB טעטערינג עפפ, וואס ארבעט אן ראאטן, מען איז מחבר דעם פאון צום קאמפיוטער מיט א USB cable, און מ'אינסטאלירט א פראגרעם אויפן קאמפיוטער, און ויסעו.....
אגב: "ונבנתה" pda net הייסט כהיום יום +pda net, און עס איז נוסף געווארן צו דעם fox fi וואס איז א ווייפיי האטספאט און פלעגט אמאל זיין אן עקסטערע עפפ, אבער די foxfi איז לימיטעד ווי לאנג מ'קען עס נוצן אין איין צו מ'דארף עס יעדע פאר מינוט ריסטארטען, חוץ אויב מ'צאלט די איינמאליגע 7 טאלער פאר די פרימיום ווערסיע.
איין זאך דארף מען אבער וויסן אז ס'איז דא פאון'ס וואס ס'ארבעט נישט, למשל רוב HTC טעלעפאנען און נאך....
איין זאך איז זיכער!! מ'דארף גוט מברר זיין ביי איינער וואס האט דער מין פאון און סערוויס צו ס'ארבעט ביי זיי, למשל מיין אויבנדערמאנטן חבר האט טאקע 4g פון מעטרא, אבער ווען ער נוצט pda net כאפט עס נישט גוט, משא"כ איך האב אנלימיטעד [כנ"ל אזויווי ביי ספרינט...] פון באאסט מאוביל און pda net ראקט אוועק [איך נוץ עס יעצ צו שרייבן דעם תגובה אויכעט].