בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:00 am
דורך למדן
געקויפט אויף אמאזאן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:04 am
דורך MK Studio
זייער אינטערעסאנט, איך וועל עס אויסטשעקן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:27 am
דורך יואליש
וואונדערבאר.
איז לייבי ווידער'ס שטומע
דא סינטעטיש? די ליפען זענען זיכער נישט אין סינק מיט די שטומע (אבער דאס קען זיין אז ווייל מ'האט געניצט אן אנדערע רעקארדינג פון ווען די ווידאו איז געכאפט געווארן.)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:51 pm
דורך MK Studio
למדן: איך האב עס נאכגעקוקט, און די עמעזזאן פיילס זענען די זעלבע לאנג ווי די געהעריגע טרעקס וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף די סידי, אויב דו האסט געמאכט דערפון אן אודיאו סידי, מאך זיכער אראפצונעמען די 2 סעקונדעס פון פאר - און נאך - יעדע טרעק, ווייל דער סידי איז געווען ממש פול ביזן דעקל, און זעהט אויס אז די עטליכע סעקונדעס מאכן אויס. (אדער לייג עס אויף אן מפ3, דאן האסטו זיכער נישט קיין פראבלעם.
ר' יואליש: דאס איז זיין עכטע שטימע גארנישט געפאטשקעט, און אזוי ווי דו זאגסט ס'איז שווער צו זינגען ממש אויף די האר וויאזוי ער האט עס געזינגען אויף די אלבום (און די אודיאוי וואס מ'הערט איז פון די פיינעל אלבום) נאר וואס יא, דער עולם כאפט נישט אז ער זינט דא די הויכע אקטעוו, ער קען זינגען אונטן אויך, נאר אונז האמער איהם גענומען צו זינגען היי אקטעוו, ווייל ער נעמט טענער וואס קיינער קען נישט.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 3:15 pm
דורך למדן
איז דאס גרינג צו טוהן אדער ארבייט? דיין סידי איז נישט אוידיאו?, מיין סידי פלעיער איז נאך פון פאריגן יאר הונדערט.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:56 pm
דורך MK Studio
גאר גרינג און סימפל, ווען דו לייגסט עס ארויף אויפן סידי מאך זיכער אז די פאר סעקונדעס איז אראפגענומען, קוק אויפן עטעטשמענט.
זעה ווי נאך יעדע טרעק נומער שטייט 2 sec אדער 0 sec, און דאס קען מען אראפנעמען
מערק ווי די סידי האלט ביי 80:23 וואס איז מער וואס ס'גייט ארויף אויף א סידי
Screen Shot 2013-04-29 at 6.51.12 PM.png
דא האלט די סידי ביי 79:30, וואס איז ממש די מערסטע וואס גייט ארויף
Screen Shot 2013-04-29 at 6.51.27 PM.png
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:02 pm
דורך יידל
MK Studio האט געשריבן:א פראמאו ווידעאו און ביהיינד די סינס פון די משוררים קלאסיק אלבום
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=BOLl1slgnIA[/youtube]
זייער אינטערעסאנט! די וואקאלן זענען שוין נאכן מיקסן, רייט?
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:09 pm
דורך MK Studio
יא שוין נאכן מיקסן, אחוץ די לייוו פארטס, וואס דאס איז פארשטייט זיך לייוו.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:13 pm
דורך יידל
פארשטייט זיך. באמת הערליך, און אודה ולא אבוש, כ'האב זיך נישט פארגעשטעלט אז עס גייט אריין אזויפיל כוחות אין א "פשו'טע" ספירה דיסק. איי עם עמעיזד.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 1:07 pm
דורך מאראנצןזאפט
מ"ק וואס האלטסטו וועגן חסידישע אוצרות וואס פלעגן ארויסקומען, איך מיין ס'פלעגט זיין געוואלדיג.
איך קען אויסהערן דעם אהרן הלוי אויף ח"א 2 שעות ער האט עפעס (געהאט) א מורא'דיגע שטימע און די אויסוואל זענען גוטע חסידישע ניגונים.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 1:51 pm
דורך MK Studio
די חסידישע אוצרות מיין איך אז איך קען זאגן דאס האט מיך געשטופט און אינספירירט צו מאכן קווייער אין דזשענעראל, איך פלעג דאס אויסהערן צענדליגע מאל, און איך האב אייביג געוואלט מאכן קווייערס אזוי ווי דעם. און דער אהרן הלוי איז אויך געוואלדיג.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:42 pm
דורך קאווע טרינקער
דער וואס שרייט "בנים ובנות"..... צדיקים וצדקות............
i love him
זיין קול איז מער נוטה צו בנות ווי צו בנים, יונג און קלאר.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:57 pm
דורך זר זהב
קאוועלע... מזאגט נישט אלעס וואס מ'טראכט...
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 12:03 am
דורך קאווע טרינקער
אויב אזוי קען איך מיך נישט פארשטעלן וואס נאך דו טראכסט אלץ...
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:18 am
דורך למדן
אנשולדיגט אבער ס' געווען מיין פראבלעם מיין סידי רייטער מאכט פראבלעמס האב איך עס געטרייט צו מאכן דורך ווינדאוס מידיע פלעיער, (כאטש וואס דארט דארף עס אויך ארבייטן, האט עס נישט) כ'אב עס געמאכט אויף א צווייטנס קאמפיוטער און עס ארבייט פיין.
עס איז זייער א פיינע ארבייט, זייער שיין געזונגען, און א הערליך שיינע קאלעקשאן,
נישט אז דו דארפסט מיין הסכמה נאר איך האב עס פרובירט צט שרייבן אויף אמאזאן און כ'האב נישט געהאט קייו נערוון צו שרייבן די מינימום ווערטער וואס מ' דארף צו שרייבן א ריוויו, (אגב כ' האב יא געשריבן די מינימום און זיי האבן מיר דאס צוריק געשיקט) און כ'האב מיר נישט געוואלט משוגע מאכן ווייל כ' האב נישט געהאלטן אז אונזער עולם גייט עס קויפן לויט די ריוויוס
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 1:47 pm
דורך MK Studio
האלט דיך נישט אזוי קליין, א ריוויו פון למדן איז גארנישט קיין קלייניגקייט!
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 4:23 pm
דורך למדן
האלט דיר נישט אזוי קליין ביזט נישט אזוי גרויס. (קרעדיט מיין כתה ?' רבי)
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:09 pm
דורך למדן
כמעט אווער מיט ספירה, איך כאפ נאך אריין די לעצטע מינוטן עס איבער צו הערן.
ווער איז די יונגל (אויב) וואס זונגט ביי ברכת הבנים?
און זונגט ער אויף זיין שטימע אדער איז עס קאמפיוטערייזט?
(אויב מ' מעג פרעגן)
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:11 pm
דורך שעפטל
און אז מ'רעדט שוין וויל איך וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר הרב MK צום געבורט פון זיין טאכטער למזל טוב.
זאל דער פון אויבן העלפן אז זאלסט ווייטער קענען פריילעך מאכן דעם ציבור מיט שמחות און נחת בענעזאם
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:42 pm
דורך קאווע טרינקער
שעפטל האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין וויל איך וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר הרב MK צום געבורט פון זיין טאכטער למזל טוב.
זאל דער פון אויבן העלפן אז זאלסט ווייטער קענען פריילעך מאכן דעם ציבור מיט שמחות און נחת בענעזאם
נייעס געספאנסערט דורך משוררים 3?
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:44 pm
דורך MK Studio
ברוכים תהיו, אמן, די קאווע טרינקערס זענען העפליך געלאנדנט צו קומען אנטייל נעמען אינעם קידוש ס'העט צוגעשטעלט קאווע לרחצה (ווי אויך די טראדיציאנאלע קידוש מאכלים פאר די וואס ווילן דאס)
דעם שבת אין ביהמ"ד חרדים אין קרית יואל.
ר' למדן, דער זינגער דארט איז ר' לייבי ווידער. איך גיי באלד ארויפשטעלן די גאנצע ניגון פאר עס איז געווארן ארויסגעשניטן די נידריגע טענער דערפון, און איך מיין אז דאס וועט פארענטפערן אלע קשיות
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:01 pm
דורך למדן
מזל טוב, אסאך יודיש נחת.
יעצט צום ענין, איך פארשטיי זייער ווייניג צו מוזיק, הגם איך גלייך עס זייער
אלנפאלס נעם קער פון דיין קידוש און קימפעטורין און וועל מיר רעדן א צווייט מאל
און האב אסאך יודיש נחת
נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:38 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט