אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?

שליחה דורך שמערל »

אדנירם האט געשריבן:א שיינע אשכול, וואס איז נוגע היינט צוטאגס פונקט אזוי.

ווי זאגט אדנירם?
[tag]יאיר[/tag] דער שארפער אינטעלעקטואל, באוואשט 'טאלעראנץ' אויפן חשבון פון 'אינטעליגענציע'.
[tag]הוגה[/tag] דער איידעלער אינטעלעקטואל, מאכט אוועק 'אינטעליגענציע' אויפן חשבון פון 'טאלעראנץ'.


איך וויל רעדן פון א היסטארישע פרעספעקטיוו, און דאס איז לדעתי דער שליסל ענטפער צום פראגע 'הי מינייהו עדיף'.

ווען תנועת ההשכלה האט זיך אנגעהויבן, איז עס געפארן אין ריכטונג פון אינטעליגענציע. משה מענדלסאנ'ס תלמידים זענען געווען הויכקלאסישע, געלערנטע, גאר קלוגע מענטשן. די זשורנאלן און ביכער וואס זיי האבן ארויסגעגעבן, איז געווען פרי עמלם פון אנשי מחקר, וואס האבן געמאכט א וואונדערבארער ארבעט און אפעלירט צום - אינטעליגענציע פונעם פאלק. אבער דער המון עם איז נישט נאכגעגאנגען די אינטעלעקטואלן, נאר די רבנים. מ'קען נישט 'ארויפצווינגען' אינטעליגענציע אויף א המון עם וואס איז טרענירט נישט צו טראכטן ווי אן אינטעלעקט.

וואס האט יא באוויזן צו ציען דעם המון עם, איז געווען עפעס וואס האט אפעלירט צו ספעציפיש צו זיי. אין בעהמען, מעהרן, און אונגארן, איז עס געווען רעפארם/נעאלאגיע. און אין רוסלאנד, ליטא, און פוילן, איז עס געווען די שפעטערדיגע 'איזמ'ס' [קאמוניזם, בונדיזם, סאציאליזם, ציונ'יזם, א.א.וו.]. די אלע געדאנקן האבן פארמאגט איין שורש, וואס האט עס געמאכט באליבט ביים המון עם: 'טאלעראנץ'. מ'האט נישט געדארפט זיין קיין עילוי, דורכאקערן פיל ביכער, ליינען מחקרים, זיך פארטיפן אין פילאזאפיע/טעאלאגיע/היסטאריע. מ'איז פשוט געווען חלק פון א טאלערירנדע קולטור.

רוב מענטשן זענען נאכגעגאנגען רעפארם, ווייל ס'איז געווען טאלערירנד צום המון עם, נישט ווייל זיי האבן אדורכגעאקערט גייגער'ס טיפזיניגע מאמרים פארוואס רעפארם איז אויסגעהאלטן. רוב קאמוניסטן האבן נישט געליינט אלע פילאזאפישע ביכער וואס האבן מסביר געווען אלע סארטן פארמען פון א רעגירונג און פארוואס קאמוניזם איז דאס בעסטע פארמאט פון רעגירונג. נאר זיי האבן גערעדט צום המון עם, פאלקסיש, קלאסיש [הגם נישט דאס איז די פשוט'ע אפטייטש פון 'טאלעראנץ', ליגט דאס אינעם געדאנק דערפון].


דערפאר, אויב מיר ווילן מאכן סיי וואספארא טויש אינעם סיסטעם, איז דער וועג - וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ווירקנד, דורך טאלעראנץ. דער אויבנדערמאנטער ביישפיל פון ליפא'ס שול אין עירמאנט, איז טאקע נישט קיין רעפארם אדער קאמוניזם, און איז אזוי אויך גאנץ א קנאפע ביישפיל פאר סיי וואס [עס איז היבש אדורכגעפאלן, און נישט געבויט אויף א נארמאלע סטרוקטור]. אבער אויב עס איז דא א וועג, איז דאס דער וועג.


---
יעצט מערק איך, ווי יאיר האט געוואלט ברענגען א ראי' פון היסטאריע אויף פארקערט. לדעתי טעה יאיר בדבר היסטאריע.

דו האסט פארמישט טאלעראנץ מיט פאפיוליזם. א זאך וואס איז על פי רוב דער היפך פון טאלעראנץ.

טאלעראנץ איז פונקט אזוי אומפאפולער ביים אומוויסנדער המון עם ווי אינטעלעקטואליזם
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר האט געשריבן:חזרתי בי, טאלעראנץ עדיף.

א זייער אינטעליגענטע באשלוס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:א שיינע אשכול, וואס איז נוגע היינט צוטאגס פונקט אזוי.

ווי זאגט אדנירם?
[tag]יאיר[/tag] דער שארפער אינטעלעקטואל, באוואשט 'טאלעראנץ' אויפן חשבון פון 'אינטעליגענציע'.
[tag]הוגה[/tag] דער איידעלער אינטעלעקטואל, מאכט אוועק 'אינטעליגענציע' אויפן חשבון פון 'טאלעראנץ'.


איך וויל רעדן פון א היסטארישע פרעספעקטיוו, און דאס איז לדעתי דער שליסל ענטפער צום פראגע 'הי מינייהו עדיף'.

ווען תנועת ההשכלה האט זיך אנגעהויבן, איז עס געפארן אין ריכטונג פון אינטעליגענציע. משה מענדלסאנ'ס תלמידים זענען געווען הויכקלאסישע, געלערנטע, גאר קלוגע מענטשן. די זשורנאלן און ביכער וואס זיי האבן ארויסגעגעבן, איז געווען פרי עמלם פון אנשי מחקר, וואס האבן געמאכט א וואונדערבארער ארבעט און אפעלירט צום - אינטעליגענציע פונעם פאלק. אבער דער המון עם איז נישט נאכגעגאנגען די אינטעלעקטואלן, נאר די רבנים. מ'קען נישט 'ארויפצווינגען' אינטעליגענציע אויף א המון עם וואס איז טרענירט נישט צו טראכטן ווי אן אינטעלעקט.

וואס האט יא באוויזן צו ציען דעם המון עם, איז געווען עפעס וואס האט אפעלירט צו ספעציפיש צו זיי. אין בעהמען, מעהרן, און אונגארן, איז עס געווען רעפארם/נעאלאגיע. און אין רוסלאנד, ליטא, און פוילן, איז עס געווען די שפעטערדיגע 'איזמ'ס' [קאמוניזם, בונדיזם, סאציאליזם, ציונ'יזם, א.א.וו.]. די אלע געדאנקן האבן פארמאגט איין שורש, וואס האט עס געמאכט באליבט ביים המון עם: 'טאלעראנץ'. מ'האט נישט געדארפט זיין קיין עילוי, דורכאקערן פיל ביכער, ליינען מחקרים, זיך פארטיפן אין פילאזאפיע/טעאלאגיע/היסטאריע. מ'איז פשוט געווען חלק פון א טאלערירנדע קולטור.

רוב מענטשן זענען נאכגעגאנגען רעפארם, ווייל ס'איז געווען טאלערירנד צום המון עם, נישט ווייל זיי האבן אדורכגעאקערט גייגער'ס טיפזיניגע מאמרים פארוואס רעפארם איז אויסגעהאלטן. רוב קאמוניסטן האבן נישט געליינט אלע פילאזאפישע ביכער וואס האבן מסביר געווען אלע סארטן פארמען פון א רעגירונג און פארוואס קאמוניזם איז דאס בעסטע פארמאט פון רעגירונג. נאר זיי האבן גערעדט צום המון עם, פאלקסיש, קלאסיש [הגם נישט דאס איז די פשוט'ע אפטייטש פון 'טאלעראנץ', ליגט דאס אינעם געדאנק דערפון].


דערפאר, אויב מיר ווילן מאכן סיי וואספארא טויש אינעם סיסטעם, איז דער וועג - וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ווירקנד, דורך טאלעראנץ. דער אויבנדערמאנטער ביישפיל פון ליפא'ס שול אין עירמאנט, איז טאקע נישט קיין רעפארם אדער קאמוניזם, און איז אזוי אויך גאנץ א קנאפע ביישפיל פאר סיי וואס [עס איז היבש אדורכגעפאלן, און נישט געבויט אויף א נארמאלע סטרוקטור]. אבער אויב עס איז דא א וועג, איז דאס דער וועג.


---
יעצט מערק איך, ווי יאיר האט געוואלט ברענגען א ראי' פון היסטאריע אויף פארקערט. לדעתי טעה יאיר בדבר היסטאריע.

דו האסט פארמישט טאלעראנץ מיט פאפיוליזם. א זאך וואס איז על פי רוב דער היפך פון טאלעראנץ.

טאלעראנץ איז פונקט אזוי אומפאפולער ביים אומוויסנדער המון עם ווי אינטעלעקטואליזם

האסט נישט פארשטאנען מיין כוונה.

אפגעזען די מאטיוון און די עומק פונעם געדאנקנסגאנג/שיטה פון די 'בעלי הפאפוליזם', איז אבער איין זאך קלאר - זיי האבן פראמאוטעד זייער שיטה דורך טאלעראנץ, דהיינו דורך רעדן מיטן פשוט'ן המון עם. זייער שיטה איז געווען היבש באגרינדעט בשעתם, אבער זיי האבן עס מנחיל געווען פארן פאלק דורך טאלערירן דעם פאלק, נישט דורך שרייבן טיפזיניגע מאמרים ווי קארל מארקס א.ד.ג.

רעפארם פון גייגער האט אויך נישט געהאט מיט פאפוליזם, ס'איז געווען א באגרינדעטע שיטה אין אידישקייט, וואס - אנדערש ווי די ערשטע משכילים - האט ער געוואוסט וויאזוי עס מנחיל צו זיין צום פאלק. נישט דורך אינטעלעקטואלע מאמרים [וואס ער האט סייווי געשריבן], נאר דורך 'פאפולערע' (וויאזוי דו רופסט עס) שפראך, א טאלערירנדע וועג צום המון עם.

ליפא'ס שול, ווייזט מער פון אלץ אויף פאפוליזם - לגמרי נישט אויף ראציאנאליזם, אינטעלעקטואליזם, און אפילו 'טאלעראנץ' [וואס איז די נושא האשכול, מיטן טיטל 'טאלעראנץ']. אבער די פאפוליזם קומט דורך טאלערירן דעם פשוט'ן המון עם, און דאס איז וואס מיר רעדן דא פון 'אינטעלעקציע ווס. טאלעראנץ'.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?

שליחה דורך שמערל »

טאלעראנץ מיינט לאזן במנוחה א צווייטן. דער רעפארמיסט דעם ארטאדאקס, דער קאמוניסט דעם דעמאקראט, און אין אונזער פאל רעדט מען דער פרומער זאל טאלערירן דעם אויפגעקלערטן משכיל.
איך זעה נישט וואס זיך אראפלאזן צום המון עם און אפעלירן צו זייערע זארגן, האט מיט טאלעראנץ, טראמפ נעמט זייער גוט אויס ביים המון עם, און איז דער סאמער היפך פון טאלעראנץ.

ליפא'ס שוהל האט זיך אויסגעצייכענט אז זי האט טאלערירט אפילו אזוינע מושב זקנים סטיל אידן, און איז טאקע פארדעם געגאנגען באנקראט, ווייל טאלעראנץ איז נישט פאפולער אפילו ביי די שטריקעס אין עירמוינט.

און טאקע פארדעם האלט איך אז די גאנצע חקירה אין די אשכול איז נישט נוגע להלכה, ווייל די צוויי זאכן אינטעלעקטואליזם און טאלעראנץ זענען געקנופט און געבינדן און גייען נישט איינע אן די צווייטע.

אויב זאל טעארעטיש זיין שייך זיי יא אפצוטיילן, וואלט איך אודאי גוואלט טאלעראנץ איבער אינטעלעקטואליזם ווי דער פסוק זאגט טוב כלב החי מהאריה המת, זיי א טיפש א בהמה, אבער לעב און לאז לעבן. ווי שרייבט דער פותח האשכול, "טאלעראנץ - אהבת ישראל ווי זיי האבן עס ליב צו רופן - גיבט אויטאמאטיש מער פרייהייט פאר מענטשן צו לעבן זייער אייגענעם לעבן אן דארפן קאנפארמירן צו אנדערע אין דעם געזעלשאפט."
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אה, האסט דיך זייער גוט ארויסגעברענגט. דיין פראבלעם איז ענדערש מיטן פותח האשכול'ס שאלה, ווי מיט מיין ענטפער. זיין שאלה איבער טאלעראנץ ווס. אינטעליגענציע, איז די זעלבע שאלה אויף וואס איך האב געענטפערט.

און כדי צו פארשטיין פון וואספארא סארט טאלעראנץ ער רעדט, טאקע בנוגע ליפא'ס שול, דארפסטו נישט מער פון קוקן וואס ער שרייבט גלייך בעפאר דיין ציטירונג פון זיינע ווערטער. סיי אז טאלעראנץ שבביהכ"נ של ליפא היינו א זאך וואס רעדט צום המון עם, לעומת אינטעליגענציע וואס האט נישט עכט דארט קיין מקום. און סיי אז די נקודה פון טאלעראנץ דארט דריקט זיך אויס מיט מוטה פראנק'ס רעדן ווי דער אייבערשטער האט אונז ליב. דהיינו, טיפישע עירמאנטע/פארשעע סטיל אידן, וואס זייער טאלעראנץ איז פשוט'ע המון עם וועג פון נישט דארפן זיין קיין אינטעלעקט [מארק שפירא געבן אן עסיי וכו'], נאר פשוט רעדן א נייע שפראך [מוטה פראנק], אריינברענגען כלי שיר [נוסח קרליבך], מאדערנע איינריכטונגען, און פשוט נישט יאכנישקייט פון געווענליכע סטיל בתי מדרשים.


די טאלעראנץ וואס דו רעדסט פון, וואס קומט מכח אן אינטעליגענטע מהלך המחשבה, איז קיינמאל נישט געווען אין ליפא'ס שול, און איז נישט געווען די נושא ביז יעצט.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

מיטן ברייטסטן בליק, גייט טאקע טאלאראנץ צוזאמען מיט חכמה, כי הכל הבל ואלוקות, אבער ביז מען קומט צו אזא החלטה אויף למעשה, קענען די צוויי מידות שטיין גאנץ אפגעשיידט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
פארשפארט