בלאט 2 פון 13

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:31 am
דורך [NAMELESS]
וואס די אינטערנעט קען אלס אנמאכן...

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:35 am
דורך יואליש
דאס איז גוי'אישע עקסטארשן. היימישע עקסטארשן ארבייט בערך אזוי: אויב וועסטו זיך נישט משדך זיין מיט מיר, וועל איך באישון לילה גיסן עשר מכות וויין (פון קדם...) ביי דיין אסקופה.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:37 am
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:וואס די אינטערנעט קען אלס אנמאכן...


קופי, דא האב איך געשריבן דערוועגן שוין א יאר צוריק....

viewtopic.php?p=5294#p5294

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:39 am
דורך יואליש
היימישע עקסטארשן #2: אויב וועסטו אויסזאגן פאר דיינע שוועסטערס ווי מיר קויפן די קיוט זימער אוטפיטס פאר די קינדער, וועל איך דיך נישט מיטנעמן שאפינג נעקסטע יאר.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:40 am
דורך יואליש
היימישע עקסטארשן #3: אויב וועסטו זיך נישט משתתף זיין ביים דינער, וועלן מיר העכערן דיין שכר לימוד.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:42 am
דורך [NAMELESS]
היימישע עקסטארשען 4: אז די הערסט נישט אויף צעטיילן דיינע דוגמאות אין עקסטערע תגובות קריגסטו נישט מער קיין איין לייק פון מיר

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:14 pm
דורך יואב
יאנקל האט געשריבן:לעצטנס מאכט אונזער עם חכם ונבון זיכער צו זיין יעדן טאג אין די נייעס.


או יאמר, אונזער עם נבון וחכם האט לעצטענס אונטערגענומען א דערפאלגרייכע מיסיע, אפצושאקלן די עין הרע די אומות העולם טראגן זיך ארום איבער זייער חכמה.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 4:20 pm
דורך wassup

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:30 am
דורך ממרום שלח אש
יאנקל האט געשריבן:לעצטנס מאכט אונזער עם חכם ונבון זיכער צו זיין יעדן טאג אין די נייעס.

על פי רוב איז ריכטיגער די פאלגענדע סטעיטמענט

לעצטענס מאכט די נייעס זיכער צו האבן דעם עם חכם ונבון יעדן טאג.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:20 pm
דורך wassup
קוק וואס קען ארויס קומען פון א סאטמערע יונגל וואס ווערט א OTD. און. נישט ווי מען
האט אונז אלטס איינגערעט אז זיי זענען סתם באמעס און ליידיג גייערס ליינטס די לינק
און גייטס אויס פאר קנאה.
http://commcgi.cc.stonybrook.edu/am2/pu ... olar.shtml

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
קודם כל האט עס גארנישט צו טוען מיט א נעגעטיווע ליכט אפשר גאר פארקערט.
און וואו שטייט אז ער איז א סאטמארער סך הכל זאגן זיי אז ער האט געלערנט אין סלאבאדקער ישיבה.
אויב איינער איז דא א סלאבאדקער תלמיד אדער סיי ווער ס'קען אים זאל ביטע מיטטיילן אינפארמאציע איבער דעם דר. שמואל כ"ץ.
א דאנק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:47 pm
דורך wassup
מאראנצןזאפט האט געשריבן:קודם כל האט עס גארנישט צו טוען מיט א נעגעטיווע ליכט אפשר גאר פארקערט.
און וואו שטייט אז ער איז א סאטמארער סך הכל זאגן זיי אז ער האט געלערנט אין סלאבאדקער ישיבה.
אויב איינער איז דא א סלאבאדקער תלמיד אדער סיי ווער ס'קען אים זאל ביטע מיטטיילן אינפארמאציע איבער דעם דר. שמואל כ"ץ.
א דאנק.

ר איד איך קען דעם בחור ער איז געגאנגן און סאמארע חדר און אויך. האט זיין זיידע א שוהל.
און בארא פארק

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:29 am
דורך יואליש
אשר שמואל כ"ץ קומט פון א סאטמאר משפחה. ביי די זעכצען יאר איז ער געפארן לערנען אין סלאבאדקא. זיין מעשה איז פאראיאר געווען אויף ען פי אר, ווי ער האט געזאגט אז זיין ראש ישיבה האט אים מרחק געווען ווייל ער איז נחשד געווען צו זיין א כופר. ער איז געווען פון די שארפסטע קעפ אין ישיבה. זיין טאלאנט זעהט זיך טאקע אן אז ער האט באקומען די פולברייט סקאלערשיפ צו שטודירן בייאקעמיסטרי אין בערלין. מ'וועט אים אזוי לאנג מרחק זיין ביז ער וועט באקומען די נאבעל פרייז. דאן וועט די קירוב ארגענעזאציע אש התורה ניצן זיין נאמען צו צייגן ווי קליג אידן זענען...

ער האט אויך א פאדקעסט און האט געשריבן מערערע ארטיקלן אויף אנפייעס.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:49 am
דורך נולד מאוחר
טאטע איז א חשובער מרביץ תורה

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:54 am
דורך יואליש
נולד מאוחר האט געשריבן:טאטע איז א חשובער מרביץ תורה


דאכט זיך זיין פאטער פלעגט האבן די גרעסטע דף היומי שיעורים אין בארא פארק. היינט האט ער א ביהמ"ד אין פייוו טאונס. כך שמעתי, כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די אינפארמאציע.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 2:07 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
זיין טאטע איז א מגיד שיעור אין ישיבת חובבי תורה.פון זיין רעדן דא זעהט ער אויס שטארק א פארשטענדליכער.
[left]ABOUT RABBI KATZ:
Rabbi Ysoscher Katz is the Director of the Beit Midrash Program (preparatory year) at YCT. He received ordination in 1986 from Rabbi Roth, dayan of UTA Satmar. Rabbi Katz studied in Brisk and in Yeshivas Beis Yosef, Navaradok for over ten years. A graduate of the HaSha'ar Program for Jewish Educators, Rabbi Katz has taught at the Ma'ayanot High School for Girls and SAR High School. He was a leading teacher of a daf yomi class in Boro Park for over eight years.[/left]

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 3:41 am
דורך shefele
ביי וועם איז יששכר כץ געווען אן איידעם? (סאררי איך האב פארגעסען)

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 4:31 am
דורך יואב
יואליש האט געשריבן:אשר שמואל כ"ץ קומט פון א סאטמאר משפחה. ביי די זעכצען יאר איז ער געפארן לערנען אין סלאבאדקא. זיין מעשה איז פאראיאר געווען אויף ען פי אר, ווי ער האט געזאגט אז זיין ראש ישיבה האט אים מרחק געווען ווייל ער איז נחשד געווען צו זיין א כופר. ער איז געווען פון די שארפסטע קעפ אין ישיבה. זיין טאלאנט זעהט זיך טאקע אן אז ער האט באקומען די פולברייט סקאלערשיפ צו שטודירן בייאקעמיסטרי אין בערלין. מ'וועט אים אזוי לאנג מרחק זיין ביז ער וועט באקומען די נאבעל פרייז. דאן וועט די קירוב ארגענעזאציע אש התורה ניצן זיין נאמען צו צייגן ווי קליג אידן זענען...

ער האט אויך א פאדקעסט און האט געשריבן מערערע ארטיקלן אויף אנפייעס.


נישט אז איך פראביר צו לייקענען סיסטעם פראבלעמען, נאר סתם נייגעריג. די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעלאזט איז צוליב מרחק זיין ?
כ'מיין אז מ'וואלט אים מקרב געווען וואלט ער געבליבן מיטן שארפן קאפ ביים גמרא ?
מ'וואלט אים צוגעשטעלט אין סלאבאדקא דאס וואס סטאוני בראאק האט ?

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 8:23 am
דורך קאווע טרינקער
shefele האט געשריבן:ביי וועם איז יששכר כץ געווען אן איידעם? (סאררי איך האב פארגעסען)

ר' יששכר,
ר' קאפל שווארץ

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 8:35 am
דורך בן תמליון
סעם קאטץ איס נישט קיין טיפיקעל אף דע דערעך. זיין מאמע איז פריי און זי שטיצט איהם און איז אונטער זיין הצלחה, ממילא קען מען איהם נישט נוצן אלץ דוגמה לדעתי.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 8:47 am
דורך יואב
בן תמליון האט געשריבן:סעם קאטץ איס נישט קיין טיפיקעל אף דע דערעך. זיין מאמע איז פריי און זי שטיצט איהם און איז אונטער זיין הצלחה, ממילא קען מען איהם נישט נוצן אלץ דוגמה לדעתי.

Might be, I don't know. But from the NPR interview, sounds like his mother is observant. They say he calls her every Friday before Sabbath.Etc.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 9:12 am
דורך יואליש
זיין מאמע איז פריי? כ'מיין די מאכסט א טעות.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 9:18 am
דורך יידל
בן תמליון, נישט שיין צו שרייבן ווען מ'ווייסט נישט. זיין מאמע איז א היימישע סאטמערע פרוי פון בארא פארק. זיין טאטע האט משנה געווען דרך אין עבודת ה' און איז פון א חסידישער אינגערמאן געווארן א מאדערן ארטאדאקסישע איד און איז היינט א מגי"ש אין ישיבת מהר"ט שע"י ישיבת חובבי תורה.