בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 1:01 pm
דורך היסטאריקער
איך בין נישט א גרינגער מאמין, אבער עיני ראו ולא זר, און ניין סעלצער שפריצט נישט אזוי ארויף
קיינער איז נישט מחוייב עס צו גלייבן, אויף מיר האט עס אבער געמאכט א געוואלדיגע רושם, בעה״ב, איך בין נאכנישט חולה צוליב דעם
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 6:09 pm
דורך איזהו חכם
בקיצור, ס׳איז געקומען א רבי, געשפריצט וויין ביים קידוש, און דער עולם איז נתפעל געווארן און מכתיר געווען אלץ א קדוש וטהור וכו׳
אין כל חדש תחת השמש
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
דעתי הענייה האט געשריבן:א חכם מחוכם וואס ווייסט ווי אזוי צו שפילן אויפן סאטמארער עולם.
אדרבה כאפט א בליק אויפן וועבסייט פון משרד הדתות וויפל געלט זיי באקומען....
וואס זיי האבן באקומען. דער רבי שליט"א האטעך געזאגט אז מע האט אויפגעהערט.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 11:01 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז געווען ביים ברך משה ציון אויך? אויב יא איז ער דער ערשטע רוזשינע רבי וועלכע גייט צו א צאנזע אייניקל- א רבי.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:37 pm
דורך על המחיה
וואס עפעס? ווען די אחים לבית וויזניץ ר"י אדער רמ"מ גייען באזיכען די באבוב'ער סטמער'ער קלויזענבורג'ער וכדומה איז אויך א רוזינער אייניקל ביי א צאנזער אייניקל
נאך מעהר
אונ'ם קומענדיגען דור וועלען זיין א שיינע פאר גרויסע רבי'ס אייניקלעך פון ביידע צדיקים צאנז און רוזין
דהיינו, יו"ח פון אדמו"ר מבעלזא, יו"ח פון אדמו"ר מסקווירא, יו"ח פון אדמו"ר מהר"א מסאטמר,
היינט זענען דאס די צוויי ברידער ר' ישראל און ר' מענדל מוויזניץ וואס זענען אייניקלעך פון ביידע
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm
דורך היסטאריקער
ער איז אויך געגאנגען עולה זיין אין די צאנזער ס״ת ביי ר׳ משה שמואל זופניק
קען זיין ער האלט אזוי ווי די וואס זאגן אז עס האט מיט׳ן ד״ח גארנישט, ער איז בלויז געגאנגען פאר די טשעק
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 2:52 pm
דורך שרייבער
ממי_שאמרו האט געשריבן:ער איז געווען ביים ברך משה ציון אויך? אויב יא איז ער דער ערשטע רוזשינע רבי וועלכע גייט צו א צאנזע אייניקל- א רבי.
ער איז דער ערשטער רוזשינער רבי וואס איז געווען אין צאנז
ער האט באזוכט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:27 pm
דורך היימישער
איך פארשטיי נישט וואס עס באדערט דעם עולם דא, אויב סאטמאר גייט נישט זאגט מען אז זיי גלייבען נישט און קיין שום רבי
וואס איך האב פארשטאנען דא איז. אז עס איז געקומען א יוד פון א"י און די סאטמארע יודען האבען געהערט אז ער איז א ערליכע יוד זענען זיי געגאנגען אים מחזיק זיין איינער מיט געלט און איינער מיט זיין נפש
עס מיינט נישט אז גאנץ סאטמאר איז געווארען א בהוש'ער חסיד, און אויב איינער איז יא נתפאל געווארען עכ"כ אז ער וויל ווערן א בהוש'ער חסיד איז אשרי לו ואשרי חלקו
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 4:48 pm
דורך avil
איזהו חכם האט געשריבן:בקיצור, ס׳איז געקומען א רבי, געשפריצט וויין ביים קידוש, און דער עולם איז נתפעל געווארן און מכתיר געווען אלץ א קדוש וטהור וכו׳
אין כל חדש תחת השמש
און אפשר איז דאס האלץ ריכטיג ???
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:55 am
דורך כספי
על המחיה האט געשריבן:וואס עפעס? ווען די אחים לבית וויזניץ ר"י אדער רמ"מ גייען באזיכען די באבוב'ער סטמער'ער קלויזענבורג'ער וכדומה איז אויך א רוזינער אייניקל ביי א צאנזער אייניקל
נאך מעהר
אונ'ם קומענדיגען דור וועלען זיין א שיינע פאר גרויסע רבי'ס אייניקלעך פון ביידע צדיקים צאנז און רוזין
דהיינו, יו"ח פון אדמו"ר מבעלזא, יו"ח פון אדמו"ר מסקווירא, יו"ח פון אדמו"ר מהר"א מסאטמר,
היינט זענען דאס די צוויי ברידער ר' ישראל און ר' מענדל מוויזניץ וואס זענען אייניקלעך פון ביידע
אבער דאכט זיך קיינער איז נישט קיין אייניקל פון די זוהנען פונעם רוזשינער און פונעם צאנזער רב, יו"ח פון ר' משה'לע וויזשניצער זענען אייניקלעך פונעם רוזשינערס טאכטער און איידעם דער צמח צדיק, וואס די מחלוקת פונעם צאנזער רב איז בהדיא נישט געווען אויף עם, נאר אויף די זוהנען
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:01 pm
דורך הרב שיף
דאס אז דער איד איז א ענו און א תלמיד חכם גייט קיינעם נישט אן?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:45 pm
דורך ברוך שפינוזה
ניין, פארוואס דען יא?