בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין נישט קיין ציוניסט אבער אן עלטערער היימישער איד א זקן וואס דרייט זיך ביי אסאך רבי'ס, דער ראש המשפחה פון א גרויסער שיינע משפחה האט מיר געזאגט די דאזיגע ווערטער "נאכן קריג בין איך געווען זייער שוואך, איך האב מיר געוואלגערט אין אייראפע, און ווען נישט די מדינה מיט די גאנצע אידישע שטאלץ וואס זיי האבן געברענגט וואלט איך זיך אויסגעמישט ערגעצוואו צווישן גויים. איך בין נאר א איד אדאנק די גאנצע מדינה" און דער איד איז היינט א חסידישער איד וואס וואלט מסתמא נישט געגאנגען צו בחירות ווייל אונזערע רביס זענען דערקעגן. סתם אינעטרסאנט.
יא, אוודאי זענען דא פארקערט, אזוינע וואס ווען נישט די מדינה וואלטן זיי געווען מער ערליכע אידן, יש ויש.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 3:22 pm
דורך קאך_לעפל
moti107 האט געשריבען:
איך בין נישט קיין גרויסער היסטאריקער. אויך פאליטיק איז נישט פון מיינע שטארקע פונקטן, עכ"פ נישט גענוג צו דעבאטירן די לייבן דא אין שטיבל. מיט דער שיטת הקנאים קען איך מיך אויך נישט אויס גענוג קלאר (קאך לעפל אפשר יא), דעריבער וויל איך דא נישט אנאליזירן די מדינה פון א היסטארישער אדער פאליטישער שטאנדפונקט (הגם איך גלייב אז דער וויסענשאפט אויף די אויבן דערמאנטע קען אין א געוויסער זין שוקל דעת זיין מיין מיינונג לכאן או לכאן). ווי אויך וויל איך נישט אריינגיין אין די קנאי'שער (לייען אידישער?) ארגומענט לגבי די בענעפיטן אדער פארקערט פון דער אידישער לאנד.
איך וועל מיך בלויז באציען צום פראקטישן חלק. דהיינו אויב היינט צוטאגס, נאכן דורך לעבן די גאנצע היסטאריע, האט זיך פאקטיש די מדינה געלוינט פארן אידישער פאלק אדער נישט.
איך בעט פון אונזערע חברים דא - די היציגע ווי די מעסיגע - ארויסצוברענגען אייער מיינונג מיט כבוד און רעספעקט. לאזט איבער אייערע עדזאקטיוון אין הארץ אפילו ס'ברענט אין אייך א ווילן צו מוחה זיין אדער מבזה זיין א ניק. וואס איר האלט האט נאר וואס געשריבן לפי דעתכם קעגן רצון ה' אדער נאריש געדענקט! כשם שמצוה לומר וכו'.... קיינער איז נאך נישט געווארן א קנאי קארעספאנדירנדיג ווירטואל..
ביז דא האט moti107 געשריבן:
די דאזיגער געדאנק, איז א אויזער געווענליכע גוטע געדאנק אבער ליידער ליידער איז עס כמעט אומעגליך, פארוואס?
לאמיר מקדים זיין א נאך א קשיה, א סאך מאל זעט מען וואו עס קימט צו גיין א גוטער ניק, און ער שרייבט פיין, און פליצלינג אן קיין שום ווארענונג, ווערט ער פארשווינדען פון האריזאנט, פארוואס איז דאס אזוי?
לאמיר מיך א מינוט פארשטעלן, וואו דער גרעסטער וויסענשאפטלער, אונעם לעצטען יאר 100 אלבערט איינשטיין, דער ערפינדער פונעם אטאם, קימט אן קיין וויליאמסבורג, און ער גייט אריין אונעם גרויסען סאטמארען בית מדרש, און ער זעצט זיך א וועק און א ווינקל מיט א גלאז קאווע, און טרינקט זיך זיין קאווע אזוי געמיטליך.
קימט צו אים צו א יוד, און גיבט אים א ברייטען שלום עליכם, און וואו די שטייגער פון יודן, גייט ער גראד צו צום פינטעל, און פרענגט אים וואס טיט איר פאר פרנסה? זאגט אים רבי אלבערט, איך בין א פיזיקער, און סייענטיסט,
זאגט אים דער יוד מיט פריינליכקייט, איך הייס גרונים, און איך ארבייט ביי מיעל מארט,
פרעגט גרוינם פון ר' אלבערט, וואס איז דאס פיזיקס? איך האב קיימאל נישט געהערט פון אזא מין זאך? כ'האב עס נישט געהערט אויף קול מבשר, און איך האב עס נישט געליינט און יוד!
הייבט אים ר' אלבערט אן פינקליך מסביר צו זיין, וואס פיזיקס הייסט, די גאנצע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, קאזמאלאגיע, קאפילאריע טואונג, אד''ג,
און אונזער גרונם דער וואס איז א מימחה עצום, ארויף צו לייגען די הינדליך אויפן בראטען נאגעל, הייבט תיכף אן א שטורימשען וויכיח מיט ר' אלבערט'ן, און ווארפט צוזאם די אלע יסודי הפיזיקס, וואס ר' אלבערט האט זיך געפלאגט יארן, אויף צו בויען, און סוקסעסיצרט, און ער איז עס מבטל כקליפת השום.
וואס האט ר' אלבערט געטאן?
ער האט געזען מיט וועם ער איז אריין געפאלן, האט ער זיך אויף געהויבן מיט א שמייכל, און געזאגט פאר ר' גרונים, איר זענט 100% גערעכט, און ער איז זיך געגאנגען זיין וועג.
לענינינו:
עס קימט צו גיין א ניק, וואס ער איז אויסגעקאכט און א געוויסע נושא, און ער הייבט אן צו שרייבן זאכליך, און עס קימען אן אנדערע ניקים, וואס זענען באמת קליגע לייטע, נאר און דעם נושא, וואס דער ניק הפותח רעד, איז ער נישט אויסגעקאכט, און ער האט גאנץ קנאפע ידיעות און דעם, און ווער רעד נאך ווען דער פותח הניק, האנקערט אן מיט א בר נש וואס איז פון פאך אויס לאו חכים טובא, ולאו טיפוש זוטא, אנשטאט זיך צו טענה'ן, און פירן ווייטער די נושא אויף די גלייכע רעלסן, זאגט ער איידל א גוטען טאגע, און ער גייט זיך זיין וועג.
ווען מען רעד און די ענין פון ציונות,
און עס קימט צו גיין איינער וואס קען נישט די היסטאריע, און האט קיין מאל נישט אריין געקיקט און ויואל משה, און האט נישט קיין אנונג און די מציאות הדברים, און ער נעמט זיך אריין רעדען דער און, נאר פאר די 1 סיבה, ווייל ער האט פיינט סאטמאר, משום איזה סיבה שהוא,
אדער עס קימט גאר צו גיין א קנאפע בר שכל און הייבט אן צו משפיע זיין זיין דברי חכמה, טרייבט דאס אוועק די ניקים, וואס זענען יא, אויסגעקאכט און די דאזיגע ענינים, עס עס פארגייט דער אפעטיט, פון יעדן נארמאלן בר דעת, ווייטער צו שרייבן,
דעריבער האלט איך נישט אז אזא אשכול איז שייך במציאות, אבער די געדאנק, וואלט געווען גאר א גוטער.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 3:30 pm
דורך ברסלבער
איך קלער אז עס איז שוין צייט אוועקצונעמען דעם ציטיר קנעפל, מיר קענען זיך שוין גוט אויס מיט די קאלאר'ס, און מיר קענען זיך שוין באגיין אנעם ציטיר.
וואס איז די משוגעת פון די קאלאר'ס? עס גייט שוין אביסל אויף די נערווען.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 4:02 pm
דורך בדחן
קופערניקוס האט געשריבן:איך בין נישט קיין ציוניסט אבער אן עלטערער היימישער איד א זקן וואס דרייט זיך ביי אסאך רבי'ס, דער ראש המשפחה פון א גרויסער שיינע משפחה האט מיר געזאגט די דאזיגע ווערטער "נאכן קריג בין איך געווען זייער שוואך, איך האב מיר געוואלגערט אין אייראפע, און ווען נישט די מדינה מיט די גאנצע אידישע שטאלץ וואס זיי האבן געברענגט וואלט איך זיך אויסגעמישט ערגעצוואו צווישן גויים. איך בין נאר א איד אדאנק די גאנצע מדינה" און דער איד איז היינט א חסידישער איד וואס וואלט מסתמא נישט געגאנגען צו בחירות ווייל אונזערע רביס זענען דערקעגן. סתם אינעטרסאנט.
יא, אוודאי זענען דא פארקערט, אזוינע וואס ווען נישט די מדינה וואלטן זיי געווען מער ערליכע אידן, יש ויש.
קופערניקוס, אז דו האסט צייט, און אויב עס איז מעגליך, ביטע קלאר אויס דיין לעצטע שורה פון די תגובה,
איך פארשטיי אז עס איז דא מענטשן וואס מחמת איזה סיבה שיהא האבן זיי פיינט שיטת סאטמער, צו ווייל זיי ווילען אוועק גיין פון זייער עבר, אדער ווייל זיי זענענן אזוי נתחנך געווארען, אבער עס דארף גיין מיט לאגיק נישט סתם קאפ אין וואנט,
כמעט יעדער - אפילו דער וואס גייט צו די בחירות, נעמט געלט, און אפילו טייל וואס זאגען הלל ה׳ אייר - וועט מודה זיין אז די מדינה האט א טינקעלע עבר זיי האבן היסטערי פון אויס׳שמד׳ן אידן, אנגעהויבן מיט די קיבוצים און גענדיגט מיט די עולים פון די אראבישע לענדער און אזוי אויך דאס עצם קיום האט געמאכט מיליאנענן תינוק שנשבה׳ס וואס אדערווייז וואלטן זיי געווען בעסער, און די אלע זאכען גייט אן בהוה אויך,
ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות? אדער עס איז געווען מער אזא לארי פלארי תגובה?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 8:29 pm
דורך היימישער ליטוואק
קאך_לעפל האט געשריבן:[color=#FF0000][b]ווען מען רעד און די ענין פון ציונות,
און עס קימט צו גיין איינער וואס קען נישט די היסטאריע, און האט קיין מאל נישט אריין געקיקט און ויואל משה, און האט נישט קיין אנונג און די מציאות הדברים, און ער נעמט זיך אריין רעדען דער און, נאר פאר די 1 סיבה, ווייל ער האט פיינט סאטמאר, משום איזה סיבה שהוא,
אדער עס קימט גאר צו גיין א קנאפע בר שכל און הייבט אן צו משפיע זיין זיין דברי חכמה, טרייבט דאס אוועק די ניקים, וואס זענען יא, אויסגעקאכט און די דאזיגע ענינים, עס עס פארגייט דער אפעטיט, פון יעדן נארמאלן בר דעת, ווייטער צו שרייבן,
דעריבער האלט איך נישט אז אזא אשכול איז שייך במציאות, אבער די געדאנק, וואלט געווען גאר א גוטער.
איינע פון די אפט-גענוצטע קנאי'שע/סאטמרע טריקס און שוץ-מיטלען איז צו זאגן אז פלוני ופלוני איז געווען טאקע פיין און וואויל, אדער אפילו הגאון הגדול און הצדיק הקדוש פלוני ופלוני טאקי א גאון און צדיק אבער צו ציונות האט ער נישט פארשטאנען.
ווער יא?
נאר דער סאטמאר רבי ז"ל און דאמב ע"ה. הם ואין בלתם.
יא עפעס דער און יענער האט דער רבי געזאגט פארשטייט אביסל... וכדומה די אלע פלוידערייען.
וואס איז דא צו פארשטיין?
וואס פאר א טיפע לערע איז דאס?
כמה אבנים צריכים לזרוק? כמה ביצים צריכים לנפץ? כמה פעמים ביום צריכים לקלל?
למעשה, לערנט מען יא דעם ויואל משה, זאגט מען דיר, עה דאס איז נישט די שיטה, דאס האט נאר דער רבי ז"ל געשריבן צו ווייזן אז עס איז מבוסס אויף הלכה נישט סתם אגדה (??!! וד"ל). לערנט מען נישט דעם ויוא"מ, נו אז דו האסט עס נישט געלערנט קענסטו האבן קושיות; זעץ זיך לערנען וועלן אאאאאלע קושיות נתיישב ווערן. (עס איז דא א אשכול איבער דעם ויואל משה, קאך לעפל ביטע נעם אנטייל און פארענטפער דארט די טענות אויף דעם ספר הקדוש.)
עט די ענט אוו די דיי, זע איך אז קלוגע סאטמרע זענען נישט אזוי הייס אויף "די שיטה". און איט אלל בוילס דאון צו השתייכות צו דער פארטי און חסידות. נו, ברסלב האט איר שיטה, סקווער איר דרך, און סאטמר איר'ס.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 8:50 pm
דורך בדחן
היימישער ליטוואק האט געשריבן: 1) איינע פון די אפט-גענוצטע קנאי'שע/סאטמרע טריקס און שוץ-מיטלען איז צו זאגן אז פלוני ופלוני איז געווען טאקע פיין און וואויל, אדער אפילו הגאון הגדול און הצדיק הקדוש פלוני ופלוני טאקי א גאון און צדיק אבער צו ציונות האט ער נישט פארשטאנען, ווער יא? נאר דער סאטמאר רבי ז"ל און דאמב ע"ה. הם ואין בלתם.
2) כמה אבנים צריכים לזרוק? כמה ביצים צריכים לנפץ? כמה פעמים ביום צריכים לקלל?
3) למעשה, לערנט מען יא דעם ויואל משה, זאגט מען דיר, עה דאס איז נישט די שיטה, דאס האט נאר דער רבי ז"ל געשריבן צו ווייזן אז עס איז מבוסס אויף הלכה נישט סתם אגדה (??!! וד"ל).
4) עט די ענט אוו די דיי, זע איך אז קלוגע סאטמרע זענען נישט אזוי הייס אויף "די שיטה"..
1) אויב מעגליך רעדט אביסל מער ברייטער אויף וועם מען האט עס געניצט, איך קען נישט כאפען אויף די מינוט אויף וועלכע גדול מען זאל עס האבן געזאגט.
2) סאטמער מיט זייער מחלוקות האט זיך נישט וואס צו שעמען נישט פון קלוזב״ג וואס האט זיך געשלאגען מיטען ברידער, נישט פון גור, און נישט פון בעלז, זיכער נישט פון די ליטאים, פון וועם יא? פון קיינעם, זעט אויס אז מחלוקות ביי אידן איז א חלק פינעם גלות.
3) כמדומה לו אז די מאכסט א טעות, ווייל עס איז נישט דא אזא מימרא און סאטמער, עס עקזעסטירט נישט.
4) א סימן אז דו מיזט ווי פריער מאכען א אפויטמענט ביין אויגן דאקטער..
איך קען גדולי תלמידי סאטמער, איך ווייס אבער נישט ווען די קענסט דערפאר איז מיר שווער צו שרייבען נעמען, אדרבה ברענג אפאר נעמן פון קליגע אידן וואס זענענן נישט הייס אויף די שיטה.
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 11:22 pm
דורך עפל סיידער
ה' אייר, יום העצמות.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 12:18 pm
דורך אפטעמיסט
[justify]באריכטן געבן אן אז אין ישראל קומט איצט פאר א מאסן-קראצעריי. וואו מ'גייט נאר — פון הר הרצל ביז ככר רבין — זעהט מען פרייע און רעליגיעזע ציונים זיך קראצן די לייב פון פיין. דער ראה"מ קראצט, זיינע לייב-וועכטער קראצן, סאלדאטן קראצן און אפילו אינגע קינדער קראצן. היסטאריקער זאגן אז אזאנע מאסן-קראצערייען זענען נאכנישט פארגעקומען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט. פארשער וואס פראבירן דערגיין דער אורזאך פון דעם קראצעריי קענען נישט פארשטיין וואס דא קומט פאר. זיי אליין זיצן אין די לאבאטאריס, צוקראצטערהייט, זיי טון וואס מעגליך צו דערגיין דעם סוד פון די קראצעריי, אבער אן ערפאלג.
וואס די ציונים הארורים פארשטייען נישט איז אז בשעת וואס זיי פייערן דעם פארשאלטענעם טאג אין ישראל, קומט פאר מנינים 'תחנון' אין ראדני און אין הופפער, און דאס שיקט סיגנאלן פון "קראץ" גראד אריין אין די קערפער פון די ציונים הארורים. פארשטייסט?!
איצט, א ווארט צי מיין קאלאגע סאטמארער: וויסן זאלט איר אז ווען נישט איך שפאציר היינט אריין אין ראדני וואלט איך קיינמאל בכלל נישט געוויסט אז היינט איז ה' אייר. צי ווייסטו אז חוץ ענק איז נישט דא קיין חסידישער איד וואס ווייסט אז היינט איז יום העצמאות? צי ווייסטו אז איך געב נישט קיין דעעם אז היינט איז ה' אייר, און נתניהו גיבט נישט קיין ריק אז דו זאגסט תחנון? זאג, ביסט אינגאנצן צו'חוש'ט?
איך וועל מסיים זיין מיין שאלשידעס תורה מיט א ווערטעל, מ'זאגט אז דער רבי זי"ע האט געהאט א ווייטע בליק אז די מדינה וועט אינטערגיין; אלס לענגער די מדינה שטייט, אלס ווייטער ווערט זיין בליק...[/justify]
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 12:48 pm
דורך יין שרף
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:39 pm
דורך גנדי
ווישינג יו א העפי יום המר והנמהר
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:46 pm
דורך עפל סיידער
קינה פאר היינט
@אפטעמיסט איך האב היינט געזעהן די ש.ב. זיך דרייען אין די היימישע געגנטער צו שיקען א רעפארט.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:55 pm
דורך עפל סיידער
חיים שאולזון פראוועט היינט זיין יום הולדת, און מאכט א חשבון הנפש איבער זיין געבורט אינאיינעם מיט די מדינה ביום ה' אייר.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 2:13 pm
דורך היימישער ליטוואק
עפל סיידער האט געשריבן:קינה פאר היינט
@אפטעמיסט איך האב היינט געזעהן די ש.ב. זיך דרייען אין די היימישע געגנטער צו שיקען א רעפארט.
אויב איך זאל וועלן שרייבן א נישט-אזא-סאטמרע הודעה אויף IV וואלטן זיי דאס גמעקט?
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 2:26 pm
דורך עפל סיידער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:עפל סיידער האט געשריבן:קינה פאר היינט
@אפטעמיסט איך האב היינט געזעהן די ש.ב. זיך דרייען אין די היימישע געגנטער צו שיקען א רעפארט.
אויב איך זאל וועלן שרייבן א נישט-אזא-סאטמרע הודעה אויף IV וואלטן זיי דאס גמעקט?
פרוביר.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 3:07 pm
דורך גאלד
נתניהו וואונטשט אגוט יו"ט,
פארנט פון א ש"ס מיט שו"ע אויף די פוליצעס,
האט ער עס געבארגט פון איינעם, אדער האלט ער עס פאר א סוועניר, אדער דערקלערט נצחון אויפן תלמוד ושו"ע?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=L2yKEIJk6ak[/youtube]
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 3:18 pm
דורך עפל סיידער
נתני' איז נאך פון די אלטע גווארדיע.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 8:06 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 2:12 am
דורך [NAMELESS]
עניני דיומא
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 4:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
א וויזניץ-מאנסיער האט מיר אמאל געזאגט אז אלץ יונגל האט ער קיינמאל נישט געוואוסט פון אזא זאך ווי ה' אייר, זאג מיר דיר, ווער איז מער קעגן ציונות, סאטמאר אדער וויזניץ?