בלאט 2 פון 7
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:14 am
דורך טאמבל סאס
גרייט'ס ענק פאר נאך א פופציג גיטין נאך די דאזיגע אסיפה.
איך וואלט עס גערופן אסיפה "תקנה לכריתות"
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:52 am
דורך בדחן
א איד וואס איז שפוי בדעת מאכט נישט חוזק פון אזא אסיפה - נישט קיין נפק״מ זיין פערזענליכע דרגא פון אידשקייט - א איד וואס איז נישט א להכעיס׳ניק ווייסט און פארשטייט אז צו האבן ערליכע קינדער און צו קענענן זיך האלטען שותומ״צ דארף מען מאכען גדרים וסיגים,
חוזק צו מאכען דערפון אדער עס ארינטער רייסן דארף מען זיין אדער א להכעיס׳ניק, אדער א אינו שפוי בדעת.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:00 pm
דורך טאמבל סאס
מיין ווייב איז אמאל געגאנגען צו אזא אסיפה.
ביים אהיימקומען האט זי אנגעהויבן גראמבלען אז עפעס איינער טויבער האט געזאגט אז די פרויען זענען מחויב צו קאנטראלירן די מענער נישט צו האבן קיין אינטערנעט וכדומה. ס'האט מיר געדויערט א שיין שטיקל ארבעט איר מסביר צו זיין אז איך האב נישט חתונה געהאט מיט טויבער.
איז יא! בדחן טייערער. איך בין א להכעיס'ניק. די ווייבער דארפן נישט ערשיינען צו קיין אסיפות, סיידן עס רעדט פון פאטעיטע קוגל און פאזיציעס...
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:04 pm
דורך בדחן
איך האב פארשטאנען פון אנפאנג ״אן דיין זאגען״ אז מען דארף זיין א להכעיס׳ניק חוזק צו מאכען פון אזא אסיפה.
אגב, איך קען די דרשות פון די טויבער׳ס זיי זאגען נישט אזעלכע זאכען אז דער ווייב דארף זיין בעה״ב, מעגליך אז דיין ווייב האט שלעכט פארשטאנענן, מעגליך זי האט געזאגט ליגענט זי האט געניצט טויבער אלץ א קאווער-אפ, מעגליך אז דו זאגסט נישט די אמת.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:10 pm
דורך טאמבל סאס
בדחן האט געשריבן:איך האב פארשטאנען פון אנפאנג ״אן דיין זאגען״ אז מען דארף זיין א להכעיס׳ניק חוזק צו מאכען פון אזא אסיפה.
ניין! כ'האב געמיינט לאפוקי אז איך בין נישט שפוי בדעת.
בדחן האט געשריבן:אגב, איך קען די דרשות פון די טויבער׳ס זיי זאגען נישט אזעלכע זאכען אז דער ווייב דארף זיין בעה״ב, מעגליך אז דיין ווייב האט שלעכט פארשטאנענן, מעגליך זי האט געזאגט ליגענט זי האט געניצט טויבער אלץ א קאווער-אפ, מעגליך אז דו זאגסט נישט די אמת.
מעגליך אז דו האסט שלעכט פארשטאנען.
מעגליך דו זאגסט ליגנט.
מעגליך טויבער זאגט ליגנט.
מעגליך אונז רעדן פון צוויי טויבער'ס
מעגליך דו ביסט געווען א טויבער.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:23 pm
דורך בן תמליון
ווער גייט דא רעדן? מענער?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:38 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר וועט מען מיך מכבד זיין צו רעדן, און איך וועל זאגן מיין תקנה לדורות:
יעדעס פרוי מוז זיך פוצן לכה"פ איין מאל א וואך אינדערהיים, און זיך אנטון ווי כאילו זי גייט אויף א חתונה פון א פריינדינע.
א פרוי דארף קענען מאכן גוטע געשמאקע עסן אז די מענער זאלן נישט זוכן גליקן אין די (פ)רעסטוראנטן. מען וועט טיילן אויף אלע טישן א אומזיסטע בוכל מיט בא'טעמ'טע רעסעפיס.
א פרוי זאל מאכן דאס לעבן אזוי זיס פארן מאן אז ער זאל ניטעמאל זיין אינטרעסירט צו זוכן אין די בורות נשברים, און אויפטוישן באר מים חיים פאר שמוציגע וואסער.
א פרוי זאל מאכן א מאן וועלן אהיימקומען, ער זאל שפירן ווי ער איז א מלך אין זיין פאלאץ מיט כבוד, 24/7.
אודאי, ס'איז נישט גרינג, אבער וואס אינוועסטירט מען דען נישט פאר אונזערע דורות?
א פרוי וואס וועט נישט מסכים זיין צו די זאכן וועט מען ארויסווארפן אירע מיידלעך פון די מוסדות.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:44 pm
דורך גנדי
בדחן האט געשריבן:א איד וואס איז שפוי בדעת מאכט נישט חוזק פון אזא אסיפה - נישט קיין נפק״מ זיין פערזענליכע דרגא פון אידשקייט - א איד וואס איז נישט א להכעיס׳ניק ווייסט און פארשטייט אז צו האבן ערליכע קינדער און צו קענענן זיך האלטען שותומ״צ דארף מען מאכען גדרים וסיגים,
חוזק צו מאכען דערפון אדער עס ארינטער רייסן דארף מען זיין אדער א להכעיס׳ניק, אדער א אינו שפוי בדעת.
הרב בדחן טייערער,
איך רעספעקט דיר זייער, איך האב גרויס
טאלערענץ פאר דיר. אבער, האסטו שוין געהערט פון די גמרא
חומרא דאתי לידי קולא?
מיר אלע האבן ליב די תורה, ווילן ערליכע קינדער, ווילן זיך האלטען שותומ״צ, און
טאקע דערפאר האלטן מיר אז גדרים וסייגים וואס ווערן געמאכט דורך שווארצע גלעזער קוקערס, אדער מיט קנאות פון א היציגע מינוט, האט קאנצעקווענצען לדורות, און עס וועט ווייטער פאלען שטיקער פון כלל ישראל.
חז"ל האבן קיינמאל נישט געמאכט א
גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה, ליין
רוב הציבור. עס איז שוין צייט אויפהערן צו מאכן תקנות אויפן
רוב ציבור כדי צו צופרידענשטעלן די
מיעוט קנאים וואס רעדן זיך איין זיי זענען די איבערגעבליבענע פך השמן.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:47 pm
דורך בדחן
@ שמעקעדיג, אויב לעבן אין חלום לאנד, גיב שוין פאר יעדעם א מיליאן דאלער און די זייט?!
1) דיינע עצות זענענן זייער גוט, אבער די נושא דא ביי די אסיפה איז עפעס אנדערש.
2) א פרוי איז פינקט ווי א מאן אויך א מענטש, און זי ארבייט אויך זייער שווער אינדערהיים אגאנצן טאג, שוין אויפהערן מיט קרעכצן כאילו זיי זיצען מיט די פיס ארויף און ןווילין נישט געבן קיין סאפער פאר׳ן מאן,
3) פינקט ווי דאס זאגסט אז נישט אלע פראבלעמען קימט פון טענעלאגיע, להוי ידוע, אז ווייניגער פראבלעמן וועלן געלייזט ווערן מיט דיינע עצות.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:52 pm
דורך בדחן
גנדי האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:א איד וואס איז שפוי בדעת מאכט נישט חוזק פון אזא אסיפה - נישט קיין נפק״מ זיין פערזענליכע דרגא פון אידשקייט - א איד וואס איז נישט א להכעיס׳ניק ווייסט און פארשטייט אז צו האבן ערליכע קינדער און צו קענענן זיך האלטען שותומ״צ דארף מען מאכען גדרים וסיגים,
חוזק צו מאכען דערפון אדער עס ארינטער רייסן דארף מען זיין אדער א להכעיס׳ניק, אדער א אינו שפוי בדעת.
הרב בדחן טייערער,
איך רעספעקט דיר זייער, איך האב גרויס
טאלערענץ פאר דיר. אבער, האסטו שוין געהערט פון די גמרא
חומרא דאתי לידי קולא?
מיר אלע האבן ליב די תורה, ווילן ערליכע קינדער, ווילן זיך האלטען שותומ״צ, און
טאקע דערפאר האלטן מיר אז גדרים וסייגים וואס ווערן געמאכט דורך שווארצע גלעזער קוקערס, אדער מיט קנאות פון א היציגע מינוט, האט קאנצעקווענצען לדורות, און עס וועט ווייטער פאלען שטיקער פון כלל ישראל.
חז"ל האבן קיינמאל נישט געמאכט א
גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה, ליין
רוב הציבור. עס איז שוין צייט אויפהערן צו מאכן תקנות אויפן
רוב ציבור כדי צו צופרידענשטעלן די
מיעוט קנאים וואס רעדן זיך איין זיי זענען די איבערגעבליבענע פך השמן.
יא איך האב שוין געהערט פון די גמרא,
און די האסט שוין געהערט פון די גמרא בהפקירא ניחה ליה?
קאט די בי עס, ווילסט זיין א ליידיגייער בכל הכבוד, אבער עס גייען היינט קומען הונדערטער ווייבליך אדער מער, וואס זיי און זייערע מענער ווילען לעבן א הייליג לעבן און ווילען הערן תקנות וגדרים, לאז זיי צורי און מאך נישט חוזק פון יענעם וואס לעבט א העכער לעבן ווי די, אז עס טוט דיר שטארק ווי האסטע צוויי אפשענס, אדער אז זאלסט נישט קוקען אויף זייער זייט, אדער כאפ זיך מיט און פראביר אויך.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:55 pm
דורך קינות גירושין
שמעקעדיג וואס זאל איך דיר זאגען.....
................
????????????????
איך וועל מסיים זיין מיט וואס סאיז מרגלי בפומי דלעקוואד
I had a dream!
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:31 pm
דורך ברסלבער
בדחן האט געשריבן:יא איך האב שוין געהערט פון די גמרא,
און די האסט שוין געהערט פון די גמרא בהפקירא ניחה ליה?
קאט די בי עס, ווילסט זיין א ליידיגייער בכל הכבוד, אבער עס גייען היינט קומען הונדערטער ווייבליך אדער מער, וואס זיי און זייערע מענער ווילען לעבן א הייליג לעבן און ווילען הערן תקנות וגדרים, לאז זיי צורי און מאך נישט חוזק פון יענעם וואס לעבט א העכער לעבן ווי די, אז עס טוט דיר שטארק ווי האסטע צוויי אפשענס, אדער אז זאלסט נישט קוקען אויף זייער זייט, אדער כאפ זיך מיט און פראביר אויך.
אלעס האב איך פארשטאנען אויסער איין נקודה.
בדחן האט געשריבן:קאט די בי עס
וואס איז דאס? פון דעם גייט מען אויך רעדן ביי די אסיפה?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:34 pm
דורך בדחן
עס איז ראשי תיבות פון בול-שיט, קלארער?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:38 pm
דורך היסטאריקער
עס איז דא א גמרא און מסכת שבת (ט"ו ע"א): מ' שנה עד שלא חרב הבית גלתה לה סנהדרין וישבה לה בחניות, אמר רב יצחק בר אבדימי, לומר שלא דנו דיני קנסות, (פרעגט דער גמרא) דיני קנסות ס"ד? אלא אימא שלא דנו דיני נפשות.
זאגט רש״י (סנהדרין מ״א א׳) ד״ה אלא דיני נפשות, שאין דיני נפשות בכל מקום אלא בעוד שסנהדרין נוהגת בלשכת הגזית שנאמר (דברים יז) וקמת ועלית אל המקום מלמד שהמקום גורם וכיון דחזו דנפישי רוצחים ולא היו מספיקין לדון עמדו וגלו משם:
זעה מיר אז די סנהדרין האט געזען אז עס איז דא אסאך רוצחים האבן זיי נישט געמאכט קיין אסיפות, קול קורא׳ס, זיי זענן ארויס פון לשכת הגזית כדי זיי זאלן נישט דארפן הארגענען אפילו אזעלעכע וואס זענן חייב מיתה
איז דאס א לימוד לדורות, וויאוי מנהיגי ישראל זאלן באהאנדלן א פירצה וואס איז זייער נפרץ?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 3:18 pm
דורך קרעקער
אלעס האב איך פארשטאנען אויסער איין נקודה.
בדחן האט געשריבן:
קאט די בי עס
וואס איז דאס? פון דעם גייט מען אויך רעדן ביי די אסיפה?
עס איז ראשי תיבות פון בול-שיט, קלארער?
און וואס מיינט דאס בול-שיט? מען גייט עס עסן ביי די אסיפה?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:56 pm
דורך בן תמליון
נא איינער האט א באריכט וואס גייט דארט פאר? אפשר א קאווע שטיבל חברת קען לייוו בלאגן פון דארט?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:20 pm
דורך נולד מאוחר
פערסט הענד, מהאט דארט געזאגט פייערדיג
כל כבודה בת מלך פנימה'
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:27 pm
דורך Starbucks
דורכגייער מעלדן אז ס׳קומט א געפערליכע גרוך פון יענע ריכטונג. עטליכע זאגן אז ס׳שמעקט פון פיש זאפט, ווייטער אנדערע זאגן קנאבל. מיר וועלן קאראספאנדירן פרישע מעלדונגען ווי נאר זיי קומען אריין.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:29 pm
דורך ברעט מענינג
סע דארף נאך אריין קימען געניג data
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:38 pm
דורך נו גוט נו
718-506-9054
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:41 pm
דורך פיקציע
וואס איז די נומער?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:44 am
דורך גנדי
הרב בדחן.
וואס זענען געווען די תקנה לדורות?
ביטע געב ארויס, מיר ווארטן מיט שפאנונג זיך אונטערנעמען. מיר זענען נישט בהפקירא ניחא. מיר כאפן זיך מיט און פראבירן אויך...
זאג אונז שנעל ווייל עס איז א סכנה...
געב ארויס די בי. עס. וואס מהאט פרקויפט...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:32 am
דורך בדחן
מיין פרוי איז נישט געווען, מיר האלטן נאך א שמחה ב״ה.