בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:58 pm
דורך גאלד
איך מיין מ'זאל מיר צוריק גיין צו אזאלכע סארט רבי'ס ווי דער ר"ר מיילעך און ר"ר זושא, זיי האבן נישט געהאט קיין קהילות, קיין בנינים, קיין מוסדות הקדושים, קיין ברענטשעס, קיין סטעדשעס, קיין מלכות, איינמאל מ'עלימינירט די אלע זאכן וועט זיך אלעס סאלווען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:19 pm
דורך בעל הבית
עס איז דא געניג אין נאך פון דעי מינע רביס

זמיגראד , רחמטרווקיא, רבי לייביש, סקלעון, רבי מאטיל זילבער,רבי יעקב יוסעלע מבית חיים יושע ועוד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:25 pm
דורך לעמיל
רבי לייביש האט דען א ברודער?
סקלעון רבי זיכער נישט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:30 pm
דורך בעל הבית
גאלד האט געשריבן:איך מיין מ'זאל מיר צוריק גיין צו אזאלכע סארט רבי'ס ווי דער ר"ר מיילעך און ר"ר זושא, זיי האבן נישט געהאט קיין קהילות, קיין בנינים, קיין מוסדות הקדושים, קיין ברענטשעס, קיין סטעדשעס, קיין מלכות, איינמאל מ'עלימינירט די אלע זאכן וועט זיך אלעס סאלווען



סארי לעמיל , די ליינסט נישט אין א סדר .יש מקודם ומאוחר בקאווע שטיבעל, איך האב מגיב געווען אויף גאלד וואס ער זאגט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:35 pm
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:איז נאך דא איינער וואס נאך די אומצאליגע חוזק מאכערס איז נאך אינטרעסירט צו ווערן א רבי?

דאס דערמאנט מיר א מעשה שהיה ווי א איד האט געדארפט צוקומען צו געוויסן ראש הקהל פון א קליין דערפל צוליב ביזנעס צוועקן, ער איז אראפגעפארן צום דערפל און זיך נאכגעפרעגט ווי דער ראש הקהל וואוינט, ער פרעגט איינעם ווי וואוינט דער ראש הקהל, און יענער ענטפערט צוריק, "ווער? דער משוגענער וואס מאכט צודרייט יעדן איינעם?" ער האט אים אפילו נישט געוואלט ענטפערן, ער פרעגט א צווייטן, און יענער זאגט, "ווער? דער רשע מרושע וואס פייניגט יעדן אן אויפהער?", ער פרובירט ביי א דריטן, און יענער זאגט, "ווער? דער נאר פון שטאט, וואס יעדער האלט זיך אונטער פון זיין טפשות", בקיצור ער האט שוין געהערט אלע מעלות פונעם ראש הקהל, און וואס דער עולם האלט פון אים, אבער ער האט נאכנישט געקענט כאפן דעם ראש הקהל אליינ'ס.
ביז ער האט זיך ענדליך דערשלאגן צום ראש הקהל, און נאכן דורכשמועסן מיט אים זיין נושא, געבט ער אים א פרעג, "זאג נאר וואס האסטו פון די גאנצע ראש הקהל'שאפט? איז עס נישט צו א שווערע ארבעט?" ענטפערט דער ראש הקהל, "גאנץ שווער, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל כבוד?"....

וכן הוא לענינינו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:40 pm
דורך שמעקעדיג
אבער מיר זענען דאך "קלוגער"... מיר לאכן דאך פון יענעם 'נארישן' ראשעקאל! (נישט אונזער פון שטיבל ח"ו)......

איך וועל ווארשיינליך נישט פארשטיין דעם ענין ביז איך וועל מגולגל ווערן ביי א רעבישע שטוב מיט בלויע בלוט (היל"ת)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:28 pm
דורך יואב
דער פראבלעם פאנגט זיך אן מיט דעם וואנזיניגן בלוט געזיגלטן הנחה אז דער קינד ווערט רבי בכדי שלא ינתק החבילה, און פון דארטן און ווייטער פארלאנגט מען (די אויפגעקלערטע) טייל מאל זאגאר מיט רציחה, אז לאגיק זאל אורטיילן דעם צוקונפט. און אנדערע ווערטער ביזט באקאקט ? דאן נעם דעם שוואכערן מטורף און טאנץ מה יפית. פארוואס זאל בכלל דער זוהן פירן ווייטער ? (לו יהא דער פאטער זצ"ל האט יא געטויגט).

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:44 pm
דורך איחוד פעלד
בעל הבית האט געשריבן:עס איז דא געניג אין נאך פון דעי מינע רביס

זמיגראד , רחמטרווקיא, רבי לייביש, סקלעון, רבי מאטיל זילבער,רבי יעקב יוסעלע מבית חיים יושע ועוד


לכל הפחות האלב פין די רעביס האבען מוסדות.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 4:11 pm
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איז נאך דא איינער וואס נאך די אומצאליגע חוזק מאכערס איז נאך אינטרעסירט צו ווערן א רבי?

דאס דערמאנט מיר א מעשה שהיה ווי א איד האט געדארפט צוקומען צו געוויסן ראש הקהל פון א קליין דערפל צוליב ביזנעס צוועקן, ער איז אראפגעפארן צום דערפל און זיך נאכגעפרעגט ווי דער ראש הקהל וואוינט, ער פרעגט איינעם ווי וואוינט דער ראש הקהל, און יענער ענטפערט צוריק, "ווער? דער משוגענער וואס מאכט צודרייט יעדן איינעם?" ער האט אים אפילו נישט געוואלט ענטפערן, ער פרעגט א צווייטן, און יענער זאגט, "ווער? דער רשע מרושע וואס פייניגט יעדן אן אויפהער?", ער פרובירט ביי א דריטן, און יענער זאגט, "ווער? דער נאר פון שטאט, וואס יעדער האלט זיך אונטער פון זיין טפשות", בקיצור ער האט שוין געהערט אלע מעלות פונעם ראש הקהל, און וואס דער עולם האלט פון אים, אבער ער האט נאכנישט געקענט כאפן דעם ראש הקהל אליינ'ס.
ביז ער האט זיך ענדליך דערשלאגן צום ראש הקהל, און נאכן דורכשמועסן מיט אים זיין נושא, געבט ער אים א פרעג, "זאג נאר וואס האסטו פון די גאנצע ראש הקהל'שאפט? איז עס נישט צו א שווערע ארבעט?" ענטפערט דער ראש הקהל, "גאנץ שווער, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל כבוד?"....

וכן הוא לענינינו.

אט די מעשה דערמאנט מיך פון א חשוב'ן איד בתוך מחנינו וואס ר'איז חי וקיים. ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעדרייט צו זען ווי מ'לאכט פון איהם אונטער זיין רוקן.ער זעט נאר ווי מ'שמייכלט צו איהם און מ'חנפ'עט איהם. און ער האלט טאקע אז ער איז דער קלוגסטער מענטש אויפ'ן פלאנעט.--נאך שלמה המלך.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:56 pm
דורך שיח ושיג
פארוואס זאל נישט יעדער ווערן א רבי? עס ווענט זיך ווי אזוי עס ארבעט ביי די mets and the yankees. יעדער קען פירן זיין פארטיי. נאך אלעם איז דאס, דע גאנצע וואס דאס איז. מיט אידישקייט האט עס קנאפ א שייכות.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:38 am
דורך איחוד פעלד
וואס רעדסטו?

קען דען יעדער זיין א רבי?

ווער וועט קומען צום טיש?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 8:17 am
דורך gehlungen
Just don't worry about that ! In this day & age there is plenty mesheeguim for that too ! Lol