בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:37 pm
דורך הקטן
איחוד פעלד האט געשריבן:נעמען פילען, איז נישט קיין סאלאשען, איך ווייס פין א מאלעסטער וואס האט בשום אופן נישט געוואלט קיין פילען, מען קען נישט מאנדאטירען קיין פילען, עס ארבעט נישט. חוץ אנשניידען אפאר אינטשעס.
פילען איז נאר גיט ווען דער מדובר וויל זיך העלפן ס'איז אבער דא shots וואס מען דארף נאר געבן איין מאל א חודש אין ארבעט פיל בעסר
עיין
www.jaapl.org/content/18/2/179.full.pdf Chemical_castration
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:30 pm
דורך איציק
יואב האט געשריבן: ווייל דאן שווימט עקסטרעמיזם ווידער ארויף אויפן אויבערפלאך מיט א ביטערן לענדסלייד.
איך פארשטיי וואס איר ווילט זאגן, אבער א לענדסלייד גיסט אראפ, עס שווימט נישט ארויף אויפ'ן אויבערפלאך...
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:41 am
דורך יואב
איציק האט געשריבן:יואב האט געשריבן: ווייל דאן שווימט עקסטרעמיזם ווידער ארויף אויפן אויבערפלאך מיט א ביטערן לענדסלייד.
איך פארשטיי וואס איר ווילט זאגן, אבער א לענדסלייד גיסט אראפ, עס שווימט נישט ארויף אויפ'ן אויבערפלאך...
זעהט אויס איר האט
נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן.
איך האב געמיינט אזוי ווי א קאנדידאט געווינט מיט אן איבערוועגענדע מערהייט, וואס ווערט אויך גערופן לענדסלייד.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:50 pm
דורך smart
איך מיין אז שמעקידג זאגט זייער גוט.
סאיז נישט דא וואס צו רעדן אז דאס איז א קרענק נישט קיין פארברעך.. פונקט ווי די פארשטייסט ווען איינער ברעכט כסדר אויף מענטשען (למשל א מענטש מיט אזא מין משוגעת..) עס איז א קרענק אבער תפיסה מיינט נאך אז ער דארף באקומען. נאר וואס מען דעם זעהן למען השם אז ער זאל נישט קנען צוקומען דערצו.
ווען מען ארבעט אויס הויז ארעסט האט עס כמעט אלע בענפיטען פון תפיסה אויב נישט מער.
די בושה אז מהאט אים געכאפט מיט אזא מעשה און מגייט נאך דורך א משפט און געפסקט אז ער איז א מאלעסטיר דאס אליינס איז אן שטארקע התראה. נאר אנשטאט גיין צווישען גוים גייט ער אהיים און ער טאר נישט זיין צווישען מענטשען און ער ווערט נישט צוטיילט און אפגעזונטערט פון זיין משפחה וכו' . און אינדערצייט האט נאך טערעפי פאר א בוינעס איז נאך אפאר שיינע פאר יאר קען מען אים ארויסלאזען און אויב ח"ו חוזר חלילה לייגט מען אים אריין פאר לענגער וכו'
עס איז נאך מעלות פון לייגען הויז ארעסט ווי איידער תפיה
נאך אלעם דארף מען געדענקען אז עס איז א קרענק וואס מען ליידט דערויף און אסאך מאל קומט עס צו א מצב אז ער קען פשוט נישט זיך איינהאלטען דארף מען וועגן דעם אים אראפרויבען פון וועג פאר א שטיק צייט, אבער תפיסה מיינט עס נישט
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 1:26 pm
דורך הקטן
ok smart, צי וועם דארף איך רעדן דאס מסדר צי זיין?
(פוינט: דאס איז לעת עתה נישט קיין אפציע)
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 8:18 am
דורך איחוד פעלד
פאר די אלע וואס זאגען הויז ארעסט, פארוואס א רוצח באקומט נישט די זעלבע סימפאטיע?
ער איז פונקט אזוי א בעל תאווה, כידוע פין אוחה"ק?
פארוואס ווען איינער וואלט מאנס געוועהן פרויען וואלט ער נישט געהאט לכל הפחות די זעלבע סימפאטיע?
איז עס ווייל קינדער ווערען נישט אנגעקוקט ווי מענטשען?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:52 pm
דורך הקטן
מעגליך ביסט גערעכט אז פין א legal point of view אין פין א שכלדיגע point of view דארף וווען נישט זיין קיין חילוק
פראקטיש גערעד ווען מען זאל ווען געבען נאר הויז ארעסט וואלטען מער מאלעסטערס געווען off the streets
די סיבה פארוואס מענשען זעען א חילק פין rape אין child molestation קען זיין ווייל awareness פין מאלעסטעשען אין די harm וואס עס מאכט אן איז זייער אינג נישט מער ווי 1970 -1980
צי לייגן זאכן אין פערספעקטיוו אין 1998 האט א באקאנטער סעקאלעדשיסט געטראפן אז ס'איז לאוו דווקא א problem
theeprovocateur.blogspot.com/2008/08/rind-study-justifying-pedophilia.htmlקיינער זאגט דאס נישט אויף rape אדער רציחה
נאך וויד גייט זיך די נ"י טיימס נעמען צו פעדאפיליע?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:54 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 1:26 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע: ייש"כ. אבער דער נ.י. טיימס, ווי אייביג, איז א פוסח על שתי הסעיפים. ער טאנצט אויף צוויי חתונות. דער תמצית פון זיין גאנצן אינטעלעקטואלן ג'יבעריש איז, אז פעדאפיילס פארדינען אינזער סימפאטיע אלס מחלה, און נישט אלס קרימינאלן, אבער ער איז מודה בטובו הגדול, אז מ'קען זיי דאך נישט נעמען אלס טיטשערס פאר קליינע קינדער. ער ברענגט א גוטן משל, וואס האט מיך געמאכט אויספלאצן אין געלעכטער. ער זאגט אז מיט די אלע סימפאטיע וואס מ'האט צו מענטשן וואס ליידן פון א מחלה, קענמען דאך נישט אויפנעמען בלינדע באס-דרייווערס. אדער משוגעים, אלס סעקיוריטי גארדס...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 1:33 pm
דורך געפילטע פיש
דאס הייסט נישט פוסח זיין על שני סעיפים, דאס מיינט אז מ'זאל קענען פארשטיין ביידע צדדים פון אין איבעי, פלוראליזם, פארשטיין און מיטפילן מיט יענעם אן גערעכט געבן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:05 pm
דורך שמעקעדיג
ענדליך!! איך שריי שוין דאס צוויי יאר איך בין שוין הייזעריג געווארן
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:55 pm
דורך געפילטע פיש
די ארטיקל רעדט וועגן פעדאפיילס, נישט טשיילד מאלעסטערס, יחי ההבדל.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:08 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס הייסט נישט פוסח זיין על שני סעיפים, דאס מיינט אז מ'זאל קענען פארשטיין ביידע צדדים פון אין איבעי, פלוראליזם, פארשטיין און מיטפילן מיט יענעם אן גערעכט געבן.
יא. אבער ס'איז דא אזאלכע פארשוינען פון די אזוי-גערופענע ליבעראלע גרופעס וואס האלטן אז די מאלעסטעישנ'ס וואס זיי פיהרן אדורך איז בכלל נישט קיין עבירה. ס'איז גארנישט ראנג מיט דעים. און זיי באוויינען פארוואס מ'רודפ'ט זיי...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:11 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:די ארטיקל רעדט וועגן פעדאפיילס, נישט טשיילד מאלעסטערס, יחי ההבדל.
אבער אין פראקטישן זין, למעשה, במציאות איז קיינער נישט מבחין צווישן איינס און די אנדערע. אין די אלגעמיינע מידיא ווערן אלע מאלעסטערס אנגעריפן "פעדא-פיילס"...!