בלאט 2 פון 4
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:03 pm
דורך פיקציע
יאנקל האט געשריבן: א) עס איז פאראן אויף דעם אינטערנעט א ריזיגע פראדוקציע פון "ליצנות קליפ", צום ביישפיל, מ'עסט מצות און ס'רינט פון אלע זייטן, אדער מ'האלט א ריזיגע זאך און מ'זאגט אז דאס איז א כזית. און אזוי מאכט מען ליצנות פון יעדן דבר שבקדושה (איינער ווייסט פון וואס ער רעדט?).
ער מיינט אדער די עבירה ניגון, אדער א קליפ וועלכע שפילט אפ א סדר נאכט (שמעתי אז עס איז ארויסגעגעבן דורך די זעלבע חברה פון די עבירה ניגון, פרעג נאר זר זהב ער וועט מסתמא בעסער וויסן וואו עס צו טרעפן).
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:15 pm
דורך היסטאריקער
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ווינע רב האט מציע געווען הצעות פאר די רבנים און ראשי המוסדות ווי אזוי ארויפציצווינגען די תקנות וואס איז נתקן געווארען איבערן לויף פינעם יאר. ס'איז אויך געבליבן אז יעדע קהילה גייט מאכן אן עקסטערע אסיפה ווי אזוי אויסצופירן הלכה למעשה ווינע רב'ס עיצות.
הכינו לטערראר ולאלימות.
ווי יעדער געדענקט האט אדמו״ר מהר״א שליט"א פאריאר ביים כינוס כללי איינס פון די הצעות געווען אז מען קען נישט מאכן איין אסיפה פאר יעדען, נאר יעדע קהילה זאל מאכן באזונדער
בּד״וו, נישט אדמו״ר מהר״א און נישט קיינער פון זיינע רבנים זענן געווען ביי די אסיפה, ווייסט איינער די סיבה?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:56 pm
דורך טעפל
יאנקל ווען מ'קען לייקען צוויי מאל וואלט איך דיר געגעבען צוויי, די שאלה איז נאר ווען נחמי' גאטליב ליינט דיין תגובה צו לאכט ער אדער וויינט ער גאר?
איך מיין גארנישט אוועק מאכען די אסיפה הלוואי זאלען זיי עפעס אויפטוהן.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:07 pm
דורך לעיקוואד
יאנקל האט געשריבן:אינטערנעט מעג מען נאר נוצן "באימה וביראה"
שוין לאנג נישט געהערט אזא שבח אויפ'ן אנטערנעט. כמעט וואס סשטייט אויף יא נוי וואט,"וישמש באימה ויראה".
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:09 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין די תבעל להגמון איז ענדערש ווען די כלות גייען אריין זיך בענטשען פארן חתונה.
ווער איז דער וואס האקט אויף ראדיא? ער זעט אויס ווי א סקווערע פנים, איינער דארף עם שנעל אריינברענגען אינעם איין און צוואנציגסטן יארהונדערט, ער זארגט זיך וועגן מאשינען מיר ראדיא, און די זאכן וואס ווערן גערופן סקרין אין ענגליש, קענען זיך מחבר זיין מיטן קאמפיוטער ר"ל...
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:15 pm
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, מען האט דאך שוין אלעס פרובירט, עס איז נאך געבליבן עצות אין ארסאנאל?
דא זעהט מען די גרויסקייט פון די רבנים, מען קען צוזאמנעמען אסיפות נאך אסיפות, און מען קייט איבער נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע זאך, און קיינער איז נאכנישט אויפגעקומען מיט א לעזונג צו די פראבלעמען.
איינמאל עס איז שוין געווען אן אסיפה און מען האט זייער גוט ארויסגעברענגט וואס דער פראבלעם איז, דעמאלט'ס איז מען שוין רוהיג, וואס הייסט? מען האט דאך שוין געמאכט אן אסיפה? אבער למעשה בלייבט אלעס ביים אלטן.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:16 pm
דורך היימישער ליטוואק
בין איך דער איינציגסטער וואס האט באמערקט אז איין "היימישער ליטוואק" פירט אלע חסידישע רביים ביי די נאז ?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:17 pm
דורך בעל הבית
דער סקווריא פנים מיינט לכאורה "קול מבשר' . ער איז יא אפ טא דעיט
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:19 pm
דורך געפילטע פיש
ס'זעט זיך אן אז א שיין חלק פון די רבנים וואס זיצן דארט גייט זיי אן די גאנצע זאך ווי די פאריעריגע שניי, אדער ווייסן זיי בכלל נישט וואס מ'וויל פון זיי, נאר אז ס'דא א אסיפה ווי אלע "חשובע" רבנים גייען זיין, מי רואה כל אלו יוצאים ואינו יוצא? אבער קוקטס נאר ווי אפאר דרימלען, אפאר גולמ'ן, און אפאר רעדן אריין נאר כדי שלא ישאר הנייר חלק, און מ'פלאצט נישט אויס פאר געלעכטער ווען א צווייטער רעדט שטותים, ווייל ער וויל נאך קענען זיין זיין מחותן איין טאג.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:25 pm
דורך טעפל
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין די תבעל להגמון איז ענדערש ווען די כלות גייען אריין זיך בענטשען פארן חתונה.
ווער איז דער וואס האקט אויף ראדיא? ער זעט אויס ווי א סקווערע פנים, איינער דארף עם שנעל אריינברענגען אינעם איין און צוואנציגסטן יארהונדערט, ער זארגט זיך וועגן מאשינען מיר ראדיא, און די זאכן וואס ווערן גערופן סקרין אין ענגליש, קענען זיך מחבר זיין מיטן קאמפיוטער ר"ל...
מיינסט ר' ישראל משה דירענפעלד?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:30 pm
דורך גנדי
געטראפען א יו-טוב קליפ פון די אסיפה.
http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0(שיין פון אים ער לייגט קרעדיט און לינקט צו אונזער קאווע שטיבעל)
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 6:12 pm
דורך שרייבער
היסטאריקער האט געשריבן:
בּד״וו, נישט אדמו״ר מהר״א און נישט קיינער פון זיינע רבנים זענן געווען ביי די אסיפה, ווייסט איינער די סיבה?
ווייל די גאנצע אסיפה איז נאר כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן (די גרויסע מעגן... עיין הקליפ)
מארק מיי ווארד, ווי לאנג סקולענער רבי לעבט (זאל ער דערלעבן משיח) גייט זיין א יערליכע אסיפה, הלמאי, מען דארף דאך וויסן און געדענקן ווער ס'פירט דעם דור
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 6:18 pm
דורך [NAMELESS]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Nb_Yf2ZYDs0[/youtube]
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 6:50 pm
דורך ידען
Youtube
איז נישט קלאר.
מע קען נישט עכט זעהן די רבנים.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 7:48 pm
דורך gehlungen
היסטאריקער האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ווינע רב האט מציע געווען הצעות פאר די רבנים און ראשי המוסדות ווי אזוי ארויפציצווינגען די תקנות וואס איז נתקן געווארען איבערן לויף פינעם יאר. ס'איז אויך געבליבן אז יעדע קהילה גייט מאכן אן עקסטערע אסיפה ווי אזוי אויסצופירן הלכה למעשה ווינע רב'ס עיצות.
הכינו לטערראר ולאלימות.
ווי יעדער געדענקט האט אדמו״ר מהר״א שליט"א פאריאר ביים כינוס כללי איינס פון די הצעות געווען אז מען קען נישט מאכן איין אסיפה פאר יעדען, נאר יעדע קהילה זאל מאכן באזונדער
בּד״וו, נישט אדמו״ר מהר״א און נישט קיינער פון זיינע רבנים זענן געווען ביי די אסיפה, ווייסט איינער די סיבה?
I don't think it would make any sense for R'ARON to be there. Because this was a hemshech from the kinus which he boycotted for whatever reason. But BTW I heard that being that he has on every grade a few classes he came up with an idea. That all the boys that the parents are not cooperating with him against the internet will be in 1 class !
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 7:49 pm
דורך זר זהב
יאנקל האט געשריבן:דער עיקר איז אז האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א האט געהאט א געזונטן שינת צהריים.
דער מהרז"ל האט אישוס
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 8:49 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך האב היינט באקומען א קאלל פון מיינע קינדערס מוסד איבערגיין די קאמפיוטער תקנות, אויסגעפרעגט פארוואס איך האב א קאמפיוטער אין שטוב וואספארא פילטער איך האב. וכדומה.
מן הסתם איז עס פארבינדן מיט די נעעכטיגע פרישקייט
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:22 pm
דורך שמעקעדיג
איז דאס אן אפדעיט צו לעצטע מאל? ד.ה. צי האבן זיי דיר שוין אמאל אויסגעפרעגט און דאס איז געווען א חזרה? אדער האסטו ערהאלטן דעם טעלעפאן צום ערשטן מאל?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:54 pm
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:דער עיקר איז אז האדמו"ר רז"ל מסאטמאר שליט"א האט געהאט א געזונטן שינת צהריים.
סע קען זיין contagious פון סקלענע רבי..
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:02 am
דורך galitzyana
haha this is so funny he talks about clips and there is clip letzunis of him
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:33 am
דורך שעפטל
ווילאנג די פראבלעם וועט זיין יו-טוב האב איך מיט זיי גרויס מיטלייד.
נישט צום גלייבן אז נאך א יאר וואס אלע צוגעזאגטע פילטערס זענען טאקע נישט ארויסגעקומען פשוט ווייל זיי שרייען אז ס'איז נישטא קיין קלייענטל דערפאר, מיט גרויס ווייטאג וויל דער עולם ענדערשט קוקען א קליפ פון אן טיים סטודיא ווי קוקען א קליפ ווי עפעס א בנש"ק לייגט תפילין פאר זיין אייניקל, אפצושפארן אלעס האט נישט און וועט נישט ארבייטן.
קליינע אסיפות האט שוין יעדע גרויסע קהלה געמאכט, און די קליינע האבן נישט פארוועם, סתם חזרה? חזרה אויף וואס? אויף אזאך וואס איז ניטאמאל דא א סעלושען? מחזק זיין וואס? א דבר שלא בא לעולם? זענען טאקע די משבקי"ם אזעלעכע ליידיגייערס אז זיי זיכן אויך ווי צו ערשיינען? פארוואס זענען זיי נישט מסביר פאר זייער הער אז נישט אז ס'ארבייט נישט (פערצופאל דאס וואס איז יא דא - דזשעי נעט האט טאקע נישט געארבייט פאר אפאר טאג) נאר ס'איז ניטאמאל דא אויף וואס די ברכה זאל חל זיין.
ממש נישט צום גלייבן ווי איגנארענט מענטשן קענען זיין.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:45 am
דורך דעת תורה
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז מען שלאפט און מען טוט גארנישט, אלע קהילות האבן אהיים געשיקט פראגע בויגנס, און ווער עס האט געמאכט די מיסטעיק צו ענטפערן דעם אמת, וועט מוזן זיך צושטעלן צו די תקנות. סאטמאר רז״ל האט אינוועסטעד אסאך כוחות און געלט אין א נייע ספעציעלע פילטער וואס בלאקט קאווע שטיבל וכדומה, און זייער חלום איז צו צווינגען יעדן צו נוצן דוקא זייער פילטער. סאו מען טוט דוקא יא.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:46 am
דורך שעפטל
זענען די פילטערס בנמצא? נישט לויט מיין אינפארמאציע