בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:39 am
דורך איך זאג דיר
כ'האף אז דער עולם דא אין "קאווע שטיבל " פארקריכט נישט פון די טעמע וואס מיר האבן דא געוואלט באטאנען, כ'וויל באטאנען נאך א זאך אז אויף הייבן א טעלפאון צו זיידע באבע איז אויך א מצוה, בפרט נאך ווען דער זיידע איז רח"ל א אלמן, אדער די באבע איז רח"ל א אלמנה ה"י, דאס וואס ס'קומט אן שווער צו רופן דעם טאטען אדער די מאמען נו, דאס איז דאך א חלק פון די מצוה, טאקע ווייל ס'איז שווער איז די שכר א סך גרעסער

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:17 pm
דורך היימישער
מיין טאטע רופט מיך כמעט יעדן טאג, א טובה דא און א טובה דארט, און מיין מאמע בערך איין מאל א וואך אבער קען קען נעמען 2 שעה

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:21 pm
דורך איך זאג דיר
נו רבותי, האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט ???

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:28 pm
דורך איך זאג דיר
היימישער האט געשריבן:מיין טאטע רופט מיך כמעט יעדן טאג, א טובה דא און א טובה דארט, און מיין מאמע בערך איין מאל א וואך אבער קען קען נעמען 2 שעה

נו, וועסטו באקומען שכר פאר 2 שעה כיבוד אם

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:30 pm
דורך שמעקעדיג
כ'רוף נישט יעדן טאג, זיי קענען נאך נערוועז ווערן. זיי האבן ב"ה וואס צו טון מיט די צייט. אבער יעדע עטליכע טעג רוף איך זיי.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:36 pm
דורך איך זאג דיר
בעל הבית האט געשריבן:ניין איך קוק אראפ זיין מהלך החיים איך פלאץ פין עם. אין איך פליק עם אריין ווי א געזונטע מחוצף

איך קלער אז אפשר איז בעסער אז דו קאלסט עם נישט ווי איידער צו זיין א געזונטער מחוצף, אויב קאלסטו עם און די ביזט א פאלנער מחוצף איז דאך יצא שכרו בהפסידו

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:21 am
דורך בעל הבית
זייער א פאני זאך איז נעכטען נאכט געשען,

ווי באקאנט האט די שטיביל א שטארקע השפעה אופן עולם דא, אין פאר מיך אליין אויך,

נא יודן זענען מעורר צו רופן די עלטערען פאלקט מען אין מען רופט.

קלינג איך מיין טאטע, אין ער פרעגט העלא, ווער אז דאס ?

ענפער הנך בנך בעל הבית בא אליך

טאטע- וואס איז געשען היינט אז די רופסט מיך?

זאג איך סתם איך בין שאול בשלומך . וואס מאכסטו?

זאגט ער מיר שייגיץ,בם,טמא,!!!!!!!

פרעג איך עם, איז דאס שון אויך א עוולה דיר צורופן? ?

זאגט ער מיר ניין נאר יעצט פארשטיי איך שון די ביסט פין די קאווע שטיביל באמעס

רבותי עס איז צורות , איך האב שון מורא אז מיין ווייב האקט תגובות מאחורי , ווער ווייסט

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:34 am
דורך טעפל
ווען די נאר וואלט נישט געוועהן אונזער'ס ואלט איך געלאכט!!!
ס'איז אמת??

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:37 am
דורך בעל הבית
טעפל. זאג מיר דעם אמת ביסטו טאטי ?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:17 pm
דורך היסטאריקער
איך האב גערופן מיין מאמען זז״ג ב״ה

ייש״כ קאווע שטיבל פאר׳ן מעורר זיין

אילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו

רביה״ק זי״ע בעל דבר״י פלעגט זאגן "עס לוינט זיך זיבעציג יאר ליידן אויף די וועלט צו קענן איינמאל לייענען די מגילה״

איך זאג ״אלע עגמת נפש, צייט פארברענג אין קאווע שטיבל האט זיך געלוינט פאר די מצוה פון כיבוד או״א"

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:22 pm
דורך בעל הבית
פארוואס ביסטו אונז משפיל ? פארוואס זאגסטו אז דאס איז צייט פאברענגען?

שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:44 pm
דורך היסטאריקער
בעל הבית האט געשריבן: שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען



ווען עס וואלט געווען נאר אביסיל וואלט גוט געווען

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:53 pm
דורך איך זאג דיר
היסטאריקער האט געשריבן:איך האבדי זעלבע פראבלעם, איך רוף מיין טאטן צוויי מאל א וואך (וואס איז ווייט פון גענוג), און דעמאלס ברעך איך אויך קאפ וואס צו רעדן
אפשר קען מען דא געבן עפעס גיטע הצעות וואס מ׳ קען רעדן און מקיים זיין די מצוה בשלימות

ר' בענדזשאמין פרענקלין האט אויך דעם זעלבן פראבלעם, קוקט'ס ביטע די תגובה וואס יעך האב עם געשריבן וועסטו שוין נישט האבן דעם פראבלעם, האפנטליך,

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:21 pm
דורך איך זאג דיר
היסטאריקער האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן: שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען



ווען עס וואלט געווען נאר אביסיל וואלט גוט געווען

ניין, פונקט פארקערט, ווען עס וואלט געווען "א סך" דעמאלטס וואלט גוט געווען, כאפסט נישט אז ווי שווערער און ווי לענגער ס'איז דער שמועס אלס א גרעסערער שכר וועסטו האבן

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:25 pm
דורך איך זאג דיר
היסטאריקער האט געשריבן:איך האב גערופן מיין מאמען זז״ג ב״ה

ייש״כ קאווע שטיבל פאר׳ן מעורר זיין

אילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו

רביה״ק זי״ע בעל דבר״י פלעגט זאגן "עס לוינט זיך זיבעציג יאר ליידן אויף די וועלט צו קענן איינמאל לייענען די מגילה״

איך זאג ״אלע עגמת נפש, צייט פארברענג אין קאווע שטיבל האט זיך געלוינט פאר די מצוה פון כיבוד או״א"

והי' זה שכרי, וואס כ'האב מעורר געווען דעם עולם דערויף

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:28 pm
דורך בעל הבית
.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:28 pm
דורך שמעקעדיג
איך זאג דיר האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן: שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען



ווען עס וואלט געווען נאר אביסיל וואלט גוט געווען

ניין, פונקט פארקערט, ווען עס וואלט געווען "א סך" דעמאלטס וואלט גוט געווען, כאפסט נישט אז ווי שווערער און ווי לענגער ס'איז דער שמועס אלס א גרעסערער שכר וועסטו האבן

תיקון טעות: מען רעדט דא פון שמועסן אויף ק"ש, נישט צו די עלטערן.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:29 pm
דורך בעל הבית
בעל הבית האט געשריבן:זייער א פאני זאך איז נעכטען נאכט געשען,

ווי באקאנט האט די שטיביל א שטארקע השפעה אופן עולם דא, אין פאר מיך אליין אויך,

נא יודן זענען מעורר צו רופן די עלטערען פאלקט מען אין מען רופט.

קלינג איך מיין טאטע, אין ער פרעגט העלא, ווער אז דאס ?

ענפער הנך בנך בעל הבית בא אליך

טאטע- וואס איז געשען היינט אז די רופסט מיך?

זאג איך סתם איך בין שאול בשלומך . וואס מאכסטו?

זאגט ער מיר שייגיץ,בם,טמא,!!!!!!!

פרעג איך עם, איז דאס שון אויך א עוולה דיר צורופן? ?

זאגט ער מיר ניין נאר יעצט פארשטיי איך שון די ביסט פין די קאווע שטיביל באמעס

רבותי עס איז צורות , איך האב שון מורא אז מיין ווייב האקט תגובות מאחורי , ווער ווייסט




אין וואס איז מיט די בזיונת וואס די האסט מיר גורם געווען ?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:30 pm
דורך בעל הבית
איך זאג דיר האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איך האב גערופן מיין מאמען זז״ג ב״ה

ייש״כ קאווע שטיבל פאר׳ן מעורר זיין

אילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו

רביה״ק זי״ע בעל דבר״י פלעגט זאגן "עס לוינט זיך זיבעציג יאר ליידן אויף די וועלט צו קענן איינמאל לייענען די מגילה״

איך זאג ״אלע עגמת נפש, צייט פארברענג אין קאווע שטיבל האט זיך געלוינט פאר די מצוה פון כיבוד או״א"

והי' זה שכרי, וואס כ'האב מעורר געווען דעם עולם דערויף

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:49 pm
דורך איך זאג דיר
שמעקעדיג האט געשריבן:
איך זאג דיר האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן: שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען



ווען עס וואלט געווען נאר אביסיל וואלט גוט געווען

ניין, פונקט פארקערט, ווען עס וואלט געווען "א סך" דעמאלטס וואלט גוט געווען, כאפסט נישט אז ווי שווערער און ווי לענגער ס'איז דער שמועס אלס א גרעסערער שכר וועסטו האבן

תיקון טעות: מען רעדט דא פון שמועסן אויף ק"ש, נישט צו די עלטערן.

כ'האב געמיינט אז מ'רעדט דא וועגן רופן די עלטערן, וטעות לעולם חוזר, אבער דאס וואס כ'האב געשריבן אז ווי לענגער דער שמועס מיט די עלטערן נעמט און ווי שווערער ס'איז אלס מער שכר באקומט מען דאס איז במקומה עומדת, אפילו כ'האב נישט געוויסט אז מ'האט דא געמיינט די קאווע שטיבל שרייבערס

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 6:34 pm
דורך טעפל
בעל הבית האט געשריבן:טעפל. זאג מיר דעם אמת ביסטו טאטי ?

יא זיכער, שייגיץ,בם,טמא,!!!!!!!

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:16 pm
דורך נולד מאוחר
איך זאג מיינע קונדער קענען רואיג מקיים זיין כיבוד אב מיטן זאגן העללא טאטע אויף מיין פעיסבוק פעידזש.
מיין טאכטער וואס איז כמעט נישט עקטיוו מאכט זיכער צי זאגן העללא.
מיין זין וואס איז דארט מער ווי אין כולל, טרעט כמעט נישט איבער מיין שוועל. עטליעסט נישט מיט זיין מאוחר נאמען.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm
דורך [NAMELESS]
זיי זענען טאקע נולד מאוחר, געבוירן געווארן אין א דור אחרון ווי מען ווינטשט דעם טאטן אויפן ספר הפנים, הלוואי אויף מיר געזאגט.