ווארט נאר אויף די נעקסטע אקציע אין וואס אמעריקע וועט זיין פארמישט וועלן שוין אלע פעדעמער ציעהן צו באסטאן. זאל עס זיין א דיפלאמאטישע מיסיע אין צפון קארעא, אדער א מיליטערישע מיסיע אין איראן, וועט עס זיין פארבינדן מיט גאר שטארקע ראיות צו באסטאן. און די גאנצע מידיע גייט מיטארבייטן צו פארדעקן די געמיינע שריט פון די רעגירונג.
ועוד, אפילו אן קיין שום ספעציפישע ציהל, די רעגירונג האט דאך א ציהל פון צונעמען פרייהייט ביי מענטשן, און די באסטאן באמבע, איז געווען א פראבע אויב די פאליציי קענען אויסליידיגן הייזער פון א גאנצע שטאט מיט געוואלד, אונטער די שאטן פון מיליטערישע ביקסן. אן קיין שום געריכטליכע ערלויבעניש.
והא ראי', דער פאטער פון די צוויי ברידער, טענה'ט דאך קלאר, אז עס איז נישט מעשי ידי בניו, נאר מען האט זיי געפרעימט. האמיר שוין די ציהל פון די גאנצע באמבע.
-- מען גייט מאכן א באמבע. (עס איז זיכער אונטערגעשטעלט, והא ראי' עס איז געווען פאליציי און שמעק הונט בעפאר דעם רעיס)
-- מען גייט באשולדיגן צוויי רוסישע בירגער פון די מוסלעמענער גלויבן. (סתם אראבער ארבייט שוין נישט די טריק, ווייל די עף בי איי וואלט זיי געדארפט כאפן בעפאר)
-- מען גייט מאכן א שפיל ווי זיי אנטלויפן (אנדערש איז אוממעגליך צו פארשטיין, די אפיציעלע ווערסיע אז ער איז אנטלאפן פון די פאליציי מאכט נישט קיין סענס, קוקט איבער קליפס פון פאליס טשעיסעס, מען קען נישט אנטלויפן פון פאליציי)
-- כדי עולם גולם זאל נישט כאפן אז דא קומט פאר א קאנספיראציע וועט מען הרג'ענען איינעם. (די פאליציי איז נישט ממש אזוי אומבאלומפערט)
-- איינער גליטשט זיך ארויס פון די הענט, און דאס לעגיטימירט די ענדגילטיגע ציהל פון די באמבע =
-- אונטערזוכן א גאנצע שטאט מיט ציווילע אומשולדיגע בירגער דורך די מיליטער, איינשפארן יעדעם איינעם אין שטוב אן קיין געריכטליכע ערלויבעניש!!!
און קוקט נאר ווי גוט די אקציע האט זיך אויסגעארבייט. קיין איין פיפס פון מחאה הערט מען נישט פון די אלע סיוויל ליבערטיס, די רעגירונג האט געזיגט איבער די פאלק.
דערפאר האט מען אויסגעקליבן דעם טאג אפריל 15, טעקס דעי, ווייל די דאזיגע טאג סימבאליזירט די טעראר פון די רעגירונג איבער די ציווילע בירגער.
די באסטאן אויפרייסן, א קאנספיראציע?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
נו בענדזשאמין, האסט געבעטען צי מסביר זיין האב איך דיר געגעבען א דאקומענטרי, האסט עס שוין געקוקט ?
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
אויב שוין יא קאנספיראציעס האב איך ליב גרויסע, מאסיווע קאנספיראציעס וואס נעמט ארום די גאנצע וועלט, א אומזעהבארע וועלטס מאכט, אילומינאטי, ראטשילד, די בונים החפשיים, CFR און אזעלכע מאסיווע, זיסע ריזן קאנספיראציעס. קליינעטשיגע לאקאלע קאנספיראציעס איז סתם לאנגווייליג.
נישט אז איך מאך גענצליך אוועק אז עס איז דא געוויסע זאכן וואס זענען נישט אזוי ווי מיר זעען עס אין די מידיא, אבער די כח הדמיון פון קריעטיוו מענטשן איז ממש זיס. עס לאזט זיך טראכטן ווי אנטוויקלט וויסנשאפט וואלט געועון ווען די אלע טעארעטיקער וואלטן געזיצן אין אקעדעמיע.
נישט אז איך מאך גענצליך אוועק אז עס איז דא געוויסע זאכן וואס זענען נישט אזוי ווי מיר זעען עס אין די מידיא, אבער די כח הדמיון פון קריעטיוו מענטשן איז ממש זיס. עס לאזט זיך טראכטן ווי אנטוויקלט וויסנשאפט וואלט געועון ווען די אלע טעארעטיקער וואלטן געזיצן אין אקעדעמיע.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
the latest intriguing conspiracy spawning case.
אלבערטא ניסמאן די ארגענטינער פראסעקיוטער וואס פארשט אויס פאר די לעצטע צען יאר איראנ'ס אנגעבליכע ראלע אין די באמבאדירונג פון די אידישע אמי"א געביידע אין 1994, געפונען געווארן טויט אין זיין שטוב.
ער איז געפונען געווארן טויט עטליכע שעה פאר ער האט געזאלט ערשיינען פאר די ארגענטינער פארליאמענט , אויף א פארהער וועגן זיין לעצטע פאנטאסטישע באשולדיגונג קעגן ארגענטינעס פרעזידענט, אז זי האט קאנספירירט צו פארדעקן איראנ'ס שולד.
http://www.bloombergview.com/articles/2 ... prosecutor
ער איז געפונען געווארן טויט עטליכע שעה פאר ער האט געזאלט ערשיינען פאר די ארגענטינער פארליאמענט , אויף א פארהער וועגן זיין לעצטע פאנטאסטישע באשולדיגונג קעגן ארגענטינעס פרעזידענט, אז זי האט קאנספירירט צו פארדעקן איראנ'ס שולד.
http://www.bloombergview.com/articles/2 ... prosecutor