בלאט 2 פון 37

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:58 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
יאנקל האט געשריבן:איינער שיקט מיך אין אימעיל:

קענסט דעם ניגון? מלאכים שרפים חיות ואופנים פרעגן זיי אויוויי אויוויי וואו איז דער בורא.. ענטפערט מען זיי לית אתר פנוי מיניה.. וכו' כ'פארשטיי נישט, די מלאכים פארשטייען דאך נישט קיין אראמיש נו וואסזשע ענטפערט מען זיי אויף אראמיש?



פשוט. דער ריזשענער דערציילט אונז אויף אראמיש, וואס ער האט געענטפערט פאר די מלאכים - אויף לשון קודש.

עוד י"ל, אז דער ריזשענער האט דערמיט געוואלט אילוסטרירן דעם תירוץ פאר די מלאכים. וואס פרעגט איר, חברה: וואו איז דער באשעפער? איז דער תירוץ: העבוגעיטראם הכגדןהמחכג המכגחהמגד ככככככהנמי! מלאכים, ציענדיג מיט די פלייצעס: הא? אה! דאס איז דער תירוץ!

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:38 pm
דורך נולד מאוחר
יאנקל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען "מארבע כנפות הארץ", 4 עקן איז דאך נאר שייך ביי א זאך וואס איז 4 עקיג, אבער די וועלט איז דאך רינדעכיג ווי א באל?

דברה תורה כלשון בי אדם.

כנף מיינט א עק-corner, נישט זייט-side.
היינט איז עס נישט לשון בני אדם.

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:50 pm
דורך משה געציל
אז מ'רעדט שוין: איך מיין אז די ריכטיגע טייטש פון כנף איז ווינקעל, דאס ווארט עק ווערט ענדערשט גענוצט לדוגמא- מיר בעטען פונעם רבוש"ע ער זאל שוין מאכען א עק צו אינזערע צרות, עס וועט קיינער נישט בעטען א ווינקעל צו די צרות, א שטעקן האט צוויי עקן נישט ווינקלען...

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:57 pm
דורך נולד מאוחר
משה געציל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין: איך מיין אז די ריכטיגע טייטש פון כנף איז ווינקעל, דאס ווארט עק ווערט ענדערשט גענוצט לדוגמא- מיר בעטען פונעם רבוש"ע ער זאל שוין מאכען א עק צו אינזערע צרות, עס וועט קיינער נישט בעטען א ווינקעל צו די צרות, א שטעקן האט צוויי עקן נישט ווינקלען...

ווינקעל = corner?

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 10:20 am
דורך משה געציל
נולד מאוחר האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין: איך מיין אז די ריכטיגע טייטש פון כנף איז ווינקעל, דאס ווארט עק ווערט ענדערשט גענוצט לדוגמא- מיר בעטען פונעם רבוש"ע ער זאל שוין מאכען א עק צו אינזערע צרות, עס וועט קיינער נישט בעטען א ווינקעל צו די צרות, א שטעקן האט צוויי עקן נישט ווינקלען...

ווינקעל = corner?

לענ"ד

שאלות בדברי חז"ל

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 1:17 pm
דורך kliger
עס קומט אויס אסאך מאל צו טרעפן אינטרעסאנטע גמ' וואס דארף א ביאור
ובזה החלי
וואס איז פשט פון ב"ש אז אפילו הקדיח תבשילו קען מען גט"ן
איז דאס אידישלעך געפיהליש?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 2:29 pm
דורך משה געציל
kliger האט געשריבן:עס קומט אויס אסאך מאל צו טרעפן אינטרעסאנטע גמ' וואס דארף א ביאור
ובזה החלי
וואס איז פשט פון ב"ש אז אפילו הקדיח תבשילו קען מען גט"ן
איז דאס אידישלעך געפיהליש?

קודם כל תיקון טעות דעס איז שיטת ב״ה.
צום עצם ענין, אידישלעך? הא גופא זאגט די ב״ה, ע״פ הלכה אויב ער האט סיי וועליכע מינדערסטע טענה מעג ער זיך גט׳ן.
בנוגע געפיהליש? דאס האט דאך גארנישט מיט אידישקייט. און פאר די וואס האלטען יא אז אלעס איז געבויט אויף געפילהן האב איך אמאל געהערט אז אויב דער מאן ווערט נערוועז פון דעם וואס איר סאפער האט איינמאל צוגעברענט עד כדאי כך אז ער איז גרייט איר צו גט׳ן, ווייזט דאס אויף זייער א טיפע ריס אין די ליבשאפט צווישען דאס פארפאלק ממילא זאגט ב״ה אזא איינער זאל זיך טאקע גט׳ן.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:04 pm
דורך בן תמליון
לערן איך אזוי גמרא סוטה כ"א היכי דמי חסיד שוטה? דקא טבעי איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעה לאיסתכלי. איז מיר שווער ער זעט א אידענע דערטרענקט זיך און קוקט אוועק איז א "חסיד" שוטה? ער איז נישט א מופקר און רוצח?

אפשר האט איינער א תירוץ, כ'האב קיין מנוחה.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:27 pm
דורך kliger
משה געציל האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:עס קומט אויס אסאך מאל צו טרעפן אינטרעסאנטע גמ' וואס דארף א ביאור
ובזה החלי
וואס איז פשט פון ב"ש אז אפילו הקדיח תבשילו קען מען גט"ן
איז דאס אידישלעך געפיהליש?

קודם כל תיקון טעות דעס איז שיטת ב״ה.
צום עצם ענין, אידישלעך? הא גופא זאגט די ב״ה, ע״פ הלכה אויב ער האט סיי וועליכע מינדערסטע טענה מעג ער זיך גט׳ן.
בנוגע געפיהליש? דאס האט דאך גארנישט מיט אידישקייט. און פאר די וואס האלטען יא אז אלעס איז געבויט אויף געפילהן האב איך אמאל געהערט אז אויב דער מאן ווערט נערוועז פון דעם וואס איר סאפער האט איינמאל צוגעברענט עד כדאי כך אז ער איז גרייט איר צו גט׳ן, ווייזט דאס אויף זייער א טיפע ריס אין די ליבשאפט צווישען דאס פארפאלק ממילא זאגט ב״ה אזא איינער זאל זיך טאקע גט׳ן.

איך מיין צו פרעגן עס איז דאך באשערט........
כעס...וכו'

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:29 pm
דורך משה געציל
פאר אים איז באשערט ער זאל זיך גט׳ן, אבער מיט הלכה האט באשערטקייט גארנישט.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 6:02 pm
דורך געפילטע פיש
בן תמליון האט געשריבן:לערן איך אזוי גמרא סוטה כ"א היכי דמי חסיד שוטה? דקא טבעי איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעה לאיסתכלי. איז מיר שווער ער זעט א אידענע דערטרענקט זיך און קוקט אוועק איז א "חסיד" שוטה? ער איז נישט א מופקר און רוצח?

אפשר האט איינער א תירוץ, כ'האב קיין מנוחה.

די ווארט שוטה אין גמרא מיינט איינער וואס איז א חולה נפש, איינער וואס האט נישט די דעת און די מעגליכקייט צו טראכטען בדעה צלולה, און אזא איינער איז טאקע פטור מן המצוות וויבאלד ער האט דאך נישט קייו דעת. זעט אויס אז די גמרא האט געהאלטן אז אזא איינער וואס לייגט פרומקייטן פאר יענעמ'ס לעבן איז אוממעגליך אז יענער קעט טראכטען ראציאנאל, און מוז זיין א שוטה, און טאקע א חסיד שוטה.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 6:21 pm
דורך שמעקעדיג
בן תמליון האט געשריבן:לערן איך אזוי גמרא סוטה כ"א היכי דמי חסיד שוטה? דקא טבעי איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעה לאיסתכלי. איז מיר שווער ער זעט א אידענע דערטרענקט זיך און קוקט אוועק איז א "חסיד" שוטה? ער איז נישט א מופקר און רוצח?

אפשר האט איינער א תירוץ, כ'האב קיין מנוחה.


וויבאלד ווער עס גיט זיך אכטונג ווערט אנגערופן א חסיד, און דער וואס לאזט א פרוי אויסגיין נוצט דעם "חסידות" אלס אן אויסרייד פארוואס נישט צו העלפן, ווייזט ער וואספארא שוטה ער איז. ער מאכט פון די חסידות א שטות. ער איז א פשוט'ער משוגע'נער וואס ווייסט נישט צו מבחין זיין פון א' ביז ב'.

צי ער איז א רוצח, ווייסעך נישט, ער האט איר דאך נישט גע'הרג'עט בידים, ער איז אפשר נאר א גורם, אדער אפילו דאס אויך נישט.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 7:45 pm
דורך דולה ומשקה
יאנקל האט געשריבן:איינער שיקט מיך אין אימעיל:

קענסט דעם ניגון? מלאכים שרפים חיות ואופנים פרעגן זיי אויוויי אויוויי וואו איז דער בורא.. ענטפערט מען זיי לית אתר פנוי מיניה.. וכו' כ'פארשטיי נישט, די מלאכים פארשטייען דאך נישט קיין אראמיש נו וואסזשע ענטפערט מען זיי אויף אראמיש?


אין דעם באדיטשוב'ערס ניגון פון "לאמיר מאכען א בייט" פארשטוייסטו יא?
דיע זענען נישט מער ווי ניגונים אריין צו פלאנצען דביקות אין דער מענטש, נישט אז אין דער ווארהייט פאסירט דאס.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 10:06 pm
דורך יואליש
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען "מארבע כנפות הארץ", 4 עקן איז דאך נאר שייך ביי א זאך וואס איז 4 עקיג, אבער די וועלט איז דאך רינדעכיג ווי א באל?


און ממזרח שמש עד מבואו?

ווי געזאגט, היינט ווען מ'ווייסט אז די מציאות איז נישט אזוי, זאגט מען דברה תורה כלשון בני אדם. און דער אמת איז אז די מליצה "פאר קארנערס אף די ווארלד" איז געבליבן אינעם היינטיגן לעקסיקאן אפי' ס'איז נישטדא קיין סך פלעט-ערטערס היינט.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 10:16 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:לערן איך אזוי גמרא סוטה כ"א היכי דמי חסיד שוטה? דקא טבעי איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעה לאיסתכלי. איז מיר שווער ער זעט א אידענע דערטרענקט זיך און קוקט אוועק איז א "חסיד" שוטה? ער איז נישט א מופקר און רוצח?

אפשר האט איינער א תירוץ, כ'האב קיין מנוחה.


מעגליך ער איז א רוצח אויך. אבער די משנה וויל ארונטערייסן זיין פרומקייט אויך. ווייל מאנכע שפירן זיך באקוועם צו זיין א רוצח כל זמן ס'איז א רציחה פאר פרימקייט.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 10:41 pm
דורך משכיל
בן תמליון האט געשריבן:לערן איך אזוי גמרא סוטה כ"א היכי דמי חסיד שוטה? דקא טבעי איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעה לאיסתכלי. איז מיר שווער ער זעט א אידענע דערטרענקט זיך און קוקט אוועק איז א "חסיד" שוטה? ער איז נישט א מופקר און רוצח?

אפשר האט איינער א תירוץ, כ'האב קיין מנוחה.


ומיירי שיש אנשים אחרים להצילה והוא משתמט

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 10:48 pm
דורך געפילטע פיש
משכיל האט געשריבן:ומיירי שיש אנשים אחרים להצילה והוא משתמט

שיין פשט, אייגענס?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 11:04 pm
דורך משכיל
געפילטע פיש האט געשריבן:
משכיל האט געשריבן:ומיירי שיש אנשים אחרים להצילה והוא משתמט

שיין פשט, אייגענס?


כן , בעזהי"ת

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 11:44 pm
דורך געפילטע פיש
משכיל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
משכיל האט געשריבן:ומיירי שיש אנשים אחרים להצילה והוא משתמט

שיין פשט, אייגענס?


כן , בעזהי"ת

תוספות אופן פלאץ זאגט אבער "היכי דמי חסיד שוטה. ירושלמי ראה תינוק מבעבע בנהר אמר לכשאחלוץ תפילין אצילנו עד כשהוא חולץ תפילין הוציא זה את נפשו:" זעט אויס אז ס'רעדט זיך ווען ס'נישט דא קיין אנדערע, מ'קען אפשר אריינלערנען אז ס'איז בעצם יא געווען נאך אבער ווען ער וואלט צוגעהאלפן וואלט מען יא געקענט ראטעווען.

אין היברו בוקס האב איך געטראפן א שיינס, אין אינציקלופדיה לתארי כבוד בישראל פונעם בעמח"ס דברי אברהם אזוי:
במיוחד הזהירו חכמינו להזהר מחסיד שוטה. רבי יהושע רואה בחסיד שוטה אחד ממבלי העולם (סוטה כ׳, א׳). לפי דברי הרמב״ם, הגירסא ״מכלי העולם,׳ —־ שאלו הדברים מפסידים מציאות האדם, כי חסיד זה המדקדק על עצמו עד שהוא כבד בעיני בני אדם ויעשה מעשים שאינם מחוייבים, כאילו הוא שוטה בחסידות, ומי שהוא פטור מדבר ועושהו נקרא הדיוט (בפירושו למשניות סוטה פ״ג, ד׳).

הגמרא מסבירה: היכי דמי חסיד שו־ טה ? כגון אשה, טובעת בנהר ואומר: אין דרך ארץ להסתכל בה ולהצילה (שם כ״א, ב׳). הירושלמי מסביר בצורה אחרת: ראה תינוק מבעבע בנהר, אמר: לכשאחלוץ תפילין אצילנו, עד כשהוא חולץ תפילין הוציא זה את נפשו (שם פ״ג י׳יט, א׳ ; ותוספות שם ד״ה היכי).

זעט אויס אז מ'רעדט נישט פון א חסר דעה, נאר פון א פשוטע פאפער.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 12:22 am
דורך דבילה
קארל האט געשריבן:אגב, איך האב אמאל געהערט אז רבי חנה קאלאשיצער זצ״ל האט בשעת׳ן קריג אין קראקא געזען א פרוי אראפפאלן אויף דער ערד פאר׳חלש׳ט. ער האט זיך תיכף ארויפגעווארפן אויף איר, און פרובירט צו מאכן סי-פי-אר.


און די חידוש 'שטייטזיך איז אז דער צדיק איז נישט געווען א חסיד שוטה? אתמהה!

(ומיירי שיש חסידים שוטים סביבו...)

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 12:27 am
דורך דבילה
שמעקעדיג האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:לערן איך אזוי גמרא סוטה כ"א היכי דמי חסיד שוטה? דקא טבעי איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעה לאיסתכלי. איז מיר שווער ער זעט א אידענע דערטרענקט זיך און קוקט אוועק איז א "חסיד" שוטה? ער איז נישט א מופקר און רוצח?

אפשר האט איינער א תירוץ, כ'האב קיין מנוחה.


וויבאלד ווער עס גיט זיך אכטונג ווערט אנגערופן א חסיד, און דער וואס לאזט א פרוי אויסגיין נוצט דעם "חסידות" אלס אן אויסרייד פארוואס נישט צו העלפן, ווייזט ער וואספארא שוטה ער איז. ער מאכט פון די חסידות א שטות. ער איז א פשוט'ער משוגע'נער וואס ווייסט נישט צו מבחין זיין פון א' ביז ב'.

צי ער איז א רוצח, ווייסעך נישט, ער האט איר דאך נישט גע'הרג'עט בידים, ער איז אפשר נאר א גורם, אדער אפילו דאס אויך נישט.


דא האט איר עס געפינטעלט:

לֹא תַעֲמֹד עַל-דַּם רֵעֶךָ: אֲנִי, יְהוָה.
(ויקרא יט טז)


און וויבאלד אין ענגליש האט דאס עפעס א שארפערע קלינג, האט איר דא פון קינג דזשעימס אליין:

[left]
neither shalt thou stand against the blood of thy neighbour: I am the LORD.
Leviticus 19:16
[/left]

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 8:17 am
דורך בן תמליון
בן תמליון האט געשריבן:לערן איך אזוי גמרא סוטה כ"א היכי דמי חסיד שוטה? דקא טבעי איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעה לאיסתכלי. איז מיר שווער ער זעט א אידענע דערטרענקט זיך און קוקט אוועק איז א "חסיד" שוטה? ער איז נישט א מופקר און רוצח?

אפשר האט איינער א תירוץ, כ'האב קיין מנוחה.


האט א ידיד צוגעשיקט צוויי פיינע תירוצים מאוצרו הטוב ותשוח"ח לו:

1) לעניית דעתי איז דער פשט זייער פשוט. חז״ל האבן פרובירט זיכער מאכן אז איעדער פארשטייט אז לאזן א פרוי זיך דערטרענקן פאסט נישט פאר א חסיד. נו, איז ווי אזוי זאל מען אנרופן איינעם וואס טוט דאס יא? מופקר? רוצח? האט מען דאך שוין געהערט אזוינס! האבן חז״ל גיזאגט, ווייסט איר וואס? אזא איינער איז ניטאמאל א חסיד נישט! איז פארשטייט שוין איעדער אז דאס פאסט זיך נישט פאר א חסיד.


2) בעצם איז קשה, ווי קומט דאס א חסיד זאל בכלל צוזען א פרוי זיך דערטרונקן? לויפט ער דען אויפן בארדוואלק? אתמהה. אלא מאי, שוטה איז נישט נרדף מיט טיפש, נאר מלשון פאלש, pseudo כמו הדס שוטה, בכור שוטה, וכדומיהן. אן אמת'ער חסיד גייט קיין חוף מהדרין. בדרך אפשר.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 8:50 am
דורך שמואל הלוי
יואליש האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען "מארבע כנפות הארץ", 4 עקן איז דאך נאר שייך ביי א זאך וואס איז 4 עקיג, אבער די וועלט איז דאך רינדעכיג ווי א באל?


און ממזרח שמש עד מבואו?

וואס איז שווער מיטן ממזרח שמש עד מבואו?