רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דעת תורה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
@יואב, דערווייל בין איך נישט געדינגען ביי קיינעם (אויב איינער וויל, קען מען זיך פארבינדן אין אישי...)
און בעצם לגבי מיינע אנשויאונגען, אויב דו האסט באמערקט האב איך לכאורה קיינמאל זיך נישט געשטעלט אויף קריטיק קעגן אונזער געזעלשאפט. מיין מיינונג איבער אונזער סאסייעטי - און באמת, די וועלטס סאסייעטי בכלל - האב איך דא געשריבן אין מיין פריערדיקע תגובה. עס איז פשוט א שאד זיך צו גיין מטפל זיין מיט א פרט, ווען דער פראבלעם איז מער כלליות׳דיג. נישט אז דער ציבור איז נאריש, אבער מען קען אים בהחלט פארקויפן לאקשן וואס ער אליין וויל גלויבן, און חוץ געציילטע אויבערחכמים דא און דארט, קויפט עס עולם גולם גוט אפ. דאס איז איין אספעקט, הוא הדין אין אנדערע. אבער עס קען זיין איך בין נישט גערעכט און מען קען יא עדיוקעיטן א כלל צו באקומען די נויטיגע כלים צו אפלערנען גרונטליך א נושא און פארשטיין דעם שפיץ, דאן גיי אן מיט די הייליגע ארבעט. איך וואונטש דיר גרויס הצלחה, בן צרויה.
וואו איך בין יא אמאל מגיב איז עס ווען איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט אויס געהאלטן תורה׳דיג - נישט דוקא לויט מיין אפברינגינג, נאר א זאך וואס איז סותר דעם גאנצן ארטאדאקסישן קאנצעזוס - עפעס וואס איז מער נוטה צו קאנסערוואטיוו. אדער ווען א טיפה סרוחה שלא קרא ולא שנה נעמט זיך חוזק מאכן און / אדער אוועקמאכן גדולי עולם וקדושי עליון וואס ווען ער זאל לעבן טויזנט יאר קומט ער נישט צו צו זייער קנעכל, נישט בחכמה און אוודאי נישט בעבודה וקדושה. דאס מיינט נישט אז מען מעג נישט פרובירן צו פארשטיין זייערע ווערטער, מען מעג און מען דארף פרעגן און אין געציילטע פעלער מעג מען אפילו ציען מסקנות מכח די קושיות און אננעמען למעשה אנדערש. אבער אפ חוזק׳ן און שפעטן כאילו מען פירט א וויכוח מיט א קאלעגע ניק אויף קאווע שטיבל, דאס איז אומדערהערט. הנלענ״ד כתבתי און יישר כח פארן אויסהערן.
אגב, סתם צו זיין פעיר מוז איך אייך זאגן אז איך גיי פאר אייערע ארטיקלען. איר האט א ספעציעלן חוש אראפצולייגן די נאטורליכע מענטשליכע שוואכקייטן. אפגעזען צו פון דעם סתם המון עם אדער די ניקס דא אין קאווע שטיבל גופא. בברכת קיפ איט אפ!
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
אה אנטשולדיגט. סאיז גראדע אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט ווייל די שפעטערדיגע על פי רוב שרייבן מיט פיל ווייניגער גאטס און זענען זיך פיל מער מסביר. דו רעדסט שוין דא פון עפעס א נייעם זשאנער וואס איך קען בכלל נישט פון די נאנט. (ווער הייסט דיר אריין קוקן בכלל?). בכל אופן אנטשולדיגט פארן נישט דן זיין לכף זכות.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
די חול המועד זיצענדיג אין ביהמד"ר צווישן מנחה און מעריב האב איך מיר צוגעהערט מיט איין אויער צו א שיעור דארט.
הער איך בין הדברים ווי ער הייבט אן צו האקן אויף בלעקבעריס....
די ...... וואס די ביסט!!!! די ווייסט ווי צוריקגעבליבן איך בין ווען איך האב "נאר א בלעקבערי" בשעת אלע מיינע חברים דרייען זיך מיט געלעקסי'ס אין איי-פאונס... פרעג דיר נאך פאר די ביסט מוחה נעקסט טיים... סארי.
איר ווילט שטארק וויסן וואס קליינקעפיגקייט מיינט? איך האב פונקט גערעדט לעצטנס מיט עמיצן א אינגערמאן א חבר מיינער באלד פערציג. האלט זיך פאר א גרויסע לערנער, און טענה'ט זיך מיט מיר אויב תחכמוני ווייסט יא וואס ער רעדט אדער נישט. (און צו ער קען יא אדער נישט לערנען) שטעלט זיך ארויס אינמיטן די שמועס, אז ער פארשטייט נאך דערווייל, אז ריכטיג די וועלט איז טאקע רינדעכיג, אבער מיר אלע זענען אין די באל. אנדערש וואלטן מיר דאך פשוט ארויסגעפאלן, און די גרעוויטי איז פון די ווענט פונעם באלי וואס ציהט אונז צו זיך, (די ווענט-ערד) כדי מיר זאלן נישט אריינפאלן אינעם [אינעווייניגסטן] חלל פונעם באלי. א שטייגער ווי א וואש מאשין. הערסטע אן אויבערישע חכמה?!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
ובזה יש להבין מה שכתב דב אלבוים בספרו "מסע לחלל הפנוי", (ומובא בסירוגים ח"א פרק ט"ו) וז"ל ואני חושב שאמונה זה דוקא להיות בספק כל הזמן וכו' ומבחינתי מי שמאמין ואומר "אני יודע שכך וכך וכך"אז הוא בעצם לא מאמין וכו' וההמשך אני לא רוצה להעתיק כאן.
אישתישבי האט געשריבן:און צוליב דעם שטייט אין ספרים אז אמונה איז בגימטריא ספק.
איך בין... עםם... זיכער אז ס׳איז נישט גימטריא די זעלבע. נאר אז מ׳לייגט צו צו ״אמונה״ דעם ״לקח״ טוב פון תורה וחכמה, דהיינו דאס ריכטיגע אפטייטש און פארשטאנד ב״אמונה״, דעמאלטס איז עס עולה ״ספק״...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)