בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 6:31 pm
דורך יואב
קופערניקוס האט געשריבן:הדא הוא דכתיב טאלעראנץ.
עס איז טאקע א פלא א מענטש וואס איז קלוג און האט גאר גרונטליך ארויס זיין שיטה, ער האט שוין אסאך געליינט ראיות און הוכחות צו זיין שיטה, איז מער טאלערענץ צום צד שכנגד ווי דעם קליינעם פויערישן אנהענגער וואס "גלייבט" אין די שיטה אן וויסן קיין סאך דערוועגן. בקיצור דער קליינער פארענטשע אנפילער איז מער חסיד ווי דעם משב"ק וואס ווייסט גאנץ פיין אז עס פויגלט נישט אזוי.

ס'גאנץ פשוט. איינמאל מ'עפענט דער מוח, שטעלט זיך עס קיינמאל נישט אפ. ווי מער מ'ווייסט, אלץ מער עלעמענטן נעמען אנטייל אין יעדן דעבאטע, און דאס וועט אלץ מער און מער דערווייטערן פון פאסן א 100% מסקנה.
אויב אבער איז דער מח הערמאטיש פארשלאסן, דאן ווערט יעדע געשעניש אין סיי וואספארא אספעקט, אבזערווירט מיטן גאנג וויאזוי עס איז פראגראמירט געווארן.
דאן איז פארהאן מענטשן, באמת אויסשטאפירט מיט די לעצטערע פראגראמען, אבער האבן א פילטער. מילא יעדע זאך וואס איז אנגעשטעלט עס זאל ווערן בלאקירט, גייט נישט דורך.
אבער דאס האט שוין מיט אידילאגיע, נישט קליינקעפיגקייט.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:27 pm
דורך אביגדור
יא?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:28 am
דורך דעת תורה
ממש אזוי? ביסט זיכער אז דער ש״ך און דער ט״ז,

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:03 am
דורך דעת תורה
@יואב, דערווייל בין איך נישט געדינגען ביי קיינעם (אויב איינער וויל, קען מען זיך פארבינדן אין אישי...)

און בעצם לגבי מיינע אנשויאונגען, אויב דו האסט באמערקט האב איך לכאורה קיינמאל זיך נישט געשטעלט אויף קריטיק קעגן אונזער געזעלשאפט. מיין מיינונג איבער אונזער סאסייעטי - און באמת, די וועלטס סאסייעטי בכלל - האב איך דא געשריבן אין מיין פריערדיקע תגובה. עס איז פשוט א שאד זיך צו גיין מטפל זיין מיט א פרט, ווען דער פראבלעם איז מער כלליות׳דיג. נישט אז דער ציבור איז נאריש, אבער מען קען אים בהחלט פארקויפן לאקשן וואס ער אליין וויל גלויבן, און חוץ געציילטע אויבערחכמים דא און דארט, קויפט עס עולם גולם גוט אפ. דאס איז איין אספעקט, הוא הדין אין אנדערע. אבער עס קען זיין איך בין נישט גערעכט און מען קען יא עדיוקעיטן א כלל צו באקומען די נויטיגע כלים צו אפלערנען גרונטליך א נושא און פארשטיין דעם שפיץ, דאן גיי אן מיט די הייליגע ארבעט. איך וואונטש דיר גרויס הצלחה, בן צרויה.

וואו איך בין יא אמאל מגיב איז עס ווען איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט אויס געהאלטן תורה׳דיג - נישט דוקא לויט מיין אפברינגינג, נאר א זאך וואס איז סותר דעם גאנצן ארטאדאקסישן קאנצעזוס - עפעס וואס איז מער נוטה צו קאנסערוואטיוו. אדער ווען א טיפה סרוחה שלא קרא ולא שנה נעמט זיך חוזק מאכן און / אדער אוועקמאכן גדולי עולם וקדושי עליון וואס ווען ער זאל לעבן טויזנט יאר קומט ער נישט צו צו זייער קנעכל, נישט בחכמה און אוודאי נישט בעבודה וקדושה. דאס מיינט נישט אז מען מעג נישט פרובירן צו פארשטיין זייערע ווערטער, מען מעג און מען דארף פרעגן און אין געציילטע פעלער מעג מען אפילו ציען מסקנות מכח די קושיות און אננעמען למעשה אנדערש. אבער אפ חוזק׳ן און שפעטן כאילו מען פירט א וויכוח מיט א קאלעגע ניק אויף קאווע שטיבל, דאס איז אומדערהערט. הנלענ״ד כתבתי און יישר כח פארן אויסהערן.

אגב, סתם צו זיין פעיר מוז איך אייך זאגן אז איך גיי פאר אייערע ארטיקלען. איר האט א ספעציעלן חוש אראפצולייגן די נאטורליכע מענטשליכע שוואכקייטן. אפגעזען צו פון דעם סתם המון עם אדער די ניקס דא אין קאווע שטיבל גופא. בברכת קיפ איט אפ!

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:22 am
דורך אביגדור
יש להרחיב.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:33 am
דורך דעת תורה
אה אנטשולדיגט. סאיז גראדע אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט ווייל די שפעטערדיגע על פי רוב שרייבן מיט פיל ווייניגער גאטס און זענען זיך פיל מער מסביר. דו רעדסט שוין דא פון עפעס א נייעם זשאנער וואס איך קען בכלל נישט פון די נאנט. (ווער הייסט דיר אריין קוקן בכלל?). בכל אופן אנטשולדיגט פארן נישט דן זיין לכף זכות.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:52 am
דורך אביגדור
חידוש.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 11:19 am
דורך בעל הבית
דיין רב לייגט אוך צו חידושי הלכות און נייע חימרות ווי די גלעזער טעקסט מעסדזשעס די ריש אנשטאט R און נאך

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 11:34 am
דורך ריינער
די חול המועד זיצענדיג אין ביהמד"ר צווישן מנחה און מעריב האב איך מיר צוגעהערט מיט איין אויער צו א שיעור דארט.

הער איך בין הדברים ווי ער הייבט אן צו האקן אויף בלעקבעריס....

די ...... וואס די ביסט!!!! די ווייסט ווי צוריקגעבליבן איך בין ווען איך האב "נאר א בלעקבערי" בשעת אלע מיינע חברים דרייען זיך מיט געלעקסי'ס אין איי-פאונס... פרעג דיר נאך פאר די ביסט מוחה נעקסט טיים... סארי.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 11:54 am
דורך געפילטע פיש
דעת תורה האט געשריבן:אה אנטשולדיגט. סאיז גראדע אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט ווייל די שפעטערדיגע על פי רוב שרייבן מיט פיל ווייניגער גאטס...

די דעפיציט אין גאטס זעט זיך נאר אן ווען ס'קומט צו א קולא.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:15 pm
דורך טאמבל סאס
איר ווילט שטארק וויסן וואס קליינקעפיגקייט מיינט? איך האב פונקט גערעדט לעצטנס מיט עמיצן א אינגערמאן א חבר מיינער באלד פערציג. האלט זיך פאר א גרויסע לערנער, און טענה'ט זיך מיט מיר אויב תחכמוני ווייסט יא וואס ער רעדט אדער נישט. (און צו ער קען יא אדער נישט לערנען) שטעלט זיך ארויס אינמיטן די שמועס, אז ער פארשטייט נאך דערווייל, אז ריכטיג די וועלט איז טאקע רינדעכיג, אבער מיר אלע זענען אין די באל. אנדערש וואלטן מיר דאך פשוט ארויסגעפאלן, און די גרעוויטי איז פון די ווענט פונעם באלי וואס ציהט אונז צו זיך, (די ווענט-ערד) כדי מיר זאלן נישט אריינפאלן אינעם [אינעווייניגסטן] חלל פונעם באלי. א שטייגער ווי א וואש מאשין.
הערסטע אן אויבערישע חכמה?!

Re: קליינקעפיגקייט והמסתעף

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2020 6:08 pm
דורך מי אני
מאמרו של יאיר, וואס איז מיין חתימה.

ולגבי דעם וואס מ׳פרעגט אז ווי אזוי קען איינער וואס פארשטייט אז ס׳איז (בּעיסיקעלי) נישטא קיין ״זיכער״ איז וואס איז טייטש לגביו ״באמונה שלימה״? איז לכאורה די תירוץ פשוט אז ער איז ב״שלימות״ אין דעם ווי ווייט עס איז מעגליך צו זיין ב״שלימות״ אין דעם. אין אנדערע ווערטער, פאר׳ן סכל מיינט ״שלימות״ 100% זיכער, אבער פאר׳ן חכם מיינט די זעלבע ״שלימות״ מיט ווייניגער פראצענט זיכערקייט (געוואנדן אין דער משיג און אין דער מושג).

לגבי דעם אז חכמה איז טאלעראנץ און צו טאלערירן אן אנדערענס דעה.

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2020 6:51 pm
דורך והאיש משה
ובזה יש להבין מה שכתב דב אלבוים בספרו "מסע לחלל הפנוי", (ומובא בסירוגים ח"א פרק ט"ו) וז"ל ואני חושב שאמונה זה דוקא להיות בספק כל הזמן וכו' ומבחינתי מי שמאמין ואומר "אני יודע שכך וכך וכך"אז הוא בעצם לא מאמין וכו' וההמשך אני לא רוצה להעתיק כאן.

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2020 7:34 pm
דורך אישתישבי
און צוליב דעם שטייט אין ספרים אז אמונה איז בגימטריא ספק.

קליינקעפיגקייט והמסתעף

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2020 8:11 pm
דורך מי אני
אישתישבי האט געשריבן:און צוליב דעם שטייט אין ספרים אז אמונה איז בגימטריא ספק.

איך בין... עםם... זיכער ;) אז ס׳איז נישט גימטריא די זעלבע. נאר אז מ׳לייגט צו צו ״אמונה״ דעם ״לקח״ טוב פון תורה וחכמה, דהיינו דאס ריכטיגע אפטייטש און פארשטאנד ב״אמונה״, דעמאלטס איז עס עולה ״ספק״...