בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:48 pm
דורך כוכב
מזל טוב שמעקי (כ'מעג דיר רופן בלשון חיבה?) ווען נאך זענען די אויבנדערמאנטע ווערטער פון מאטי אזוי וואר ווי היינט ביינאכט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 9:07 am
דורך גאנצל
שוין באלד דא 10000 הודעות אויף אונזער שמעקעדיג אליין..............
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:12 pm
דורך געוואלדיג
אין ליכט פון
די אשכול האב איך זיך אנגעטראפן אין די אשכול, און וואס איז דעמאלטס געווען אמת און איז שוין יעצט אמת מיט נאך כמעט דריי יאר, א ריזן דאנק [tag]שמעקעדיג[/tag] פאר אלעס וואס דו טוהסט פאר אונזער שטיבל.
Re: די וויכטיגסטע הודאה זייט קאווע שטיבל שטייט
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:55 pm
דורך א איד
יעצט געזעהן, מוז איך צולייגן מיינע פינף און צוואנציג צענט, באמת א דאנק שמעקעדיג בינעך דא, ער האט מיר אהער געברענגט, און זיין חיזוק האט מיר געברענגט עד הלום.
טאקע נישט עפעס עקסטער, אבער בעסער ווי גארנישט, און דאס אלעס איז א דאנק שמעקעדיג.
שמעקעדיג דאנקע שיין
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:39 am
דורך שעפטאל
וגם אני מצטרף.
@שמעקעדיג האט שוין געהאלפן אזוי פיהל לבבות נשברות (וגם אני אין מיינע שווערע טעג, ביסטו געוועהן דער וואס האט מיך גע'אישי'ט, מחזק געוועהן. לולא האמנתי בטוב שמעקי זיך צו עפענען פאר דיך, און דיך צו טרעפן ווי וואלטעך געוועהן היינט?)
ומכאן הקריאה יוצאת פאר יעדע ניק וואס באקומט א אישי פון שמעקי, אויב איז ער גרייט דיך אויסצוהערן, לויף צו איהם! קיינער האט נישט חרטה געהאט! זערא דשאדשינג, זייער אנדערסטענדינג, מלא חיזוק. און ער האלט זיין מויל פארמאכט.
שמעקי, די אייבישטער זאל מצליח זיין דיין וועג, זאלסט ווייטער קענען העלפען אידישע ברידער'ס ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטע פרישע זאטע יאהרן! אמן!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:10 am
דורך קהל'ס נער
יאפ! גם אני מצטרף.
איך אינדורסיר ר׳ שמעקענען פאר די פוליצער פרייז פאר קאמפלימענטן טיילען.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 3:41 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:יאפ! גם אני מצטרף.
איך אינדורסיר ר׳ שמעקענען פאר די פוליצער פרייז פאר קאמפלימענטן טיילען.
עס ענדיגט זיך נישט ביים קאמפלימענט טיילן, שמעקעדיג איז א גאלדענע איד מיט א הארץ פון פוטער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:33 pm
דורך לפורקנך סברית
איז דא נאך א יון אין דער סוכה חוץ מיר??