מאראנצןזאפט האט געשריבן:1. בנוגע דער איסור פון שמיעת קול זמר. אזוי ווערט גע'פסק'נט אין אלע היימישע ספרים, א שטייגער ווי בנה ביתך און בית נאמן בישראל. און בית נאמן ווערט אויסגעשמועסט אז תרי קלא העלפט נישט געבויעט אויף א תשובה אין מנחת יצחק. די אלע ספרים האבן עטליכע מראה מקומות און נישט נאר פתחי תשובה, איינס געדענק איך יעצט איז דער לחם ושמלה, דער אויבנדערמאנטער מנחת יצחק, און נאך.
איך קען הערן א סברה אז זינגען א זמר ספעציעל פאר'ן מאן, אפילו לצורך פרנסה, זאל מען נישט מתיר זיין, ואדרבה, עס איז גאנץ ראמאנטיש ארויסצוהעלפן דעם מאן אזוי וד"ל.
אודאי איז דא פסקים להחמיר, סך הכול האב איך געזאגט אז יש מקום להקל, און המיקל יש לו על מי לסמוך.
ווען מ'רעדט פון די אייגענע משפחה איז אסאך גרינגער, פונעם רמב"ם איז משמע אז אשתו נדה מעג מען הערן זינגען, און ס'איז אזוי ווי להסתכל על מקומות מגולים וואס איז מותר, ווייל זי איז מותרת לו לאחר זמן. די מחבר זאגט אז אסות לשמוע קול אשה, און די רמ"א זאגט אויף דעם אפילו אשתו, רעדט פון בשעת קרי"ש וד"ת. (רמ"א אין סימן עה, ג)און ער לייגט צו "אבל קול הרגיל בו אינו ערווה", און די עטרת צבי זאגט אויף דעם אז אפילו קול זמר, הואיל דרגיל בה אינו בא לידי תאוה. (אין שועה"ר און משנ"ב איז משמע אז זיי לערנען נישט אזוי).
דער ערשטער צו נוצן די תרי קלא היתר איז די חתן סופר, ווי ער שרייבט:
נסתפקתי בקול זמר של אשה עם איש כאחד דהוי תרי קלי, אם מותר לשמוע דתרי קלי לא
משתמעי, ואע"ג דאמרינן דהיכא דחביב יהיב דעתיה ומשתמע אפילו בתרי, והכא איכא
חביבותא לקול אשה, דמשום הכי אסרו חכמים מפני שנותן דעתו עליה ע"י קול. אבל זה
אינו, דכיון דאמרינן תרי קלי לא משתמעי ממילא לא שמע לקול אשה ולא אתי לידי
חביבות דנימא יהיב דעתיה, דדוקא כשכבר שמע קול אשה נתעורר להרהר בה אבל כאן
וכו' ליכא התחלה לחביבות.
מיט דעם פארענטפערט ער וואס ס'שטייט, ותשר דבורה וברק בן אבינועם ביום ההוא לאמר, ווי אזוי האט דבורה הנביאה געמעגט זינגען פארן עולם, נאר אז זי האט געזינגען צוזאמען מיט ברק איז געווען תרי קלא.
זיין איידעם די חתם סופר איז נישט אזוי מיקל, און האט נישט געגעבן קיין היתר פאר א קהילה צו מאכן א מקהלה פון מענער און פרויען פארן קעניג וואס איז געקומען אין שטאט.
אין שו"ת שרידי אש ברענגט ער
ומה שנוהגים לשיר ולזמר זמירות קודש בנים ובנות יחד, כבר נשאלתי ע"ז ממנהיגי המחנות, והשבתי להם, כי בבואי לברלין ראיתי בבתי החרדים מזמרים אנשים ונשים יחד זמירות קודש בשבת, והשתוממתי למנהג זה שהוא נגד דין מפורש באו"ח סי' ע"ה סע' ג', שקול זמר אשה בשעת ק"ש אסור (הערת געפילטע: זעט מען אז זיין פראבלעם פון זמירות שבת איז אז ס'זאל זיין הארבער וויבאלד מ'איז מזכיר שם שמים און ס'איז דומה לשעת קרי"ש, אבער ביי זינגער שבת הייליגע שבת וואלט ער נישט געהאט אזא פראבלעם) ומטעם זה ערערתי נגד מנהג זה שנהגו חרדי אשכנז. ואולם אחרי חקירה ודרישה נאמר לי כי הגאון הצדיק ר"ע הילדסהיימר ז"ל וכן הגרש"ר הירש ז"ל בפרנקפורט על נהר מיין התירו בזמירות קודש לזמר יחד, והטעם משום דתרי קלא לא משתמעי וכיון שמזמרים יחד אין חשש איסור, אבל לא נחה דעתי בזה וחפשתי ומצאתי בשדי חמד מערכת קול, שהביא בשם רב ספרדי להתיר זמירות קודש של אנשים ונשים יחד.
אין שו"ת יביע אומר פסקנט ער אויך אז ביי סעודת שבת מעג מען זינגען צוזאמען. ער רעדט אויף פון אנדערע היתרים ווי פניוה, אינה מכירה, רדיו, און נאך. (כך מונח בזכרוני).
און דו קענסט מיר ברענגען דאפעלט פון וואס איך האב דא געברענגט וואס פסקנ'ן פארקערט.