בלאט 2 פון 3

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:09 pm
דורך אביגדור
יא.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:16 pm
דורך זר זהב
דו מעגסט מאכן קאפיעס פאר דיר אליין , זאלסט האבן וואס צו הערן נאך 2 וואכן ווען די ארגינעלע סי די גייט א גאנג. מיט 10 קאפיעס וועסטע האבן גענוג פאר 2 יאר

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:15 pm
דורך ענן כבד
שעפטל האט געשריבן:
ענן כבד האט געשריבן:ווי קען מען עס קופן אלס א דאונלאויד?

http://www.mostlymusic.com/al-hehorim.html

דא קען מען נאר באשטעלן די סידי.

פאר ווער עס קען איז כדי צו קוקן דעם ווידיאו פון אייזיק האניג - צמאה נפשי
http://www.youtube.com/watch?v=gtFdlrKVqG8

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:18 pm
דורך זר זהב
איך גיי נישט פאר זיין צמאה נפשי. ס'איז מאדנע

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:23 pm
דורך יידל
ענן כבד האט געשריבן:פאר ווער עס קען איז כדי צו קוקן דעם ווידיאו פון אייזיק האניג - צמאה נפשי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gtFdlrKVqG8[/youtube]

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:37 am
דורך אוי טאטי
שמייכל האט געשריבן:שיינע קאווער, ווער האט עס דעזיינט?

KZ Creative.

_____
אז מ׳רעדט שוין, דעם שבת אין ס׳מדרש האבעך געהערט פון אסאך אינגעלייט אז זיי גייען קויפן דעם סידי בלויז צו ווייזן אז מען קען נאך ארויסקומען מיט א פשוט׳ע חסידישע סידי און מאכן געלט.

אבי מ׳שרייט אז אונז זעמער געפאלן..

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:44 am
דורך איך אויך
קאווע טרינקער האט געשריבן:נישט נאר צולאזטע זינגער'ס מעגן מאכן געלט, נארמאלע אויך.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 3:55 pm
דורך shmelka
stock-photo-green-landscape-94652485.jpg
http://www.shutterstock.com/pic-94652485/stock-photo-green-landscape.html?src=J9ZsEbUqbIVNYl8Mtlz7aQ-3-145

This is where the cover design was taken from! :lol:

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 3:58 pm
דורך זר זהב
און אויף דעם פאפיר שטייט מ'זאל נישט קאפירן דעם סידי...

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:05 pm
דורך ברסלבער
shmelka האט געשריבן:This is where the cover design was taken from! :lol:

איך כאפ נישט די דזשאק, אלע גראפיקירער ניצן בילדער פון shutterstock, זיי צאלן פאר דעם טבין ותקילין, דו קענסט עס נעמען פון גוגל אימעזש'ס אבער עס קומט מיט זייער וואטערמארק, אויב מען דארף די אריגינעיל דארף מען צאלן דערפאר.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:26 pm
דורך שוואנץיאזעף
ער זינגט בכלל צמאה נפשי אויפן דיסק?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:31 pm
דורך אוי טאטי
איז אזוי, די סידי פארמאגט צוועלף ניגונים, איינס שענער פונעם צווייטן אווי עס פאסט פאר א פראדוקציע פון ר׳ אייזיק.

#1 בשפע ברכה, קאמפאזט ביי משולם גרינבערגער, אראנדזשירט ביי שוע פריעד, קווייער ביי אברומי בערקא.
#2 אתה הראת, קאמפאזט ביי פינקי (דער ארגינעלער..), אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי הערשל בריסק.
#3 כתר, קאמפאזט ביי אליעזר קאליש, אראנדזשירט און קווייער ביי מונה.
#4 וברצונך, קאמפאזט ביי פינקי, אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי הערשל בריסק.
#5 ויאתיו, פאר אינפא קוקט די פריערדיגע ניגון.. קינדער קווייער ביי אברומי בערקא.
#6 הפורש, קאמפאזט ביי יוסי גרין, אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי הערשל בריסק.
#7 הריני מזמן, קאמפאזט ביי ר׳ אייזיק אליין, און ווידעראמאל משה לאופער און הערשל בריסק.
#8 אל דמי לך, קאמפאזט ביי אליעזר קאליש, אראנדזשירט און קווייער ביי מונה.
#9לבדך, קאמפאזט ביי אליעזר קאליש, אראנדזשירט ביי שוע פריעד, קווייער ביי אברומי בערקא.
#10 קינדערלעך, איז א אידישע ניגון קאמפאזט, און די גראמען ביי ר׳ אייזיק, אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי הערשל בריסק, קינדער קווייער ביי מושי קרויס.
#11 מה נאוו על ההרים, קאמפאזט ביי ר׳ הלל פאלאי (?), אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי אברומי בערקא.
#12 היה עם פיפיות, קאמפאזט ביי יוסי גרין, אראנדזשירט ביי לייב יעקב ריגלער, קווייער ביי הערשל בריסק.

אויף געוויסע ניגונים איז דא קינדער סאלא׳ס וואס קומט מן הסתם פון מושי קרויס, העמער דארפן ווארטן אויף mk_studios צו באשטעטיגן.

און יא, א הערליכע סידי אויפן אמאליגן שטייגער! ר׳ אייזיק האט ווידעראמאל באוויזן וואס ער קען. כה לחי!

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:40 pm
דורך פרישער
יידל האט געשריבן:
ענן כבד האט געשריבן:פאר ווער עס קען איז כדי צו קוקן דעם ווידיאו פון אייזיק האניג - צמאה נפשי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gtFdlrKVqG8[/youtube]

כפארשטיי נישט וואס האט צמאה נפשי מיט מציבות אדער שניי?

איך גלייך זייער דעים ניגון אבער האבן זיי נישט געקענט טרעפן עפעס א הערש וואס איז דארשטיג אזוי ווי סיז מקיבל מדור דור אז ממיז זיין א דארשטיגע הערש וואס קען נישט גרייכן דאס וואסער, לקיים מה שגאמר כאיל תערוג על אפוקי מים וכו'

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:36 pm
דורך ניו יארק
די נייע סידי אין קאמפער צו זיין אלטע, איז עס שענער? אדער שוואכער?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:41 pm
דורך אביגדור
אפשר.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:49 pm
דורך משה געציל
אויך געקויפט היינט, דער ניגון 'כתר' איז עפעס הפלא ופלא! די ארענדיזשמענטס וואס מונה מאכט דערויף איז ריזיג! א שאד ער האט אים נאר אויף צוויי ניגונים!

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:53 pm
דורך אוי טאטי
מיר האט געבאדערט די זעלבע, אבער ציילן האסטו נישט געמוזט, ווייל אין די בעק פונעם סידי קאווער שטייט אלע טרעקס מיט די נומבערס.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:08 pm
דורך חד גדיא
גם אני, אויך געקויפט בזכות דעם אשכול. איך בין יענץ מבין אויף מוזיק. אבער ס'קנאקט ביי מיר היינט א גאנצן טאג, און כ'האב פיין הנאה. (גראדע באצאלט $16, נישט 15 ווי איינער האט דא געשריבן)

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 5:34 am
דורך shmelka
Of course all graphic designers use Shutterstock, but my point was that it is no big deal to plain copy /paste a picture, I wouldn't call it a major design. ואכמ"ל. Btw Shutterstock doesn't cost that much, in comparison to what they charge...
If anyone wants the original I can post it here, I have an account.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:50 pm
דורך שעפטל
גם אני, אויך געקויפט בזכות דעם אשכול. איך בין יענץ מבין אויף מוזיק. אבער ס'קנאקט ביי מיר היינט א גאנצן טאג, און כ'האב פיין הנאה. (גראדע באצאלט $16, נישט 15 ווי איינער האט דא געשריבן)[/quote]
געצאלט 16 פלאס טעקס

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:54 pm
דורך ברעט מענינג
פארוואס ליגט עס נישט אין איי טונס?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 1:21 pm
דורך סאשי פיש
פרישער האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
ענן כבד האט געשריבן:
כפארשטיי נישט וואס האט צמאה נפשי מיט מציבות אדער שניי?


מען זעט א גאנצע צייט די חפץ חיים מצבה האט ער געמאכט די ניגון?
אדער ר" אהרן קארלינער?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 7:11 pm
דורך shmelka
Has anyone got the paypal address of Issac Honig, I want to pay him for this lovely cd, someone sent me the entire cd via email. I didn't buy cd from the store as it simply didn't arrive to stores to the town I live..
and why should half the money go the to the shipping and retailers.. and I don't go around with a cd player, neither a record player... but i do so wish I could pay him! someone here help me please !!