בלאט 2 פון 19
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 9:26 am
דורך קאווע טרינקער
דער ערשטער, מיטן פלאכן הוט, איז ער דער שד"ר פון מוסדות חמלה ואמונה?
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 9:38 am
דורך מאראנצןזאפט
א הענטל פון די גלעזער פעלט אים, נישט געקענט זיין מער צוגעפאסט פאר דעם פראטעסט.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:40 am
דורך נולד מאוחר
זייער M ענדעלט און Mcdonalds M. Mikflieshieg האט אויך געהאט אזא סארט M און האט עס געדארפט אראפ נעמען.איבער פרינטען אלע מעניוס אן די M.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:51 am
דורך קאווע טרינקער
זאל יעדער טוהן וואס ער וויל, אבער אין אידיש גערעדט, ליל שבעה עשר בתמוז איז עפעס נישט אזוי געאייניגט פאר אזא event.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 11:41 am
דורך היימישער
איך האב מיך געפריידט אז עס עפענט זיך די רעסטאראנט, אבער ווען איך בין דורך געגאנגען בערך 9:30 (נאך פאר די מוחים זענען אונגעקומען)עס האט אויסגעקוקט ווי א הענג אוט, האב איך געזען אז דאס איז נישט פאר מיר,
און ווען איך האב געזען ווי די מוחים שרייען אז עס איז י"ז בתמוז און מען טאר נישט עסן מיט מוזיק (עיין הלכות ט' באב, נאר ביי א שמחות חתן וכלה) האב איך פארשטאנען די מוחים
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 11:59 am
דורך יידל
נאך פונעם פראטעסט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=45SFbLYCNY0[/youtube]
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:04 pm
דורך זר זהב
פון איין זייט שטייען ערליכע אידן, אלביאיט עטליכע פון זיי עקסטרעים. פון די אנדערע זייט זעה איך מגולחים וואס ווילן קייען סטעיק א גאנצן טאג און נאכט. ס'שווער נישט מיטצושטיין מיט די ערליכע
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:07 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'דא א מיטל וועג.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:58 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:ליל שבעה עשר בתמוז איז עפעס נישט אזוי געאייניגט פאר אזא event.
צ"ל "
געאייגענט".
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'דא א מיטל וועג.
תם מה הוא אומר מה זאת, ביטע זיי מסביר, וואס וואלסטו געטון,
תורה הוא וללמוד אני צריך (נישט אז איך שטיי מיט צימערמאן, נאר סתם כ'וויל וויסן).
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:00 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'דא א מיטל וועג.
דא זעה איך 2 וועגן, לייג ארויף אויפן קליפ א מיטעל וועג העמיר זעהן דאן
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:03 pm
דורך קאווע טרינקער
מאך דיך נישט פאר א תם.
פארשטייס אליינס אז זיך אוועקשטעלן שרייען איז נישט קיין וועג.
און פרעסען בשר בחוצות עיר צוזאמען מיט ניקולשבורגע חסידים, מיט מוזיק, בליל שבעה עשר בתמוז, איז אויך עפעס נישט געאייגענט פאר אן אדם מן משורה.
די מיטל וועג? קיין מיטל.
געפעלט דיך נישט דעם געשעפט, טרעט נישט איבער איר שוועל.
געפעלט דיך יא, קויף דיר איין בשר כאות נפשך.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:13 pm
דורך שלשלת
איך האב נישט ארויס די מציאות פון די נעכטיגע נייע רעסטוראנט און פון די מעכטיגע מאסן דעמאנסטראציע ברחובה של עיר גדולה לאלקים
אבער באופן כללי, ווער זאגט אז די סיבה פארוואס די פלעצער ווערן פארוואנדלט אין א ארט פאר מגולחים איז נישט צו פארדאנקן די סארט מוחים-סיקריקים.
ווייל זיי זענען מוחה אויף די פלעצער, שפירן די מגולחים פאר וויכטיג אהין צו קומען און זיך אננעמן פאר די געשעפט, און אויטאמאטיש הוליעט מען און מפרעסט על אפם וחמתם פון די מוחים.
די פאקט ווייזט אז די מוחים קומען אן שרייען אפילו אין אזעלכע מקומות ווי די מגולחים דרייען זיך נישט. אחוץ אויב דו ווילסט מיר זאגן אז די אלע פרויען אין די קליידער געשעפטן ווי מאיז מוחה, זענען באמת מענער, נאר זיי האבן זיך אפגעשוירן די בערד.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:27 pm
דורך לעמיל
שלשלת
זייער גוט געזאגט
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:44 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:פון איין זייט שטייען ערליכע אידן, אלביאיט עטליכע פון זיי עקסטרעים. פון די אנדערע זייט זעה איך מגולחים וואס ווילן קייען סטעיק א גאנצן טאג און נאכט. ס'שווער נישט מיטצושטיין מיט די ערליכע
מ'דארף ארבעטן שווער צו זיין א נארמאלער מענטש.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 2:03 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 2:04 pm
דורך זר זהב
מ'האט זיי נישט פארטריבן, זיי זענען אליינס אוועק
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:17 pm
דורך boxcover
נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?
ניין
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:37 pm
דורך נפתלי
boxcover האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?
ניין
ביינאכט טאר מען נישט מאכן קיין נויז.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:55 am
דורך סאשי פיש
ער איז נישט שולדיג!!
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:01 am
דורך בן תמליון
זעט אויס טרעיוואן מארטין האט אפגעבראכן דעם הענטל פון זיינע ברילן.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:04 am
דורך משה געציל
א פארעלעל צווישן צימערמאן-צימערמאן; ביידע שפירן פאר וויכטיג צו פאטראלירן מינאראטעטן אינערהאלב א פארמאכטע גרופע...
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:14 am
דורך לאליפאפ
אפשר דארף מען מוחה זיין אויף דעם פארגויאישטן נאמען George
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:15 am
דורך DotCom
משה געציל האט געשריבן:א פארעלעל צווישן צימערמאן-צימערמאן; ביידע שפירן פאר וויכטיג צו פאטראלירן מינאראטעטן אינערהאלב א פארמאכטע גרופע...
ביידע וואלטן געהרגט וועם ס'לאזט זיך, ווען זיי קענען נאר.