בלאט 1 פון 1

עסיד ריפלאקס

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:11 pm
דורך משה געציל
אזויווי אסאך מענטשן ליידן אויף עסיד ריפלאקס, וגם אני בתוכם, וואס כידוע איז דאס גורם שטארקע אומאנגענעמנליכקייטן פאר דעם באטרעפענדן און זיינע ארומיגע. וואלט כדאי געווען אויסצושמועסן בדיבוק חברים וואס עס קען געטאן ווערן צו בארוהיגן די ריפלאקס.

אני כשלעצמי ווען איך כאפ א אטאקע נעם איך אפאר טאמס און אויב עס ווערט נישט בעסער נעם איך א זאנטעק. ווי אויך האב איך מיר געמאכט א שטיקל ליסטע פון פראדוקטען וואס זענען מיר גורם מאגן ברענערייען לדוגמא; מאראנצן זאפט וואס איז לא יפקד ולא יזכר... (נישט דער ניק, אים טרינק איך אויס אין איין אויגנבליק ווי א שיכור א גלעזעל ברוינפן צו א הונגעריגער מוצאי תענית!)

לאמיר הערן פון אייער ערפארונג וואס טוט איר צו פארמיידן די ריפלאקס, און איר בארוהיגן אויב עס האט אייך אנגעכאפט א אטאקע. איך גלויב אז דאס איז אזאך אויף וואס אסאך שטיבל שרייבער ליידן, איז פארוואס זאלט איר האלטן אייער עקספיריענס מיט אייך? זאלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון!