בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:18 pm
דורך זבולון
ארויפגעברענגט לכבוד דער יאהרצייט
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:24 pm
דורך געוואלדיג
אה, האסטו מיר דעמאנט זכרונות פון מיינע יארן אין ארץ הקודש, ווען איך האב געדאוונט מיט איהם אסאך שבתים מיט זיין וויזניצער ברעם און פלאם, און מיט נאטורליכע אהבה צו יעדן איד. און אויך געגעסן מיט איהם כמה פעמים.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:55 pm
דורך שמעון וואלף
כ'בין איינמאל געווען ביי אים אין שטוב אין צוגעקוקט ווי דער עולם עסט. ר' מנחם איז נאך דאן געווען אין שול אבער מ'האט שוין סערווירט פאר די געסט. כ'געדענק נישט וואס אבער עפעס האב איך מיך פארעקעלט און מער נישט אריינגעטרעטן דארט.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 3:02 pm
דורך שבת אחים
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'בין איינמאל געווען ביי אים אין שטוב אין צוגעקוקט ווי דער עולם עסט. ר' מנחם איז נאך דאן געווען אין שול אבער מ'האט שוין סערווירט פאר די געסט. כ'געדענק נישט וואס אבער עפעס האב איך מיך פארעקעלט און מער נישט אריינגעטרעטן דארט.
איך האב געגעסן ביי אים אפאר מאל,ער פלעגט דאווענען אין מאנסי וויזניצער שטיבל שבת צופרי, און ער פלעגט רופן אלע אמעריקאנע בחורים עסען צו אים, איינמאל שבת נאכמיטאג ביי די סעודה האט זיך א קאר פארבלאנדזשעט אויף רחוב יחזקאל לעבן זיין הויז, און אלע קנאים האבן זיך פארזאמלט און אפגעהאלטן די קאר פון פארן ווייטער שבת, דער יעניגער איז געווארן דערשראקן צום טויט ווי די אלע חיות האבן אים באפאלן, ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט צום סוף אז ער איז א פאלנער גוי א טוריסט און הערשט דעמאלסט האבן אים די ירושלימע זשאבעס בלית ברירה געלאזט גיין.
ער איז געוועהן א פיינע איד גראדע, אבער די עסען און די ענוויירמענט דארט האט געשטינקן אויף כח.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 3:25 pm
דורך על המחיה
א אינטערעסאנטע מעשה'לה
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 4:37 pm
דורך שבת אחים
און למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז סאיז טאקע געוועהן אליהו הנביא.
Re: ר' מנחם מאנדערער ז"ל
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 5:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געגעסען ביי איהם שבת מיטאג פרשת שמות תשס"ב. ער האט פארציילט אז ר' יודע'לע האט געפרעגט מענטשען נאכ'ן סאטמארער רב'ס שובבי"ם תורה וואס ער האט געזאגט. זיי האבען גע'ענטפערט אז ער האט גערעדט פון חטא הידוע. האט ר' יודע'לע געזאגט "נו, חטא הידוע. דער חטא שאין ידוע, דאס איז שוין א פעקעל!" וש"י
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 2:09 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געגעסען ביי איהם שבת מיטאג פרשת שמות תשס"ב. ער האט פארציילט אז ר' יודע'לע האט געפרעגט מענטשען נאכ'ן סאטמארער רב'ס שובבי"ם תורה וואס ער האט געזאגט. זיי האבען גע'ענטפערט אז ער האט גערעדט פון חטא הידוע. האט ר' יודע'לע געזאגט "נו, חטא הידוע. דער חטא שאין ידוע, דאס איז שוין א פעקעל!" וש"י
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
די ביסט געווען דער ליטווישער בחור אויף די רעכטע זייט וואס האט געפרעגט וואס מיינט חטא הידוע?
Re: ר' מנחם מאנדערער ז"ל
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 2:43 am
דורך ביליג
שיין באשריבן אין "די צייטונג" די וואך פרשת בחוקותי
זיין יארצייט איז אין די קומענדיגע פאר טעג
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 3:53 am
דורך berlbalaguleh
להערה בעלמא: נישט ח"ו צו פארטוישן מיט להב' אלף אלפי הבדלות...מאנדראוויץ... עפרא לפומיה...!
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 5:40 am
דורך על המחיה
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 5:42 am
דורך על המחיה
א שיין בילד ביים כותל