בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:05 pm
דורך הקטן
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט צו פלארייד וואסער איז קעטשי, אבער איך האב שנעל אוועקגעוואקט פון דעם אידל, ווייל למיחש מיהא בעי.
שמעקעדיג!
אבער איך ווייס נישט ווי איר האט געוואקט, ווייל ווי איר גייט קען דאס אייך טרעפן
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:31 pm
דורך אביגדור
א געפיהל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:28 pm
דורך בדחן
שמעקעדיג האט געשריבן:נעכטן זעה איך א פרומער אידל אין בעסמעדרעש, ער רעדט אויף אלע באקן אז ס'גייט א רויעך. איך גיי צו אויסהערן וואס ער פארקויפט, והנה, ער רעדט מיט התלהבות פון די קומענדיגע "הדר קבלוה" ביג עווענט, ער שרייעט אז מען מוז גיין, ס'איז א געוואלדיגע זאך, א.א.וו. ממש ס'רינט שפייעכץ פון זיין מויל, און דער עולם שטייט ארום און מען הערט אים אויס, טייל מיט א ערנסטקייט, אנדערע מיט א האלבן שמייכל..
ווען ער האט געענדיגט און אפגעאטעמט, האב איך גענומען די קוראזש, און כ'פרעג אים: זאג מיר באמת, וואס איז דער ציהל פון די אסיפה? קענסט מיר מסביר'ן?
וואס הייסט? - נעמט ער זיך געוואלדעווען מיט קולות - מען וועט די כלים עוקר מן השורש זיין, דו וועסט נאך זעהן, אונזערע אייניקלעך וועלן נאך אמאל לאכן פון זייערע זיידעס און נישט קענען משיג זיין אז זיי האבן געהאט אזא זאך ווי "טעקסט"! פונקט ווי אסאך פון אונזערע זיידעס האבן געהאט TV, אנדערע פלעגן קויפן טעגליך שמוציגע צייטונגען, און ב"ה די רבנים האבן דאס מבטל געווען אזש היינט-צו-טאגס א איד וואס טוט די אלע זאכן קוקט מען אן ווי נעבעך רח"ל, אט גענוי אזוי וועט אויסקוקן אין אפאר יאר ארום די אלע כלים!.... אודאי נעמט עס נישט איין וואך אדער איין חודש, די מערכה וועט געדויערן א 5-10 יאר, אבער צום סוף וועסטו זעהן ווי אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן נישט קענען גלייבן אז אן ערליכער איד האט געהאט אזעלכע געמיינע כלים...
איך ווייס נישט צו פלארייד וואסער איז קעטשי, אבער איך האב שנעל אוועקגעוואקט פון דעם אידל, ווייל למיחש מיהא בעי.
גוט גוט, ווען דער נישט דער נער איז מיינס וואלט איך אויך געלאכט,
אבער לאמיר זיך מתבונן זיין א מינוט, אמת אז די מערכה ארבייט נישט דערווייל אזוי ווי מען האט געוואלט. אבער מי פתי צו גלייבען אז און א פאר צענדליגער יאר ארום וועט בלייבען א שריד ופליט פון כלל ישראל און פאל אויב מען מאכט נישט עפעס? עפעס א גדר דארף לכולי עלמא געטיען ווערן, איך האב אלץ געטעראכט אז איינער דא וועט אויפקימען מיט א פאזעטיווע אדייע ווי אזוי צו צוימען די שעדליכקייט פון אינטערנעט, און ווי אזוי צו פירען א בעסערע מערכה.
איך רעדט נישט פון די מענטשן וואס באדערט פארוואס אינטערנעט איז 20 יאר שפעט און זיי וואלטן זיך געפרייט אלמלא אז זיי וואלטן שוין געקענט זיין קרבנות דערפון, איך רעדט פון מענטשן וואס ווילען יא האבן יודשע קינדער, אבער זיי בייזערן זיך כסדר - מעגליך מיט רעכט - אויף די מערכה, צו זיי האב איך פראגע; ווי איז דיין פלאן? האסט עפעס א פארשטענדליכע מהלך? אדרבה.. לאמיר הערן און מעגליך עס וועט עפעס ווערן דערפון.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:47 pm
דורך ריינער
אשר על כן, אז מען האט נישט קיין פלאן, גייט מען מיט'ן קאפ אין וואנט??? מ'פלאשט אראפ שווערע טויזענטערס צו מאכן אסיפות אין די וועלט אריין וואס העלפט ווי טויטע באנקעס.
פאר די פאריעריגע אסיפה האט מען געספענט איך ווייס נישט וויפיל געלד, אבער א מיליאן זיכער. לאמיר מאכן א ארגענעזיציע וואס האט משגיחים וואס קענען סיי ווען אראפקומען צו דיר אין אפיס און קוקן צו די האסט א גוטע פילטער (אזוי ווי כשרות משגיחים) און ווער ס'סיינט זיך ארויף ביי זיי באקומט 50-100 דאלער א חודש...
איך זאג דיר צו ביז איין וואך האסטו טויזענעטער סובסקרייבערס. (פלאס וועט עס באסטן די עקענאמי - מען וועט דארפן האבן צענדליגע משיחים) פון וועט די ארג. האבן געלד??? די זעלבע פלאץ פון ווי זיי האבן יעצט געלד, בכלל וועט זיכער זיין גרויסע נדבנים.
וואס זאגט עטץ?? איך בין משוגע?? אדער ... גוט משוגע???
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:00 pm
דורך שרייבער
די עצה איז צושטעלן גוטע פילטערס פאר צוגעגנגליכענע פרייזן, און ווי מיין טענה איז אלעמאל, ווער ס'וויל זינדיגן וועט זינדיגן אן א קאמפיוטער אויך, עריות איז נישט געבוירן געווארן ביי די קאמפיוטער עפאכע, די אינטערנעט איז נאר א אמצעי, און ס'איז דא אנדערע אמצעים אויך, אבער אטו ברשיעי עסקינן, ס'איז נפשן של אדם מחמדתן, מען זיצט ביים פתח של זונות א גאנצן טאג, און אז מען האט א ליידיגע מינוט קומט דער יצה"ר און זאגט אים, כאפ א בליק א מינוט, ומשם ואילך איז א געניץ ביזן שאול תחתית.
דערפאר אבער ווען א מענטש לייגט מתחלה א פילטער, ער שפארט אפ דעם פתח של זונות, אויב איז ער נישט קיין מזיד, איז עס א גוטע שמירה, דו דארפסט אבער זען נישט צו מאכן שוועריקייטן פאר דעם מענטש אז ער זאל בדוקא נישט וועלן לייגן קיין פילטער, ויסנדיג אז דער פילטער גייט אים נערווירן איבערן טאג.
איי וועסטו טענה'ן, מענטשן זינדיגן נאך אלץ, נו אלא מאי, פארדעם לעבסטו אין אזא מין וועלט ווי ס'איז דא א בחירה, און ווען ס'איז בידך אפצושטעלן דער ענין פון חטא וואלט שוין משיח לאנג געקומען, דיין אויפגאבע איז נישט איינצושפארן דעם מענטש און שטיין אים על המשמר ער זאל נישט זינדיגן, דיין אויפגאבע איז אין מעורר צו זיין.
ננקוט לדוגמא לשון הרע, מען איז עובר מיט דעם כמה וכמה עשין ולאוין דאורייתא, אפשר דארף מען גרינדן א ארגון "שמירת הלשון" וואס זאל אנהאקן יעדעם איינעם צום אפיס פונעם וועד וואס שטייט תחת פיקוח הרבנים, אז מען זאל קענען הערן יעדעס ווארט וואס דער מענטש רעדט, אז אויב חלילה ער ווערט נכשל אין לשון הרע וועט מען אים אפיר נעמען, וואס איז? אזוי פאני? די ווייסט וויפיל צרות ועקתין בישין לשון הרע ברענגט?
איז אויב דאס האלטסטו קען מען נישט טון, קען מען ביי אינטערנעט די זעלבע זאך אויך נישט טון.
אינטערנעט איז א פראבלעם, און מען דארף זיך קענען ספראווענען מיט די פראבלעם, און מען קען לעבן מיט די פראבלעם, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:48 pm
דורך לעיקוואד
מיין דרשה לכבוד דער הייליגער כינוס
viewtopic.php?p=112816#p112816
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:11 pm
דורך שמעקעדיג
די וואך אין "דער בלאט" עדיטאריעל:
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:14 pm
דורך עסן עסט'זיך
ביי די כיניס אין בארא פארק האט דע ווינער דיין ר' הערשיל האלפרין געזאגט אז ווער סעהאט אונטערנט זאל נישט ציגיין צום עמיד, העכסטנס זאל ער זאגען אז ער איז הייזעריג סאו אפשר געבב מיר זיך אלע א קאוד נאמען "די הייזעריגע"
אחינו בני ישראל ההייזעריגע?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:45 am
דורך געפילטע פיש
א נייע פירוש אויף "צורד היהודים".
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:22 am
דורך שעפטל
אין מאנסי איז די באונס געווען אויפן העכסטען פארנעם. די סאטמאר'ע מוסדות האט געסטראשעט ארויסצוווארפן די קינדער פון די טאטעס וואס נעמען נישט אנטייל
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:23 am
דורך אביגדור
מעז יצא מתוק.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:18 pm
דורך אויס מענטש
-
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:31 pm
דורך אביגדור
.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 6:38 pm
דורך הקטן
פארוואס איז אין ווילי קיין הדר קבלוהו נישט געווען?
טעראר/דיקטאטור אין מונטרעאל
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:26 pm
דורך קעסטעסער
דעס האט מען היינט אהיימגעשיקט אויף די פאסט צו אלע עלטערן. קיינער פארשטייט נישט, ווייל קיינער ביי אונז האט נישט קיין סעליולער טעלפוןס וואס איז קאנעקטעט. און קיינער האט נישט קאמפיוטערס אזוי ווי דער רבי האט געהייסן אפאר מאל.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
שוין ווייטער די שלעכטע באשעפעניש פון נשים דעתן קלות, זיי טארן בשום אופן נישט האבן קיין טעקסט מעסעדזשעס, משא"כ די אויסגעארבעטע אפגעהיטענע מענער, זיי מעגן יא...
ס'געפעלט מיר די נאמען "מעמד המשכת הדורות", איך פיר זיך צו מאכן דעם מעמד המשכת הדורות ביי מיר אינדערהיים, מער ווי איין מאל א יאר.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:59 pm
דורך שרייבער
הקטן האט געשריבן:פארוואס איז אין ווילי קיין הדר קבלוהו נישט געווען?
הדר קען נאר זיין ווען מען האט שוין איינמאל מקבל געווען...
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:31 pm
דורך גוגל
אלע עצות פון פילטערס וכדו' ווייס מיר דאך ווי מ'קומט אן דערמיט. פרוביר צו מאכן יודישקייט אינטערעסאנטער, מער קאלירפאל, זאכן וואס וועט אינטערעסירן מער דאס עולם.
פארוואס דרייען זיך קליינע בחורלעך מיט אינטערנעט פאנס? אז דו וועסט אים אפשר נישט דערלאנגען א פסק פון א דריי פערטל שעה פארן נישט עסן לאנטש מיט א היט, אדער כיתה ט' יונגלעך נישט אסרן צו שפילן באלל ווי עסן חזיר פלייש וכו. ביי ישיבה גדולה בחורים ויונגעלייט אפשר וועט דאס מער אויפטון.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:58 pm
דורך פסיכאלאג
ערעב גוגל לאמיר גיין גלייך צום פוינט די חינוך היינט איז נאכנישט געווען זינט די וועלט שטייט! ! וואס פינקטלעך פארלאנגסטו מעזאל געבן א גלעט פאר א טראבל מעיקער? גענוג א בראך אז פעטש איז געווארן ערגער ווי מאלעסטן! די ספעשיל העלפ וואס מען געט היינטפאר שוואכערע קינדער איז נאכנישט געווען זינט די וועלט שטייט!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 10:01 am
דורך גוגל
קודם כל מיין פוינט איז נישט געווען צו אונזער חינוך איז יא גוט אדער נישט. דאס איז קלאר אז ס'דא אסאך זאכן וואס מקען קאטן און אסאך זאכן וואס מקען זאגן אז אכשיר דרא. איך ווייס נישט וועלכע חלק פון די חינוך סגעפעלט דיר און וועלכע נישט. צו סזאל זיין טאטערינג אדער די טייטש ווערטער וואס מען איז בעסער מסביר פאר די תשב"ר היינט צוטאגס. אבער דאס איז קלאר און הכל מודים אז ס'דא גענוג זאכן וואס מקען בעסער מאכן און פרובירן צו מאכן יודישקייט אינטערעסאנטער. למעשה איז דאס מסתמא דער איינציגסטער וועג צו דראסטיש רעדוצירן די אינטערנעט פראבלעם אז דער עולם וועט מער ציען אויף דער זייט ווי ענדערשער מזאל נאך דער כינוס לייגן טויזענטער פילטערס און צוויי חדשים שפעטער עס אראפנעמען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 11:34 pm
דורך berlbalaguleh
ריינער האט געשריבן:אשר על כן, אז מען האט נישט קיין פלאן, גייט מען מיט'ן קאפ אין וואנט??? מ'פלאשט אראפ שווערע טויזענטערס צו מאכן אסיפות אין די וועלט אריין וואס העלפט ווי טויטע באנקעס.
פאר די פאריעריגע אסיפה האט מען געספענט איך ווייס נישט וויפיל געלד, אבער א מיליאן זיכער. לאמיר מאכן א ארגענעזיציע וואס האט משגיחים וואס קענען סיי ווען אראפקומען צו דיר אין אפיס און קוקן צו די האסט א גוטע פילטער (אזוי ווי כשרות משגיחים) און ווער ס'סיינט זיך ארויף ביי זיי באקומט 50-100 דאלער א חודש...
איך זאג דיר צו ביז איין וואך האסטו טויזענעטער סובסקרייבערס. (פלאס וועט עס באסטן די עקענאמי - מען וועט דארפן האבן צענדליגע משיחים) פון וועט די ארג. האבן געלד??? די זעלבע פלאץ פון ווי זיי האבן יעצט געלד, בכלל וועט זיכער זיין גרויסע נדבנים.
וואס זאגט עטץ?? איך בין משוגע?? אדער ... גוט משוגע???
די צווייטע און דריטע אפשאנ'ס. חלמא טבא חזיתא חלמא טבא חזיתא....