בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:07 am
דורך berlbalaguleh
דעת תורה האט געשריבן:בדחן, עפן אפאר היסטאריע ביכער, וועסטו זען וואס איז אמאל פארגעגאנגען.

ווי למשל תנ"ך.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:29 am
דורך בדחן
לאמיר זיך נאך איינמאל פראבירען מסביר צו זיין.
אמאל איז מען געווען מער צושפרייט, עס זענענן געווען מער שותומ״צ ווי היינט, דערפאר אפילו אויב גאנצע שטעט און דערפער אידן זענענן רח״ל געגאנגענן א גאנג און זענענן געווארען אפגעפארען, איז נאך אלץ געווען ערגעץ אויפן כדור העולם גרעסערע שטעט פון ווי אידשיקייט זאל אויפבליען און וואקסן, משא״כ היינט צוטאגס ווען כלל ישראל איז צענטריט און פיר פינף מקומות זאל השי״ת בעסער פריער שיקען משיח אויב ער וויל האבן צו וועם.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:48 am
דורך אביגדור
עירובין ס"ה.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:10 am
דורך יואב
@מאטי קנאקעדיג As always :like.

@בדחן, שלא מן הענין, וואנדערט איר אריין צו דארמעטאריס מיט טעקסט מעסעדשעס. קוקט אויס איר האט נישט פארשטאנען איבער וואס מאטי רעדט. י"ב שבטי קה מיט צושלאכעטע העמעדער אנג'חזר'ט ווי א מאפע, אפענע הויזן זיפערס וואו ציצית הענגט ארויס באקוועם, און ברוין פארשמירטע פענימער,אזש קיינער האט א ספק אז זיי פאסטן. טאנצן זיי א צעווילדעוועטן קעדאטשקע אינצווישן וואס זי דארף עפענען מיט איין האנט דעם שבת שלאס, וואכן שלאס, שליסל שלאס, נומער שלאס, ריגל שלאס, הענטל שלאס, קייטעלע שלאס. און מיטן אנדערע האנט דארף זי ווארענען, גלעטן, פראסקענען, און האלטן צאללאזע געשוואלענע בעגס. און ווי פון הכנות ברעטל ארויס, קומט א יונגערמאן מיט אן אפגעגאלטן הוט אראפגעדריקט ביזן נאז, איין הענטלדיגע פארקלעבטע פארשטויבטע ברילן, און היפט טרעפ ווייל ער יאגט זיך צו כאפן שחרית נאך פאר מנחה גדולה. נישט נאר וואס ער וועט לאזן דעם פרוי אומבאהאלפן, וועט זיך דער פרוי זאגאר דארפן ריקן אין א זייט, און אז נישט וועט ער נאעווען און פיסקעווען.

@שמעקעדיג, איך ווייס נישט צו איר זענט געוועזן סארקאסטיש מיט דעם לעילו נשמת, אבער איך וועל בתמימות נעמען די שאנס אז דו האסט איר עס טאקע געזאגט.
איך זיך שוין לאנג דעם אינגערמאן וואס געט היטשעס פאר בחורים צו האבן א חלק אין זייערע לערנען, און יעצט דו וואס איז זיך מרחם אויף אן אומבאהאלפענעם פרוי אינמיטן א שלאקס רעגן, און שפירט זיך אומבאקוועם איר ארויסצולאזן אן זיכער מאכן אז דאס איז געוועזן א מיטל צו ערהייבן א געוויסע נשמה.
אנטשולדיגט מיר זייער, כ'האב קיין אהנונג פון וואו דער משוגעת צו טוהן מצוות נישט פשוט און גראב צו העלפן א צווייטן, נאר מיט באדינונגען און זכותים קומט.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:53 am
דורך מאטי
יואב די לויפט נישט אויס פון מליצה׳לעך ממש ווי דער פאפא מעין מקוה, ווי קאנסטרוקציע אויפן בי קיו אי , ווי דאנאלט טראמפ צו משגעת.
ווי יואב צו מליצה׳לעך :like :like

אגב בדחן האט מודה געווען אינעם עזוב תעזוב אפילו אריבער די מחיצה, סך הכל האט ער דיסאגריד צום מהלך וואס האט לויט אים אויסגעקוקט ווי מ׳וויל דא אראפרייסן די חומת המפסקת בין זיכרא לנוקבא און צוגעברענגט די דארמעטאריס אלס א ראיה ווי ס׳קוקט אויס אן חומת. בדחן א יא?

אויך קענסטו נישט פארלאנגען פון א קרית יואלער יונגערמאן ביים ארויסוהעלפן א פרוי צום ערשטען מאהל דאס צו טון בלויז לשמה אזוי ווי א יאנג איזראעל איד וואלט דאס געטון you got to give him some time for that

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:03 am
דורך שמעקעדיג
יואב האט געשריבן:
@שמעקעדיג, איך ווייס נישט צו איר זענט געוועזן סארקאסטיש מיט דעם לעילו נשמת, אבער איך וועל בתמימות נעמען די שאנס אז דו האסט איר עס טאקע געזאגט.
איך זיך שוין לאנג דעם אינגערמאן וואס געט היטשעס פאר בחורים צו האבן א חלק אין זייערע לערנען, און יעצט דו וואס איז זיך מרחם אויף אן אומבאהאלפענעם פרוי אינמיטן א שלאקס רעגן, און שפירט זיך אומבאקוועם איר ארויסצולאזן אן זיכער מאכן אז דאס איז געוועזן א מיטל צו ערהייבן א געוויסע נשמה.
אנטשולדיגט מיר זייער, כ'האב קיין אהנונג פון וואו דער משוגעת צו טוהן מצוות נישט פשוט און גראב צו העלפן א צווייטן, נאר מיט באדינונגען און זכותים קומט.

איך פארשטיי Nישט גענוי Vאס דו Zאגסט.
יעדע מצוה קען מען טון לעילוי נשמת. נישט אזוי?
אויב דער לעילוי נשמת שטערט דיר, נעם ארויס די שורה פון די מעשה'לע. עס איז נאר געווען א טפל און איז נישט נוגע צו דעם נושא וואס מ'שמועסט דא.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:01 pm
דורך קינות גירושין
איך האב זיך שוין לאנג געווינדערט וואס איז דאס ״לעילו נשמת״, סקען זיין אז סדארף א אשכול פאר זיך

וויפיל איך האב גלערנט ווייסך איך אז די רגע וואס די נשמה גייט ארויס פון א מענטש איז פאניטא מקען שוין גארנישט אויפטאן-זהו, דא קומט מען מיט א נייע המצאה, אז אויב דיינער א אייניקעל אדער ווער אימער געט א פרוטה פאר צדקה איז אטאמעטיקלי גייט דיין נשמה ארויף צו א העכער פלאץ און סווערט נענטער צו גאט, ווי איז דער מקור דערפון? ווערט עס דערמאנט אין גמרא,שו״ע, און בכלל וואס איז דער שכל דערפון דער מענטש-נשמה טוט גארנישט און פלוצלינג בומפס באקומסט שכר ווייל איינער אויף דער וועלט האט געטון עפעס גוטס, ועוד קשה לי, וויפיל נשמות גייען העכער מיט איין מעשה, למשל קען איך ביים לערנען משניות אדער צדקה אינזין האבען 50 נעמען און אלע גייען דערפאר עפעס באקומען? וועט יעדער באקומען שכר מלא אדער סגייט פערפארשענעל, יעדער א חלק ? 
די זעלבע איז אויך מיט די לעכט מעשה, 
איך מיין אז די ערשטע ענין איז עפעס יא אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל משא״כ די לעכט איז נישט אזוי אנגענומען אין די ליטווישע חדר

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:18 pm
דורך שמעקעדיג
ס'איז א קלארע חז"ל, ברא מזכה אבא. גענוג מעשיות ווייסן מיר פון גדולי ישראל דערוועגן.
דאס איז דאך דער גאנצער ענין פון לערנען משניות מיט די אלע תפלות נאכדעם פאר א נפטר/ת, און דער ענין פון קדיש זאגן.
שווער צו פארשטיין, אבער דאס איז א חסד ה' אז מען קען דאס טון. מען קען מזכה זיין א נפטר מיט מצוות ומעש"ט.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:29 pm
דורך קינות גירושין
איך בין מסכם צו וואס אימער, איך וויל אבער לעבען אין א קלארקייט איך האב פיינט צומישעניש, איך פארשטיי אז א מענטש אליין קען נישט טון לאחר מיתה, איז עס אבער קלאר הכל מודים אז א צווייטער קען יא? דעמאלס איז מיר אסאך רואיגער...
סאיז מיר נאכנישט קלאר צו נאר א קינד קען טון, צו א פרעמדער אויך?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:31 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס איז די גאנצע שמועס דא. מ'דארף דאך סייוויסיי טוהן וואס מ'דארף.
יא לע"נ, נישט לע"נ, וואסי חילוק?
אויב ס'איז אן עילוי נשמת פב"פ, געשעהט דאס אפילו אן כוונה (נישט מסתבר אז מיין כוונה שפילט א ראלע)
אויב נישט, איז אוודאי דיין כוונה ווערט-לאז.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז א לענגערע שמועס. ליכט איז ווארשיינליך גלאט א טעות און זי שטאמט אביסל פון נר למאור אין בית מדרש צו קענען לערנען לאור הנר, און אביסל פון די מיסטישע אייראפע בעפאר די בירנע עפאכע, וואס האט געטראגן א מיסטישע ווירדע.
דאס איז זיכער אז אסאך פון די לעילוי נשמת און די זיידעס קוקן אראפ פון עולם העליון וכו', שטאמט פון די חדר פון פינקי, אן אריגינאל!

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:00 pm
דורך קינות גירושין
קאווע דאס איז דאך א חלק פון מיין שאלה, ועוד את״ל אז סארבעט נאר מיט כוונה אזוי ווי מזעהט ביי אנדער מצוות, איז די שאלה ווערט מיט דעם פארמינערט א חלק פון מיין שכר, אדער סאיז בבחינות Buy 1 and get 2 ?
ווען איך האב נאר אנגעהויבען רעדן דערפון אין בהמ״ד איז געבליבען אז סאיז העכערע זאכען וואס אונז פארשטייען נישט, אבער איך טריי עס נישט אוועק צומאכען, איך וויל אבער פשט וויסען די גיידליינס וואס העלפט פאר וועמען אין וויפיל העלפט עס, מוז מען פארדעם אלט זיין 40 צו פארשטיין (בערך די עדזש וואס אונזערע אידען פארלירען די אפעטיט צו לערנען פרישס און זענעןשוין האלב רעדי צו שטארבען)? אדער אינגעלייטלעך מעגן אויך וועלן פארשטיין עז לאנג עס מרעדט מיט רעספעקט ? (איך ציטער פשוט פון הרב בדחן)?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:22 pm
דורך בדחן
קינות גירושין האט געשריבן: אבער איך טריי עס נישט אוועק צומאכען, איך וויל אבער פשט וויסען די גיידליינס וואס העלפט פאר וועמען אין וויפיל העלפט עס, מוז מען פארדעם אלט זיין 40 צו פארשטיין (בערך די עדזש וואס אונזערע אידען פארלירען די אפעטיט צו לערנען פרישס און זענעןשוין האלב רעדי צו שטארבען)? אדער אינגעלייטלעך מעגן אויך וועלן פארשטיין עז לאנג עס מרעדט מיט רעספעקט ? (איך ציטער פשוט פון הרב בדחן)


@ קינות, נישט וויסען א ענין איז נישט פון די דריי הארבע עבירות אויך נישט פון די שבע מצוות בני נח, דע ענין פון ליכט ווערט נאך דערמאנט אין די הלכה, לפי זכרוני אויך אין די גמרא,

__

און אנדערע אשכולות שרייבסטע מיט א זעלטענע פלאכן מוח בדרך זולזל קעגן אדמו"ר רבינו הקדוש מסאטמער זצ"ל, כאילו ער איז געאנגענן אין איין חדר מיט דיר, אדער ער זאל האבן א שייכות מיט דיינע פראבלעמן, אדער כאילו די האסט א מושג משיג צו זיין מוח און די פארשטייסט אז די האסט די רעכט צו רעדן בדרך זולזל קעגן א גדול,

עס איז מיין מיינוג אז רעדן קעגן סיי וועלכע גדול שלא בדרך כבוד איז א סימפטאן פון איינע פון די פאלגענדע צוויי פראבלעמן, 1} נישט צי קליג און מען איז נישט משיג ערך עצמו, אדער 2} זייער שוואך אין יודשקייט און מען איז גרייט צו שרייבען שטותים אבי אז מען האט אויסגעפירט און געשריבען קעגן א גדול,

און ווי איך האב דא געשריבען לדעתי האט יעדער א רעכט צו זיין מיינוג, די האסט א רעכט צו רעדן קעגן גדולים וצדיקים, און איך האב א רעכט אנצוריפען די מחלה ביים נאמען, דערפאר האב איר דארט געשריבען מיין מיינוג, סליחה.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:31 pm
דורך קאווע טרינקער
בדחן האט געשריבן:כאילו די האסט א מושג משיג צו זיין מוח

עס איז מיין מיינוג אז רעדן קעגן א גדול שלא בדרך כבוד איז א סימפטאן פון איינע פון די פאלגענדע צוויי פראבלעמן, 1} נישט צי קליג און מען איז נישט משיג ערך עצמו, אדער 2} זייער שוואך אין יודשקייט און מען איז גרייט צו שרייבען שטותים אבי אז מען האט אויסגעפירט און געשריבען קעגן א גדול,

אויסער גאט אליינס, יתברך שמו, קען מען - אפשר נישט יעדער, אבער קלוגע מענטשען - משיג זיין א צווייטענסט מוח. בפרט אז ער האט איבערגעלאזט זיין תורה בכתב ובעל פה, און תלמידים הגונים, איז דא אויף צו בויען.

עס איז מיין מיינונג, אז נישט צו קענען פארדייען נייעס אויף אייגען פאראויס אפגעמאכטע פאקטן איז איינע פון די פאלגענדע צוויי פראבלעמען 1) נישט צו קליג און מען איז נישט משיג ערך עצמו, אדער 2) זייער פאלטש אין יודשקייט, און מען איז גרייט צו גלייבן אין שטותים אבי מ'קען האקן אויף א צווייטען.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:46 pm
דורך בדחן
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויסער גאט אליינס, יתברך שמו, קען מען - אפשר נישט יעדער, אבער קלוגע מענטשען - משיג זיין א צווייטענסט מוח. בפרט אז ער האט איבערגעלאזט זיין תורה בכתב ובעל פה, און תלמידים הגונים, איז דא אויף צו בויען.


מען קען נישט, עס איז נישט מעגליך אז מיר אונזערע היינטיגע איי פאון דור זאלן פארשטיין און משיג זיין א מוח פון א דור פריער, און צוויי דורות צוריק האבן נישט משיג געווען וואס דורות פריער האבן פארשטאנען,

בכלל, צו זאגען אז מען קען אלעס פארשטיין איז טייטש אז די קענסט משיג זיין צי א א ראשון אדער גאר א תנא.. עס איז נאון סענס צו טראכטען אזוי.

לאמיר זיך פראבירען בעסער מסביר זיין מיט א שאלה: פארוואס קען נישט דער חת"ס זיך קריגען מיט א ראשון? פארוואס זענענן אלע הלכות ביי כלל ישראל ביז היינט צוטאגס געבויעט אויף די וואס זענענן געווען פריער, און יעדער פראבירט אויף זיין דרך מסביר צו זיין ווי אזוי ער פארשטייט וואס דער פריערדיגער האט געשריבען??

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:49 pm
דורך געפילטע פיש
בדחן האט געשריבן:עס איז מיין מיינוג אז רעדן קעגן סיי וועלכע גדול שלא בדרך כבוד איז א סימפטאן פון איינע פון די פאלגענדע צוויי פראבלעמן,
1} נישט צי קליג און מען איז נישט משיג ערך עצמו, אדער
2} זייער שוואך אין יודשקייט און מען איז גרייט צו שרייבען שטותים אבי אז מען האט אויסגעפירט און געשריבען קעגן א גדול.

איך מעג צולייגן נפיחה משלי? איך האב נאך צוויי אפציעס
3} מיר האבן מקובל פון אונזער עלטערן און רבנים אז מ'קען רעדן אויף אנדערע רבנים.
4} ווער ס'איז ביי אייך א "גדול" איז נישט מוכרח אז ער איז ביי מיר אויך א "גדול".

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:56 pm
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:ווער ס'איז ביי אייך א "גדול" איז נישט מוכרח אז ער איז ביי מיר אויך א "גדול".


יא, דאס איז א מהלך וואס טייל שרייבער דא האבן אנגענימען און איך האב עס דא בעסער מסביר געווען, און עס איז זיכער אז קיינער רעדט נישט אויף קיין גדול מען מאכט אים קודם אויס גדול דערנאך רעדט מען אויף אים.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:04 pm
דורך אביגדור
שו"ת פאר הדור.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
קוק די הערליכע הקדמה פון בן איש חי צו זיין שו"ת רב פעלים א גאנצע מעכטיגע הקדמה צו אויפווייזן אז פריערדיגע קענען זיך טועה זיין, ער האקט שטיקער. ער האט זיך געקענט ערלויבן אין באגדאד זענען נישט געווען קיין בדחנים.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:20 pm
דורך קינות גירושין
בדחן טייערע, דא איז נישט ראדני אדער 13 הופער ווי מדארף יעדע מאל וויינען ווען מען דערמאנט סאטמערע רביס נאמען, דא דרייען זיך אינגעלייט וואס ווילען רעדן רעספעקטפול צעווישען זיך אן זיין ביזי יעדע מאל צו באטוטלען יעדע ערליכע איד וואס ווערט דערמאנט,
און אז די קענסט נישט רעדן מיט רעספעקט צו אונזערע חברים, איז גלייך אז די זאלסט ריקאנסידערען אויב דא איז דיין פלאץ
איך בין נישט מזלזל און קיין שום ערליכע יוד, נאר איך האב ליב צו רעדן פון דעות אן ווערן עקסיידעד פון טיטלן וואס מענטשען ווילען ארויף פאקען אויף עם.
ועוד ברענג מיר נישט אריין וואס איך שרייב אין אנדערע אשכולות קענסט דארט מיגב זיין אז די ווילסט .
איך קען זעהן אז ביי דיר און הארץ לאכסטו, און יבוא יומו די וועסט שרייען קאלווואר, ווי האט עטץ נישט געכאפט אז מיין נאמען בדחן איז פשוטו כמשמעו, און איך בין נאר דא ענק אונטער צוהייצען אז מזאל דורך מיינע רייצענישען ווערן ווילדער און שנעלער קומען צום תכלית הנרצה פון דעם שטיבעל.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:41 pm
דורך דעת תורה
קופערניקוס, אויב געדענק איך גוט רעדט ער לאו דוקא פון די נושא, ער ברענגט בעיקר ארויס אז די גדולים וואס זענען געווען שארף און מבקרים (בתוכם רעכנט ער טאקע אויס דער מהרש"ל) זענען ווייניגער אנגענומען געווארן ביי כלל ישראל ווי די אנדערע, און בנוסף לזה זענען זיי אליין נישט ניצול געווארן פון קיין טעותים טאקע בעת'ן משיג זיין (אויף פריערדיגע...) אז זיי האבן זיך טועה געווען.

דו ווילסט מכחיש זיין שמש בצהריים? יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז א אמורא קען נישט קריגן אויף א תנא, א תנא פון די לעצטערע דורות קען נישט קריגן אויף די ערשטע תנאים, וכן באמוראים אחרונים כמה פעמים מותבינן תיובתא מאמוראים ראשונים ולא מתרצין גברא אגברא קרמית, דער מהרש"ל טאקע קריגט קיינמאל נישט אויף קיין ראשונים,נאר אויף עטוואס פריערדיגע ווי זיין דור. לא אכחיש אז דער ענין איז א פארצווייגטער, והדעות והכללים בזה רבו כמו רבו, דאך איז אוודאי דא דער קאנצעפט אז די פריערדיגע קענען נישט קריגן אויף קיין שפעטערדיגע.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:42 pm
דורך בדחן
קינות, וויט אל די ריספעקט טו יו, אבער די ריספעקט צו דיר שטייט היבש ווייניגער ווי עווריטש עמך איד האט צו די רבי'ס און צו די גדולים, א מענטש מיט רעספעקט ארקענט ווער עס איז העכער פון אים, ווער עס האט מער אקמפלישט פון אים, א דור פריער, מער פארשטאנד, דאס איז אלעס זאכען צו וואס מען האט ריספעקט, און דאס שטייט העכער ווי פון איין ניק צו א צווייטען, בתקווה לבנה, אבער ווילסט איבער פרעגען טו עס אין אישי.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:44 pm
דורך בדחן
דעת תורה האט געשריבן: דו ווילסט מכחיש זיין שמש בצהריים? יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז א אמורא קען נישט קריגן אויף א תנא, א תנא פון די לעצטערע דורות קען נישט קריגן אויף די ערשטע תנאים, וכן באמוראים אחרונים כמה פעמים מותבינן תיובתא מאמוראים ראשונים ולא מתרצין גברא אגברא קרמית, דער מהרש"ל טאקע קריגט קיינמאל נישט אויף קיין ראשונים,נאר אויף עטוואס פריערדיגע ווי זיין דור. לא אכחיש אז דער ענין איז א פארצווייגטער, והדעות והכללים בזה רבו כמו רבו, דאך איז אוודאי דא דער קאנצעפט אז די פריערדיגע קענען נישט קריגן אויף קיין שפעטערדיגע.


גוט ארויסגעברענט, און עס איז א מאדענע אז מען דארף עס אפילו מסביר זיין,