שפארזאם אדער קארג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הוגה האט געשריבן:זי האלט אז איך בין נישט קיין קארגער, נאר זי האלט נאך אלץ אז איך זאל מיך טוישן. זי טענה'ט אז ווען מען לעבט בהרחבה קומט אריין די שפע בהרחבה, און אז מען לעבט בקמצנות קומט די שפע אויך בקמצנות.

איז זי גערעכט??


מיין מוטער זז"ג פלעגט דאס אויך טענה'ן. איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז א בלענק טשעק צו טון וואס מען וויל, און איינקויפן א האלבן גראסערי "לכבוד שבת" שטייצעך, בלויז ווייל איך ערווארט די השפעה. עשה שבתך חול, זאגן אונז חז"ל. האבן זיי נישט געוואוסט פון די "לכבוד שב"ק" טריק? ווייניג ערמה'ס האבן זיי אונז אויסגעלערנט? האבן זיי נישט געוואוסט אז אויב מען ספענדט בשפע קומט די השפעות אויך בהרחבה?...

לוה רשע ולא ישלם איז אן עבירה סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו. גיט אכטונג!

----
אגב, די אויבנדערמאנטע שמועס דערמאנט מיר אן עפיזאד וואס איך האב אמאל געהערט. אפשר איז עס שוין אפילו געשטאנען דא ערגעץ:

ראובן: שמעון, איך זעה דו רייכערסט?
שמעון: יא, פארוואס?
ראובן: געזונטהייט אין דער זייט, דו ווייסט וויפיל געלט דו פארברענסט יעדן טאג? ממש א שאד!
שמעון: ממש אזוי?
ראובן: אדרבה, לאמיר מאכן א חשבון, דו ספענדסט א טאג לכה"פ 15 דאלער אויף א פעקל ציגארעטלעך, בערך 300 טעג א יאר איז $4,500! ביז 10 יאר האסטו קרוב צו 50 אלפים!
שמעון: טאקע, פשיהא, א שיינעם חשבון!
ראובן: און נאך 20 יאר, קרוב צו 100 אלפים! דו וואלסט געקענט האבן א דאון-פעימענט פאר דעם בנין דא פארנט פון אונז!
שמעון: טאקע אומגלויבליך. זאג נאר, און דו רייכערסט נישט?
ראובן: ניין, בכלל נישט!
שמעון: אויב אזוי, וואו איז דיין דאון פעימענט????....

די לעססאן איז, אויב שפארסטו און דו לייגסט עס אוועק כדי נישט צו דארפן אנקומען צו א טיי אווענט בעפאר דיין קינדס חתונה, אשרי חלקך. אבער סתם שפארן איין זאך און ספענדן ערגעץ אנדערש און צום סוף גארנישט אויפטון לוינט זיך נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

Accountant האט געשריבן:אלע סטאדיס וואס זענען דורכגעפירט געווארן (עט ליעסט די וואס איך בין באקאנט מיט) ווייזן אז עירקאנדישן ציט מער געז. זעה למשל דא.


גראדע זעה איך נישט דארט אז עס זאל זיין א ערנסטער דיפערענץ. אין ענדע פון די סטאדי, פירן זייי אויס ווי פאלגענד:
Penalty of A/C ON at higher ambient as compared to Windows down is not significantly different for SUV or Sedan [5-10%]

עכ"פ אפילו אזוי לוינט נישט צו ליידן פון די היץ, נאר ענדערש אנצינדן דעם עירקאנדישאן אין די קאר בשעת ס'איז הייס.
וירח ה' את ריח הניחוח
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

הוגה האט געשריבן:
Accountant האט געשריבן:פון דעם אלעם וואס די האסט אויסגערעכנעט, וויפעל געלט שפארסטו דיך א יאר? כ'מיין אז פינף הונדערט דאלער איז אסאך געזאגט (כ'רעכן נישט אריין דעם אתרוג, ס'איז דאך א שיטה... ס'האט נישט צו טאן מיט קארגשאפט/שפארזאמקייט...). די שאלה איז צו ס'לוינט זיך דיר דאס מיטמאכעניש פאר די פאר טאלער. אויב האסטו נישט דאס געלט דעמאלטס לוינט זיך עס אודאי, אויב אבער די האסט יא דאס געלט, דעמאלטס זאלסטו פטור ווערן דערפון.


אלץ אקאונטענט וואלסטו געדארפט מאכן די חשבון אז אויב איך פיר מיך אזוי פאר פופציג יאר, פון די צוואנציג ביז די זיבעציג, און איך לייג אריין די 500 דאלער אין אן אינוועסטמענט מיט אן אכט פראצענט ריטורן ברענגט עס מיר 400 טויזנט דאלער. נישט שלעכט, הא? :shock:

לגבי וואס דו ביזט מחלק צווישן איינער וואס פארדינט פערציג טויזנט, און א גרויסע עושר. האסט אויסגעלאזט א ברייטע פעלד אינדערמיט! וואס טוט זיך מיט איינער וואס פארדינט צווישן הונדערט פופציג און צוויי פופציג? ער איז נישט ארים, אבער קיין עקסטרע געלט צו פארשווענדן האט ער דאך אויך נישט?


ווי האסטו דיך איינגעשאפט דעם איבעריגען מאה אלף? אן אינוועסטמענט פון פינף הונדערט דאלער א יאר פאר פופציג יאר מיט א ריבית פון אכט פראצענט וועט נאך פופציג יאר ווערט זיין 286,885.08

בייגעלייגט איז דער פארמילע

אמת, פרוטה ופרוטה מצרפת. אבער א מענטש דארף אויך לעבן. א מענטש קען נישט האבן קיין מנוחת הנפש אויב ער איז פארנומען מיטן שפארן יעדען פעני. ווען ס'איז ליכא האט מען נישט קיין ברירה, אבער בדאיכא גייט עס אריין אין כלל פון ממונם חביב עליהם יותר מגופם.


כ'האב גערעדט פונעם עושר אדיר מיטן עני ואביון מגוזלו כדי ארויסצוברענגען דעם נקודה. וואס פאר איינעם איז א צורך איז פארן צווייטען א משוגעת. יעדער לפום דרגא דלי'. קענסט אליינס באשלוסן אויב איינער וואס מאכט הונדערט טויזענט דאלער א יאר זאל זיך פרייען כמוצא שלל רב מיט א פאטעיטא טשיפ.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
פארשפארט