נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:17 am
הוגה האט געשריבן:זי האלט אז איך בין נישט קיין קארגער, נאר זי האלט נאך אלץ אז איך זאל מיך טוישן. זי טענה'ט אז ווען מען לעבט בהרחבה קומט אריין די שפע בהרחבה, און אז מען לעבט בקמצנות קומט די שפע אויך בקמצנות.
איז זי גערעכט??
מיין מוטער זז"ג פלעגט דאס אויך טענה'ן. איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז א בלענק טשעק צו טון וואס מען וויל, און איינקויפן א האלבן גראסערי "לכבוד שבת" שטייצעך, בלויז ווייל איך ערווארט די השפעה. עשה שבתך חול, זאגן אונז חז"ל. האבן זיי נישט געוואוסט פון די "לכבוד שב"ק" טריק? ווייניג ערמה'ס האבן זיי אונז אויסגעלערנט? האבן זיי נישט געוואוסט אז אויב מען ספענדט בשפע קומט די השפעות אויך בהרחבה?...
לוה רשע ולא ישלם איז אן עבירה סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו. גיט אכטונג!
----
אגב, די אויבנדערמאנטע שמועס דערמאנט מיר אן עפיזאד וואס איך האב אמאל געהערט. אפשר איז עס שוין אפילו געשטאנען דא ערגעץ:
ראובן: שמעון, איך זעה דו רייכערסט?
שמעון: יא, פארוואס?
ראובן: געזונטהייט אין דער זייט, דו ווייסט וויפיל געלט דו פארברענסט יעדן טאג? ממש א שאד!
שמעון: ממש אזוי?
ראובן: אדרבה, לאמיר מאכן א חשבון, דו ספענדסט א טאג לכה"פ 15 דאלער אויף א פעקל ציגארעטלעך, בערך 300 טעג א יאר איז $4,500! ביז 10 יאר האסטו קרוב צו 50 אלפים!
שמעון: טאקע, פשיהא, א שיינעם חשבון!
ראובן: און נאך 20 יאר, קרוב צו 100 אלפים! דו וואלסט געקענט האבן א דאון-פעימענט פאר דעם בנין דא פארנט פון אונז!
שמעון: טאקע אומגלויבליך. זאג נאר, און דו רייכערסט נישט?
ראובן: ניין, בכלל נישט!
שמעון: אויב אזוי, וואו איז דיין דאון פעימענט????....
די לעססאן איז, אויב שפארסטו און דו לייגסט עס אוועק כדי נישט צו דארפן אנקומען צו א טיי אווענט בעפאר דיין קינדס חתונה, אשרי חלקך. אבער סתם שפארן איין זאך און ספענדן ערגעץ אנדערש און צום סוף גארנישט אויפטון לוינט זיך נישט.