בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:57 am
דורך בן תמליון
דעת תורה האט געשריבן:אגב, איינער וואס האט א כלי המכונה אינטערנעט לויט הגר"ח, איז נישטא קיין מצוה להחיותו.
דערמאנסט מיר פון דעם נגיד אין בארא פארק וואס האט שוין נישט געהאט קיין כוח צו די משולחים וואס קלאפן ביים טיר, האט ער אויפגעהאנגען א צעטיל: על פי פסק הרב וואזנער טאר מען אין דעם שטוב נישט אריינגיין.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:37 pm
דורך שלשלת
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דאס איז א בטלנות, אדער חוסר-ברירה, מצד דעם גאנציאריגן געשעפטסמאן ... זאל ער אויך ריעלייזן אז פאר פסח וועט דער קאסטומער גיין צו דארטן וואו עס איז ביליגער; אדער מאך דו אוך ביליגער...
נישט גערעכט! א געהעריגע גראסערי קען זיך אזאנס נישט ערלויבן.
דער געשפעטסמאן קען זיך נישט ערלויבן צו פארקויפן פאר האלסעיל פרייזן. איינס ווייל דאס איז זיין פרנסה, און ווען דען דארף ער פרנסה אויב נישט ערב פסח ווען די הוצאות ביי יעדעם איז גאר גרויס.
צווייטענס, דער גראסערי דארף געהעריג באצאלן געלט פאר זיין סטאר, פאר א געדינגענע טרעליער לכבוד פסח, די חודש'ליכע בילס פון זיין גראסערי, די וועכנטליכע געהאלט פון די ארבייטערס - פון דעם על פי רוב עטליכע היימישע אינגעלייט וואס ערווארטן לכבוד פסח צו באקומעון א באנוס פונעם בעל הבית.
מה שאין כן די כולל אינגערמאן/עסקן/אינוועסטאר וואס מאכט א פסח יריד לזכות את הרבים, האט נישט א העלפט פון די אלע הוצאות. מ'קומט קויפן ביי איהם, אפילו די אויספארקויף קומט פאר אין א טונקעלע פארשמוצטע ווערהאוז. בילס-ארבייטערס מאן דכר שמיה. מען טרעפט א גרופע אינגעלייט/בחורים זאלן אנפירן די עסק לשם מצוה. זיי דעליווערן נישט נאר פאר א קליינע אפצאל [ליין: 20 דאלער אין העכער, וואס דער פריוואטער אונטערנעמער פארלאנגט]
באדעם ליין איז, די גראסערי מאן וואס האלט אויף זיין געשעפט א גאנץ יאר, און שטעלט צו סערוויס אויך פאר אזעלכע וואס באצאלן שווערליך, כאפט א געזונטע פראסק ערב יום טוב, ווען ביז עטליכע יאר צוריק איז עס געווען זיין מעין סיזען
נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 7:16 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
פאר איר גייט קויפן בלימען לכבוד שבועות
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:57 am
דורך ישמעאל הכהן
אשכולות אויפוועקער האט געשריבן:אויפגעוועקט
פאר איר גייט קויפן בלימען לכבוד שבועות
Re: קויפן בלומען ביים גוי'טע?
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:50 am
דורך גרויסע מענטשעלע
אלץ אינגעל פלעגט מען אייביג זאגען אז די גויטעס וואס פארקויפן בלומען ביי די קארנערס די געלד גייט פאר זייער טשירטש.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:24 pm
דורך שושן פורים
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:אלץ אינגעל פלעגט מען אייביג זאגען אז די גויטעס וואס פארקויפן בלומען ביי די קארנערס די געלד גייט פאר זייער טשירטש.
יא!! און איך פלעג גלייבן מיט א פעסטקייט אז סקווירא רבי דאוונט אין א פארמאכטע צימער ווייל ער ריקט פיצא מיט האטדאגס א גאנצע דאווענען.
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 1:57 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שלשלת האט געשריבן:האלטנדיג געציילטע טעג פאר שבועות, ווען דער עולם קויפט איין גרויסע קוואנטומס פון בלומען, איז מיר אינטרעסאנט צו הערן דעם דעת הציבור, איבער ווי אזוי איר קוקט אן דאס קויפן בלומען ביים גוי/שיקסע, וואס שטייט מיט'ן שאפינג קערידזש ביים קארנער - יעדע וואך לכבוד שב"ק, ובפרט ערב שבועות ווען אלע היימישע מוסדות האבן טישלעך אויף יעדע גאס.
איז עס אידישליך?
איז עס מענטשליך?
ווער האט באמת בעסערע סחורה?
ווער איז דער בעל הבית וואס שטייט אונטער די אלע גוישע פעדלערס?
וכו'....
אבי נישט ביי די אידישע גנבים. וואס ווייל עס איז שבועות מוז דאס קאסטען מיט 10-20 דולר מער.(לכל הפחות)
Re: קויפן בלומען ביים גוי'טע?
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 2:04 pm
דורך וויל פארשטיין
איך האב זיי געפרעגט אין זיי האבן מיר געענטפרט אז עס גייט פארן טשירטש אפשר נאר אמאל קענסט זיי פרידן עכום מסיח לפי