בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:20 pm
דורך אביגדור
זכור ואל תשכח.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
דאגע נישט, נעקסט טיים איך קום צו דיר אין אפיס דערלאנג איך דיר דעם צוואנציגער (מען צאלט שיין ביינונז אין בעקעריי)
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:52 pm
דורך שמעקעדיג
קענסט נאך קענסלען.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 4:46 pm
דורך טעפל
קופערניקוס האט געשריבן:כדי צו בארעכטיגן דעם עקזיסטענץ פון דעם אשכול וועל איך אנצייכענען אפאר האלאקאוסט ביכער וואס איך האב געליינט און ליב געהאט:
נאכט - פון אלי' וויזל
גאט אויפן באשולדיגונגס באנק - פון אלי וויזל
די טאגבוך פון אנא פראנק
א מענטש זוכט דיסציפלין - וויקטאר פרענקל
בית הבובות און אנדערע ביכער פון קצטניק
שימקה - דוד זריצקי
חורבן ליטא -הרב אפרים אשרי
איז דאס א מענטש- פרימו לוי
אל תשלח ידך אל הנער - הרב ישראל מאיר לאו
מקדשי ה' - הרב מווייצען
אויך זענען דא אפאר גאר גוטע מואוויס.
איך האב געשריבן אויפן שפיץ גאפל וישמעו חכמים ויוסיפו לעקעך און בראנפן
כ'האב געליינט שימקה ס'איז געוואלדיג..
בדרך אגב, ר' דוד זאריצקי האט איהר שוין באשריבען??
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
זאריצקי איז געוואלדיג. ער איז דער איינציגסטער פרומער שרייבער וואס קומט לקרסוליהם פון די עכטע וועלטישע שרייבער.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 5:20 pm
דורך מורינו הרב
קלאר און דייטליך:
אידישע טעכטער זענען נישט געצווינגען געווארן צו דינען אלס זונות פאר די נאציס. די וואס זענען געצווינגען געווארן זענען געווען פוילישע, אוקראינישע און צוגאנערישע.
נישט אז ס'נעמט אראפ פון די ווייטאג און צער פון א מענטשליכע בשר ודם, אבער קיינער דארף נישט טראכטן אז זיין באבע האט געטאן זנות מיט א נאצי. די חברה האבן ארויפגעלייגט אן איסור אויף אידן, זיי האבן געוואלט מאכן א ריינע ראסע, און בכלל - מען האט מחנך געווען די דייטשן צו אן עקל צו אידישע. אפשר איז געווען א מעשה'לע דא דארט, אבער אפיציעל האבן אידישע טעכטער נישט געדינט פאר זנות.
איר וועט נישט געפינען קיין איין אפיציעלע דאקיומענט וואס באשטעטיגט דער באנוץ פון אידישע טעכטער פאר זנות.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:53 pm
דורך ר' שמחה
מורינו הרב, איר האט שוין איינמאל געלייקענט,
אידישע פרויען אלס זונות אין נאצישע לאגערןדארט האט מען שוין אויך דערמאנט די בוך בית הבובות ווי אויך א לינק צו איר ענגלישע ווערסיע, אפשר דארף מען צוזאם שטעלן די צוויי אשכולות ?
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:43 pm
דורך מורינו הרב
די בוך ברענגט דען פאקטישע באווייזן? - פאקטיש זאגן אלע אז די בוך איז נישט קיין אמת'ע געשיכטע, נאר וואלט ווען געקענט זיין אמת.
וואס יא? - מיט נישט אידישע קינדער איז עס יא געווען.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:35 am
דורך הוגה
אז מען רעדט פון ביכער פון די האלעקאוסט וויל איך רעקאמאנדירן צוויי ביכער וואס זענען נישט שטארק באקאנט אין אונזערע קרייזן אבער זענען העכסט אינטרעסאנט, און עס גיבט א בליק אויפן האלעקאוסו פון אן אנדערע שטאנדפונקט.
Judgment before Nuremberg : the Holocaust in the Ukraine and the first Nazi war crimes trial
דער בוך פארציילט איבער די שרעקליכע רציחות אין אוקרייאינע. די בוך האט צוויי טיילן וואס ביידע זענען מיר געווען חידושים. יעדער האט אלץ געוויסט איבער די רציחות אין פוילין און אין אונגארין, און פארשטייט זיך אין דייטשלאנד/עסטרייך. וואס דער בוך אנטדעקט איז אז די רציחות אין אוקריינע זענען געווען מיט א גרויזאמהייט וואס האט אויפגעשוידערט אפילו די אוקריינער פויערן. נאכן זעהן דאס האבן די נאציס איינגעזעהן אז זיי מוזן אויפקומען מיט ריינערער און שטילער וועגן אומצוברענגן זייערע קרבנות, ויולד את אוישוויץ ואת בירקענאו ה"י.
די צויייטע חידוש איז אז די אוקריינער האבן באזיגט די נאציס אין 1943 און עס איז דארט פארגעקומען א פראצעס אקעגן די נאצי הויפטן וועלכער זענען געפאנגן געווארן, די פראצעס איז געווען א פארשפיל צו וואס עס איז שפעטער פארגעקומען אין נורעמבורג.
גאר אינטרעסאנט און שטארק רעקעמאנדירט.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:41 am
דורך הוגה
די צוויטער בוך הייסט in the garden of beasts.
דאס איז א נייע בוך, געשריבן דורך די טאכטער פון די אמעריקאנער אמבאסאדער צו דייטשלאנד אין די דרייסיגער יארן. זי פארציילט איבער די פאליטישע און היסטארישע געשעהנישן אינערהאלב און אינדערויסן פון די דריטע רייך. זי פארציילט איבער די אמעריקאנער פאליסי בנוגע די "אידישע פראבלעם". און זי פארציילט ערשט האנטיגע רציחות אקעגן אידן אין די גאסן פון בערלין וואס זי האט אליינס בייגעוואוינט.
בעיקר האט מיר דער בוך געגעבן א נייע בליק אויפן האלעקאוסט פון א פאליטיש/דיפלאמאטישע שטאנדפונקט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:03 pm
דורך בעריש
געליינט היבש אסאך איבער די האלעקאוסט.
דאס מערסטע האט מיך באנומען "בכף הקלע" פון אליעזר הרפנס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:05 pm
דורך דעת תורה
נישט ספעציעל, לדעתי.