בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:11 pm
דורך זר זהב
ס'געפעלט מיר שוין, טו בי האנעסט וויט יו!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
פרישער האט געשריבן:שטייצעך אז א טייפא איניש אין כלל, איך האב מיינע אייגענע כללים, סעט אייך נאכאמאל געפעלן לדעתי, איך ביניש אראף געפליקט געווארן פין ביימל נעכטען, איך האשוין ארים שפאצירט דעים בלאק איין מאל אדער צוויי

וואס איז די קאליר פון די בארד? ס'איז נאך רויט? אדער שוין אינגאנצן ווייס. מיין זיידע ע"ה זצ"ל הכ"ם האט מיר איבערגעלאזט בצוואה אז איך זאל נישט דיעלן מיט א איד וואס האט א ווייסע בארד. ווייל אפשר איז ער אמאל געווען רויט!!! :lol:

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:21 am
דורך מאטי
איר האט געליינט דעם גאנצן ארטיקל??? איך בין געווען זיכער אז ביים דריטן שורה האט איר באקומען טשעסט פעין ..

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:36 am
דורך חזקיהו המלך
פרישער, האסטו מיר געמאכט לאכען, :לייק

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 10:54 am
דורך פרישער
חזקיהו המלך האט געשריבן:פרישער, האסטו מיר געמאכט לאכען, :לייק

אין אז דער מלך איז שמייכעלדיג אין פריילעך, פרייען זיך די אינטערטאנען

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 3:21 pm
דורך זר זהב
חזקיהו המלך האט געשריבן:פרישער, האסטו מיר געמאכט לאכען, :לייק

דאן פארוואס האסטע אים נישט געלייקט?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 5:57 pm
דורך גנדי
CityBike black hole in black hat Williamsburg http://soa.li/AqfPhOH

א שגץ בייק איז אסור אויך בבל יראה ובבל ימצא אין וויליאמסבורג...

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 5:59 pm
דורך פרישער
ווינד אין ווי צי אינז

א גרויסע שאד

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:05 pm
דורך גנדי
פרישער האט געשריבן:ווינד אין ווי צי אינז

א גרויסע שאד


???

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:11 pm
דורך פרישער
אז מיר נעמען זיך נישט צים בייק

אין מיר וווערן נאר א דורך פאר פלאץ פאר אלע בייקערס פין אלע געיגענטער

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:10 am
דורך בעריש
דעת תורה האט געשריבן:@יואליש, דיין ערשטע טעם לא מסתבר כלל דהתם טעם האיסור מחמת חמימות גופא נוכראה, וזה לא שייך בדומם כמובן. בר מן דין שמעולם לא שמענוהו אוסרו בכלל, ואף משה מנהל ורעו הדומה לו ישעי' יאנקל שטויבער לא קאמרי רק לקטנים ולא שמענו שום פקפוק לענין גדולים.

והטעם השני דא ודאי עיקרא דמילתא כידוע הסיפור בעת התייסדות עיר קרית יואל. והאיסור על הפוירטין טשענעלס נראה גם כן מטעם זה, דמה לי אם הילד נוסע לחוץ, או הגוי נכנס לפנים.

מאה אחוז ארויפגעשמירט אויף סאטמאר רב פון שובבים קארט עפעס א בעד דריעם וואס איז לא היה ולא נברא.

דאס גאנצער אזוי גערופענער איסור איז נאר נולד געווארן זינטן הסיידות העיר ק"י, און ווי די האסט ריכטיג ארויסגעברענגט נאר פאר קינדער,
כבין סתם אזוי מסופק אויף וויפיל סאיז אמת דער איסור פונעם שובבים קארט רבי היות דאס איז פון די נישט געזינטע יארן, אולי אזא דמיון ווי דאס נישט לערנען ביזן עלות אום ניטל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:34 am
דורך גנדי
יואליש האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:@יואליש, דיין ערשטע טעם לא מסתבר כלל דהתם טעם האיסור מחמת חמימות גופא נוכראה, וזה לא שייך בדומם כמובן. בר מן דין שמעולם לא שמענוהו אוסרו בכלל, ואף משה מנהל ורעו הדומה לו ישעי' יאנקל שטויבער לא קאמרי רק לקטנים ולא שמענו שום פקפוק לענין גדולים.

והטעם השני דא ודאי עיקרא דמילתא כידוע הסיפור בעת התייסדות עיר קרית יואל. והאיסור על הפוירטין טשענעלס נראה גם כן מטעם זה, דמה לי אם הילד נוסע לחוץ, או הגוי נכנס לפנים.


:)

אבער כ'האב געהערט - נישט באשטעטיגט - אז נאך אין וומ"ס פיל יארן איידער דאס התייסדות הקרי' נאמנה האט שוין עקזעסטירט די באגריף פון א "שגץ בייק."

שוב ראיתי אז בענין אבה"ע ביסטו גערעכט, ווארום א פאלסטישע ביציקעל איז נישט ארגער פון א בהמה מיט א אוכף, וואס דאס איז יא מותר לויט ר' יוסף קארו'נען.


נא לחשוש מאוד לאלו שיש להם SUV מפואר שהכסא מתחמם. מטעם אבהע"ז הנ"ל. ורבים נכשלים בזה. מחמת חסרון ידיעה.

והמדקדים נותנים חציצה של מחצלת שנעשה מחתיכת עץ כדי שלא יתחממו. וראוי ליר"ש להקפיד ע"ז, כי חוץ מעוון חמור של חטא הידוע, עוברים גם על הלאו של "לא יהי' בך עקר ועקרה" כידוע להרופאים...

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 10:59 am
דורך חסידים-פאר-בייקס
מיר האבן דעם כבוד צו ווערן דערמאנט דא:

http://bedfordandbowery.com/2013/06/bri ... ng-hasids/

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:07 am
דורך שרייבער
יואליש האט געשריבן:מיין חידוש איז אז סאקמיר רב פון שובבי"ם קאורט האט געהאט א פראבלעם מיט די ביציקלעך בין רגלים צוליב די הלכה אין שו"ע אבן עזר סימן כ"ג סיעף ו': אסור לרכוב על בהמה בלא אוכף.

ווער זאגט ער האט געהאט א פראבלעם דערמיט וועגן דעם?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 6:04 pm
דורך פרישער
שוין עס מאכט זיך עפעס

פארוואס קימט דא שלום דין אין די פיקטשער

צי האט ער אויך א מיינינג וועגן ביציקלעך

איך בין נישט אויסן צי זיין מיטנעם אויף איין ארטיקל

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:38 pm
דורך יין שרף
יידל האט געשריבן:אן ענליכער מנהג וואס איז אלט אפשר 50 יאר איז די חסידישע מנהג צו מקפיד זיין גיין מיט שווארצע שירעמעס דוקא.

כ'האב נישט געוויסט אז איך בין א שגץ אבער איך בין 'מקפיד' צו גיין מיט א קאלירטן שירעם, סטאטיסטיקס ווייזן ס'ווערט וויניגער "פארלוירן" פון ביהמ"ד...

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 11:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין געווען א סטוריא טייפ חסיד'ישע פץ, געפארן מיטן מיני ווען ארויס צוטראגן די גארביזש און לייגן די פאסט אינעם פאסט קעסטעל א פערטל גאס אוועק. געגעסן טשאלענט מער ווי דאנערשטאג און שבת און געזעצן אויף די הענט די איבריגע חלק פון טאג. אבער רבותי יא די טמא'נע בייסיקעל סעוויד מיי לייף, איך וויל נישט שטארבן פון א אנגעפרעסענע אונגערישע הארץ אטאקע. איך פאר 5 מייל א טאג און איך בין א נייע מענטש בגוף ובנפש. ס'איז נישטא נאך אזא געשמאקע עקסירסייז, און יא אויך fun ווי שמייסן מיטן בייסיקל יעדע נאכט. איימ סארי גרויסע ברייטע פעטע odessys פארן ענק קאטן פון צייט צו צייט, איך יאג מיך אויך צו מעריב.