בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 3:35 pm
דורך אפטעמיסט
הרב חיים נחום הלוי, איר רעד טאקע דברים של טעם און איך אליין קען ממש רילעיטן צו אייער הארץ וויי און אנטוישאונג. עס איז היינט א קנאפע סוד אז מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל זענען רעגולארע באזיכער אויפן אינטערנעט, און די מלחמה קעגן די ווארלד ווייד וועב פארט אין דעם זעלבען ריכטונג ווי די מלחמה קעגן דער שטערן, ד"ה מיר קעמפן א פארלוירענער קריג. איך בין נאר נייגעריג; צי זענט איר אזוי מחנך אייערע קינדער און אייניקלעך? צי זענט איר אפן מיט אייערע השקפות אדער איר פירט א דאפעלטן לעבן? אויב איר זענט טאקע גערעכט, און איך האלט גראדע אזוי, דארפט איר זיין אויפריכטוג מיט אייערע קינדער. אויב נישט וועלן זיי זיין גענוי די זעלבע פארקוועטשטע מוחות ווי די חכמים ונבונים וואס מיניפאלירן כלל ישראל. נקודה למחשבה.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:38 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 11:27 am
דורך רויטע וואנצעס
ווער וועקט אויף די [tag]אשכולות אויפוועקער[/tag]? שוין, איך וויל נישט אריינקריכן אין עוועלושין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:12 am
דורך חד גדיא
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן: מורי ורבותי! דער אינטערנעט איז דא, און וועט על פי דרך הטבע דא בלייבן ביז משיח וועט קומען. ניין, ניין, דער אינטערנעט גייט נישט אוועקגיין שלא עפ"י דרך הטבע. אונזער וועלט פירט זיך מיט טבע, און מיר האבן נישט די צדיקים וואס קענען טוישן די טבע. אויב איז דער פלאן פון זיך שלאגן מיט דעם אינטערנעט נאר דאס אז מ'וועט האפן אז ס'וועט קומען א ישועה שלא עפ"י דרך הטבע, דאן אוי לנו ואוי לנפשינו. דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט געזאגט "מ'דארף האפן אז משיח קומט היינט, אבער פלאנירן דארף מען ווי ער גייט קומען ערשט אין אסאך יארן ארום." וואו זענט איר חכמים און קלוגע רבנים?! א מהלך פון טעראר וועט אפשר ארבייטן פאר א יאר, וואס גייט איר טאן אין צוויי יאר ארום? אין צען יאר ארום? אין דרייסיג יאר ארום? אוודאי האפן מיר אז משיח גייט קומען פריער, און מיר זענען אזוי מתפלל יעדן טאג בדמעות שליש, אבער איז דאס די איינציגסטע האפענונג? ווען איך פרעג אייך "וואס איז דער 'לאנג טוירם פלאן'?" וועט אייער ענטפער זיין "ביאת המשיח"?!
מ'וועט מאכן א כינוס כלל ישראל צו העצן די פרויען קעגן די מענער! הע, פון דעם האסטו נישט געטראכט....