בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:43 pm
דורך קאווע טרינקער
די תירוץ איז, אז לויט ווי מ'משל'ט אונז אויס זענען מיר עפעס א סעקטע פון אדם וחוה'ס צייטן.
לאמיר זיך נישט לאזן נער'ן....
איך האלט, אז ווען מ'זאל זיי לערנען אידיש, און געבן א ניק אין שטיבל וואלטן זיי געזעהן אז ביני ובינך .. אויסער קוגל איז אלעס פיגול.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:54 pm
דורך בדחן
ערגעץ דא איז געווען א אשכול איבער א שאו וואס גייט האבן דריי מענטשן וואס האבן פארלאזט זייער רעליגע, מען האט עס געהאט געקענסעלט פאר א וואך צווי נאך די באסטן טעראר אטאקעס.

עני אינפאו?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:15 am
דורך יואליש
בדחן האט געשריבן:ערגעץ דא איז געווען א אשכול איבער א שאו וואס גייט האבן דריי מענטשן וואס האבן פארלאזט זייער רעליגע, מען האט עס געהאט געקענסעלט פאר א וואך צווי נאך די באסטן טעראר אטאקעס.

עני אינפאו?


זיי גייען עס שפילן נאך די זומער.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:28 am
דורך קאווע טרינקער
איך קען זיך נאך איינשרייבען?
איך שפיל גוט...

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:43 am
דורך נייגעריגער
אברעמעל האט געשריבן:כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'זעהט די הויפטקווארטיר פון פוטסטעפס.

אויב כ'געדענק גוט איז עס אויכעט געווען אויפן טיווי שאו פון נעשענאל גיאגרעפיקס וואס האט געהאט יואלי לעבאוויטש!
און כ'מיין אז דער וואס האט געזאגט אז מ'זאל עס געווען האבן געזעהן אויפן עירמאנט ווידיאו אינו אלא טועה!

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:01 am
דורך kliger
https://www.youtube.com/watch?v=1QNvUK6 ... ata_player

פרישע עטענטשען זיכער

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:28 am
דורך מאראנצןזאפט
נישט ממש פרישע.
איינער איז ארי מאנדעל מכונה רחמנא ליצלן, און דער צווייטער איז אשר שמואל כ"ץ מכונה סעם קע"ץ.
מיר וואונדערט נאר וואס איז פשט אז יעדער טי.ווי. סטאנציע מוז לעצטנס לאזן לויפן אזא סארט פראגראם, איז דאס טאקע אזוי אינטערעסאנט פאר דער גאנצער וועלט?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 1:28 am
דורך אברעמעל
גראדע גאנץ בחסד.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:12 am
דורך לעיקוואד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:נישט ממש פרישע.
איינער איז ארי מאנדעל מכונה רחמנא ליצלן, און דער צווייטער איז אשר שמואל כ"ץ מכונה סעם קע"ץ.
מיר וואונדערט נאר וואס איז פשט אז יעדער טי.ווי. סטאנציע מוז לעצטנס לאזן לויפן אזא סארט פראגראם, איז דאס טאקע אזוי אינטערעסאנט פאר דער גאנצער וועלט?

איינער פון די, כ'געדענק שוין נישט ווער, שרייבט אין זיין געזיכט-בוך אז דער אינטערויוער האט זיי געזאגט אז דאס איז דער מערסטע אינטרעסאנטסטע סטארי וואס ער האט אמאל געקאווערט.

נו, הכל בשביל ישראל, וויסט עטס דען נישט?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 3:11 am
דורך יואליש
Fusing communities like Satmer and Lubavich into one report shows a lack of understanding by the media on the very subject they're reporting on. It's off-putting.

I'm sure they tired but couldn't get anyone closer. Still.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 3:27 am
דורך יואליש
כ'בין צומישט. דא זעה איך נאך א שטיקל פון די זעלבע נעטווארק, דאסמאל מיט מס. זשודי בראון מיטן זעלבן חב"ד רב. זענען ביידע שטיקלעך פון איין לענגערע באריכט?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 11:14 am
דורך קאווע טרינקער
ס'איז זייער אינטערסאנט וויאזוי זיי האבן באמת נישט ארויס אונזער לעבן סטייל.
די פיר חברה דא. מיט די גאנצע רעספעקט וואס זיי פארלאנגען פון אונז כלפי זיי, פארציילען נישט די אמת. מאנדעל פארציילט נישט ווער זיין טאטע איז געווען וכו'.

אפילו מר. וועבערמאן טוישען זיי אויף - די קליפ וואס זיי ברענגען - מיט א צווייטער.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 11:24 am
דורך איחוד פעלד

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:11 pm
דורך לעיקוואד
קאווע טרינקער האט געשריבן:די פיר חברה דא. מיט די גאנצע רעספעקט וואס זיי פארלאנגען פון אונז כלפי זיי, פארציילען נישט די אמת. מאנדעל פארציילט נישט ווער זיין טאטע איז געווען וכו'.

ס'איז שווער צו ברענגען א ראיה פון א טעלעוויזיע שאו וואו מנעמט א שמועס וואס קען זיין אפאר שעה און מ'נעמט ארויס פון דעם צוויי דריי מינוט צו ווייזען אויף טעלעוויזיע.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:21 pm
דורך קאווע טרינקער
גערעכט, איך בוי נישט פון דא גארנישט.
די פאקטן ווייסט אבער יעדער.

(אפשר קומט דאס פון קנאה? ווער ווייסט)

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:28 pm
דורך לעיקוואד
קאווע טרינקער האט געשריבן:די פאקטן ווייסט אבער יעדער.[/

נאר איך ווייס נישט? פארצייל אפשר פליז וואס 'יעדער' ווייסט.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:41 pm
דורך קאווע טרינקער
איך טאר נישט רעדן, ווייל נאכדעם וועלען זיי האבן טענות "היתכן מ'ברעדט זיי?!"
העמיר בלייבן ביי דעם. נעקסט קעיס.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 1:18 pm
דורך איך אויך
איחוד פעלד האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=efLBUR9CJH4

קענטיג זיי זענען עקטערס, גראדע גאנץ שלעכטע עקטערס.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:50 pm
דורך איחוד פעלד
אבער זיי קענען אידיש פין ערגעץ.

אפאר זאצען זענען מיר געפאלען, עס זעהט אויס ווי א היימישער ארבעט.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:54 pm
דורך איך אויך
[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אידיש.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 3:06 pm
דורך מ גפני
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפילו מר. וועבערמאן טוישען זיי אויף - די קליפ וואס זיי ברענגען - מיט א צווייטער.

ווער איז דאס טאקע?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 3:12 pm
דורך זר זהב
קעלנער

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 3:46 pm
דורך berlbalaguleh
מאראנצןזאפט האט געשריבן:נישט ממש פרישע.
איינער איז ארי מאנדעל מכונה רחמנא ליצלן, און דער צווייטער איז אשר שמואל כ"ץ מכונה סעם קע"ץ.
מיר וואונדערט נאר וואס איז פשט אז יעדער טי.ווי. סטאנציע מוז לעצטנס לאזן לויפן אזא סארט פראגראם, איז דאס טאקע אזוי אינטערעסאנט פאר דער גאנצער וועלט?

ס'איז אינטרעסאנט פאר די פרייע אידישע און נישט אידישע אוידיענץ. און דאס הייבט ממילא די רעיטינגס. און אידעדע מידיא אוטלעט, זאל דאס זיין טי.ווי אדער א ראדיא סטאנציע לעיבט, איז עולה ויורד לויט די רעיטינגס.