בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:29 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:דאס איז אינגאנצן נישט קיין קאנספיראציע, נאר מענטשן ווילן מאכן א פאר דאלאר און ווייסן אז אידישע געימס וועלן זיך פארקויפן. ווי דער סדר ביי אונז איז אנטוויקלט זיך מיט דער צייט א קפידה צו נוצן דווקא אידישע, און דערנאך א חיוב, און נאכדעם אן איסור אויף די נישט-אידישע. דאס איז א גוטער ביישפיל וויאזוי א סך משוגענע חומרות ווערן אנטוויקלט ביי אונז. עס פאנגט זיך אן דורך איינעם מיט אומשעדליכע כוונות, און איינמאל א פרומע אפציע איז עוועילעבל ווערט עס א "מוז", און מ'וועט שוין זאגאר רודפ'ן דער וואס פירט זיך ווי דעם סטאנדארט פון ביז יעצט.

בשעתו האב איך געמיינט אז [tag]יאנקל[/tag] האט איבערגעטריבן. האט זיך מיר היינט קלאר געשטעלט אז עס איז גענוי ווי ער האט געזאגט. א יונגערמאן פארציילט מיר אז פלוני אלמוני האט דאס יאר אריינגעשיקט א קינד אין זיין זונ'ס קלאס, און ער גייט פארפירן אז מ'זאל ארויסווארפן דעם קינד. "מיין קינד טאר נישט לערנען צוזאמען מיט א קינד פון אזא שטוב!" זאגט ער. בעט איך אים אז ער זאל מיר מסביר זיין וואס דער פראבלעם מיט יענעם שטוב איז. זאגט ער אז עס איז "נישט קיין ערליכער שטוב." "דהיינו?" פרעג אים איך. צום ביישפיל, זאגט ער, עס איז דא א אידישער געים "אויבער-חכם", וואס איז נאכגעמאכט פון דעם פאפולערן געים "טאפ טראמפס". "כ'האב געזען אז די קינדער אין דעם שטוב האבן דעם גוי'אישן 'טאפ טראמפס', און נישט דעם אידישן 'אויבער-חכם'!"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:34 pm
דורך כוכב
דאס האט [tag]לעיקוואד[/tag] געשריבן אין א שכינותדיגן אשכול:

א משל וואס איך האב אמאל ערגעץ געגעבן איז "מצווה קינדער". אן אומשולדיגער שפיל וואס א היימישער יונגערמאן וואס האט זיך געכאפט אויף די געדאנק האט אהערגעשטעלט אז קינדער זאלען שפילען מיט היימישע פענימער און מענטשעלעך. איך בין זיכער אז דער מחבר דערפון מיינט לויטער ביזנעס, און אז ער האט פשוט געזעהן דא א ביזנעס געלעגנהייט אז עס איז קעיה"ר דא א גרויסער היימישער ציבור וואס וועט זיך צוכאפען צו דעם. די תוצאה אבער פון דעם איז ביטער. אויב ביז היינט האט א קינד נאך געהאט א מושג אז חוץ פון טאטעס מיט שטריימלאך און מאמעס מיט טיכלעך אדער שייטלעך זענען דא נאך אפאר מענטשען אויף די וועלט, ווייל ער האט זיך געשפיעלט מיט פישער פרייס מענטשעלעך, איז דער נייער סארט שפיל עם אינגאנצען מצמצם זיין וועלט, ער זעהט נישט מער ווי מענטשען וואס קוקען אויס פונקט ווי די וואס ער טרעפט זיך אין זיין נאנטע סביבה, און וואקסט אויף אין אזא קליינער עולם הבאבעלס. (דאס איז חוץ די אומצאליגע סטיריאטייפס וואס די סארט מענטשעלעך טוהן ענפארסירען, א זאך וואס ביי די גוישע מענטשעלעך האט מען שוין לאנג געכאפט און מען מאכט אלעמאל דווקא פון אפאר קאלירען וכו' ואכמ"ל).


ושפתיים קישאק.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 5:49 pm
דורך טעפל
נישט יונתן שווארץ האט געמאכט די מצוה קינדער?

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 10:59 am
דורך אויסגעוועלט
א טריט ווייטער

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 11:08 am
דורך שלום על ישראל
אויסגעוועלט האט געשריבן:א טריט ווייטער

גענומען פון דא

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 11:43 am
דורך געוואלדיג
שלום על ישראל האט געשריבן:
אויסגעוועלט האט געשריבן:א טריט ווייטער

גענומען פון דא


וואס האבן גענומען פון אונזער אכשר דרא אשכול

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 11:49 am
דורך שלום על ישראל
געוואלדיג האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
אויסגעוועלט האט געשריבן:א טריט ווייטער

גענומען פון דא


וואס האבן גענומען פון אונזער אכשר דרא אשכול

כ'גלויב אז נישט.

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 11:50 am
דורך געוואלדיג
איך האב פראבירט צו לינקען אבער עס איז עפעס נישט געגאנגען, קוק נאך אויפן לעצטן פעידזש, און די טיימינג, און איך דארף טאקע קלארער אריין קומען אז נישט זיי האבן גענומען נאר זיי האבן "לכאורה" גענומען פון דא

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 8:49 am
דורך הוגה
גענומען פון פעיסבוק. כ'האב עס געזעהן אויף עטליכע בלעטער.

Re: חסידישע געימ'ס

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:39 am
דורך גר ותושב
Does the rebbe have A beard
איך מיין אז אלע האבן

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:43 am
דורך יהושע חיים
גר ותושב האט געשריבן:Does the rebbe have A beard
איך מיין אז אלע האבן


קאליב ארה"ק
(החלבן מיינאיך אז אויך נישט)

Re: חסידישע געימ'ס

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:46 am
דורך גר ותושב
יהושע חיים האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:Does the rebbe have A beard
איך מיין אז אלע האבן


קאליב ארה"ק
(הלחלבן מיינאיך אז אויך נישט)

איך רעד פון דער בילד פונעם געים.