נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 9:23 pm
אנטשולדיגט איך שטער און איך מיש מיך אריין ביי אזא שיינע אשכול.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=3772
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
הוגה זאגט:
אז קיין פיין דארף עס נישט ברענגן, ווייל איינמאל מיר ווייסן אז עס איז דא אן ענטפער נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט, און ווען מיר וועלן עס דערגרייכן וועט עס אונז אנטפלעקן אן אוצר מלא. ווי אויך ווייסן מיר אז אויפן וועג ארויף קלייבן מיר צוזאם קליינע דיאמאנט שטיינדעלעך דא און דארט. ממילא ווערט די גאצע דזשורני גאר געשמאק.
הוגה רעדט פון א ענפטער "וואס עס איז זיכער דא" נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט און עס איז בלויז א פראגע פון צייט ווען מיר וועל דערגרייכן און ס'וועט זיין סוף הכבוד לבא. עס זעהט אויס ווי הוגה איז נישט קיין כראנישער ספקן ווייל א געבוירענער צווייפלער ראגירט צו אזא געדאנק מיט א "כל זה אכניס בקל וחומר" דאס אליינס צו עס איז בכלל דא אן אמת און אויב ס'דא צו מיר וועלן דאס דערגרייכן און אונזער ימי שנותינו פון שבעים שנים איז אויך מוטל בספק און אונטער א גרויס פראגע צייכן.
מוח שליט האט געשריבן:מאטי,
איך האב יעצט געשמועסט מיט איינעם אין אישי. ער האט מיר מחדש געווען א דערהער אין די פשט פון די יסורי הספיקות. וויל איך הערן צו דו האלסט אויך אזוי. די יסורים וואס מען האט מכח ספיקות, איז דאס ווייל מען ציטערט אז דאס גופא אז מען האט ספיקות גייט מען דערפאר ברענען און בראטען?
דו האסט מיך נישט פארשטאנען בענין וואקאציע. איך פרעג נאר וואס איז די גרויסע הייליגקייט פון "בקשת האמת". פארוואס האט זיך גאליליא כמעט מוסר נפש געווען צו זאגן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון? ענטפער מיר שטייטליך. וועל איך דיר מסביר זיין where I'm coming from.
הוגה האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:

איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט. דאס איז די חילוק פון אן אפטימיסטישע מסופק און א פעסעמיסטישע מסופק.
אין ריאליטעט האט די אפטימיסטישע מסופק אויך פעסימיסטישע מאמענטן וואס דעמאלטס מאכט ער אליינס אויך מיט ייסורים. כ'מיין וויפיל איז די שיעור זיך צו דראפקעווען אהין און צוריק ווי אויף א סי סאו.
איין זאך איז דאכצעך כולה עלמא מודה, אז די מסופק האט נישט קיין שום ספק ספיקא בעולם אז ער וויל נישט זיין נישט מיכאל און נישט גבריאל. קען זיין אז ער פארגינט זיי און אפשר אפשר אפשר איז ער אביסל מקנא זיי. אבער צו זיין זיי? גיהינום נאו!!!!!
moti107 האט געשריבן:לאו דוקא!! אז מ׳ווייסט נישט פון קיין בעסערס איז הארטע ברויט מיט פריים גריל סטעיק די זעלבע הנאה ..
.מיין שאלה איז אין מציאות. דו האלטסט אז עס איז דא א ערענסטע פראצענט מענטשען וואס האבען אזעלכע פראבלעמען? אדער דאס איז גאנץ גרינג פאר יעדען ספקן אנצונעמן אז מען שטראפט נישט אויף האבן ספיקות, אויב איז מען מקיים תורה ומצות, ווייל מען קען זיך לכאורה נישט העלפן.moti107 האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:מאטי,
איך האב יעצט געשמועסט מיט איינעם אין אישי. ער האט מיר מחדש געווען א דערהער אין די פשט פון די יסורי הספיקות. וויל איך הערן צו דו האלסט אויך אזוי. די יסורים וואס מען האט מכח ספיקות, איז דאס ווייל מען ציטערט אז דאס גופא אז מען האט ספיקות גייט מען דערפאר ברענען און בראטען?
דו האסט מיך נישט פארשטאנען בענין וואקאציע. איך פרעג נאר וואס איז די גרויסע הייליגקייט פון "בקשת האמת". פארוואס האט זיך גאליליא כמעט מוסר נפש געווען צו זאגן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון? ענטפער מיר שטייטליך. וועל איך דיר מסביר זיין where I'm coming from.
אויב דער מוח איז פראגרעמירט אז די קאנסקווענצן פון ספיקות איז גיהנום דאן יא איז דאס א חלק פון די יסורים אבער דאס כשלעצמו איז אויך נאר א פרט לויט וויאזוי משטעלט אויס קאנסקווענצן
אדרבא ביי דיין משל, וואס טוט מען? מען זעצט זיך אראפ און מען זאגט צו זיך אליינס, ליסטען העיר, איך גיי נישט וויסען וואס צו טוהן דא, דעטס עי גיווען. לאז מיך אפמאכען איין מהלך, לאו דוקא די ריכטיגע אמתדיגע, אבער דאס וואס מאכט מיר יעצט סענס, און לאז מיך פארן דערמיט. מענטשען מאכען דעסיזשענס אויף אפערעישאנס, שידוכים, ביזנעס וכדו', וויסענדיג אז זיי האבען נישט קיין זיכערקייט דערין. פארוואס איז דעי דעסיזשען אזוי אנדערש?moti107 האט געשריבן:איך מיין אז דער מקור היסורים איז פונקט ווי דו גייסט אריין אין א מיואזיעם מיט אסאך אינטערסאנטע אטראקציעס אבער אן א מעפ פון אונווייזונגען מיט ווייניג צייט און דו ווילסט כאפן נאר די אינטערסאנסטע זאכן דו קומסט אן צו איין פלאץ און נאך א שטיק צייט וועסטו געוואויר אז נע !! איטס ע וועיסט, וואס דער וועיסט איז ? דער מאמין זאגט גיהנום, דער אעטיאיסט זאגט פלעדזשור יעדער לפי וואס ער איז געטרעינט בקיצור מלויפט ארום וואו א כפרה אן א קרוין נישט וואוסענדיג וועלכע איז דו וויכטיגסטע.
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:עס איז נישט וויכטיג.לעיקוואד האט געשריבן:@מח שליט
דער טעאריע דיינע וועגן דער אמת נישט זיין וויכטיג וכו', איז עס אמת?
קופערניקוס האט געשריבן:איך האב נעכטן געפרעגט א גוי "וואס טוסטו" זיין ענטפער האט מיר צעשטורעמט און באוואונדערט בבת אחת "איך קוק טעלעוויזיע" ... והנה טוב מאוד, והנה טוב מאוד!
פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:אוקעי. גערעכט. כ'האב געמיינט צו זאגן: די שאלה וואס *איך* פרעג זיך.)
טאמבל סאס האט געשריבן:'באופן כללי' מיינסטו מסתמא אויך א "פרטי" ד.ה לגבי דיר. ווי אין דיינע ווערטער:פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:אוקעי. גערעכט. כ'האב געמיינט צו זאגן: די שאלה וואס *איך* פרעג זיך.)
דהיינו אז *דו* זעסט דיין "צופרידענע לעבן" זייענדיג אזא איינער ווי דער "ראשי שכינת אל"... (אבער גענויגט צו מיכאל) ווען עס קומט צו מאכן די פראקטישע דעסיזשן אויף למעשה. דארט וואו דו ווילסט אפשטייגן. ריכטיג? געב א לייק אויב יא.
יאיר האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן? איין קורטוב של אמת וואס מען דערגרייכט איז ווערד אלע יסורים פון יארן מיט ספיקות און קשיות
~ א געוועזענער חקרן