בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:38 am
דורך סאשי פיש
[tag]שמעקעדיג[/tag] מען גייט דיך געבן דעם טיטל. מען גייט עס צו שרייבען ביי דיין ביא אזוי ווי מען האט געטון ביי פישילע הערינג.
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:22 am
דורך אשכולות אויפוועקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אשכולות אויפוועקער, אייכה???
איך האב מיך מיינע כללים פון ווען איך ערוועק א אשכול
ווען נישט קען איך שוין יעצט אויפוועקן חנוכה אשכולות
זארגט אייך נישט [tag]שמעקעדיג[/tag] לאזט מיר טין די job אלס וועט זיין אין ארדענונג קיין איין אשכול וועט בל''נ נישט בלייבן שלאפן אזוי רוהיג.
און צי דיר [tag]סאשי פיש[/tag] ווער האט דיר רעכט געגעבן ציצינעמען טיטלען און עס דערלאנגען פאר אנדערע, מיטן ווערן חבר וותיק 2000 קען מען נאך נישט בעלעבאטעווען להעביר מאיש נחלתו...
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:30 am
דורך שמעקעדיג
וואס זאל איך טאן אז דער שבועות ברענט שוין אין מיר... מען ציילט ספירה טאג נאך טאג, די עקסייטמענט וואקסט, מען מאכט שוין הכנות אין קיטשען פאר די טשיז קעיק, ואני אנה אני בא? ווי קען איך זיך איינהאלטן? די תיקון ליל שבועות, די אהבה רבה ניגון, די אקדמות, מילכיגע סעודה.. אה!
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:52 am
דורך ישמעאל הכהן
שמעקעדיג האט געשריבן:אשכולות אויפוועקער, אייכה???
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 12:56 am
דורך קאווע טרינקער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אשכולות אויפוועקער, אייכה???
די יארן לויפן
Re: שבועות קווענקלענישן
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 2:01 am
דורך ביליג
איך האב עס שוין געליינט פאראיאר ... בכל יום יהיה בעינך כחדשים !
Re: שבועות קווענקלענישן
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 6:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הערליך שיין!
נאר מעורר צו זיין. דאס 'זאגען' תיקון איז כפשוטו נישט דער אריגינעלע מנהג. מ'האט נישט אזוי געשפילט מיט די תורה. מ'האט געלערנט תיקון. יעדער פסוק מיט איהר דרשות תושבע"פ און דערמיט געחזר'ט א חלק פון תורה. פארשטייט זיך דאס איז א כשרון פון אמאל, אונזערע קעפ דערהייבען נישט אזא לימוד, אבער וויבאלד רוב מענטשען ענדיגען סייווי נישט די גאנצע תיקון, אפשר קען מען כאטש זאגען תיקון מיט רש"י אז ס'זאל זיין מער א לימוד ווי א זאגאכץ..
פארשטייט זיך אז איך האב בחיי ניטאמאל פראבירט אנצוהויבען מיט תיקון, אבער נ"ך האב איך אביסל געלערנט און ס'איז טאקע א זאך.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 6:51 am
דורך שמעון וואלף
שכוח פאר ארויפברענגן. די ארטיקל איז א פארצייטישע קאווע שטיבל פיעס אוו ארט.
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 11:29 am
דורך [NAMELESS]
איך טראכט צו מיר אז די תועלת פון זאגן תיקון איז טאקע דאס, מעורר צו זיין די קווענקלינישן און ווייזן פארן מענטש אז די תורה איז ריזיג און ס'איז דא א סך אינטערעסאנטע זאכן וואס מ'פארפאסט, נישט איינמאל פאסירט ביי מיר שבועות ביינאכט אז איך שטעל מיך אויף אינסטינקטיוו צו לויפן צום שאנק נאכצוקוקען דעם ספר פון וואו איך האב אקוראשט נאכגעזאגט זעקס פסוקים צו שטילן מיין מורא'דיגע נייגער וואס כ'האב יעצט געזאגט.
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 11:45 am
דורך טאמבל סאס
וועו איך בין עלטער געווארן האב איך האב דאס אויך געוואלט טוהן אבער כ'האב מורא געהאט כ'וועל נישט אנקומען צו ענדיגן די תיקון. ווען איך האב יא איינמאל זיך א כאפ געטוהן צו א ספר און אנגעהויבן מעיין זיין, האב איך איינגעדרימלט. פרעג בעסער נישט. כ'האב דערנאך א גאנצע יאר זיכער געמאכט מ'לאזט מיך נישט קיינמאל איבער אליינס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 6:45 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אשכולות אויפוועקער, אייכה???
די יארן לויפן
יא יא...