בלאט 2 פון 5
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:03 am
דורך פסיכאלאג
דער אמת איז, וועם אינטערעסירט צו ס'געווען איינעם גרעסער ווי אונזער רבי פון סענס סטריט,
דאס איז ביי אינז קלאר (הגם מיר זענען קיינמאל נישט געווען ערגעץ אנדערש) אז די כל נדרי דרשה + גאנצע הושענא רבה טאג + נשא תורות, בעחילי....איז נישט געווען ערגעץ אנדערש, האמער זיך מיט וואס צו שעמען? האט אינז עפעס געפעהלט?
יעצט, אין הימל ווער ס'געווען גרעסער איז נאאט מיי קאנסערן, און כ'פלאן נישט טו טשעק איט אויט ווערי סאאן, אין תורות הקבלה האב איך קיינמאל נישט געשמועסט מיטן רבין, ענד איי דאנט קער צו ער האט בכלל געקענט,
איך זעה נאכנישט די פוינט פין די בריוו און וואס דאס עפעקט אינז.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 9:23 am
דורך טעפל
דא האט עטץ די פענוח פונעם בריוו.
מכתב שנשלח בשנת תשט"ו להרה"ג ר' שלמה שוינפלד, מראשי אגודת ישראל בלונדון
ב"ה
כ' ידידי הה"ג כמה"ר שלמה שליט"א
אחדשה"ט באתי בשורות שתיים לגלות אזנו ע"ד הה"צ הג' הרבי מקלויזנבורג יבא לכאן באלו הימים בנסיעתו לא"י ויהי' כאן איזה ימים ומסתמא בשבת ק' ג"כ, והוא אדם גדול ונכד צאנז אבל יש לו שונאים חסידי סאקמר כנהוג בעו"ה – ועזי פנים שבדור אינם חסרים – לכן בטובו וישרותו – יתן לו כבוד כמו שנתן להה"צ הג' מסאקמר שליט"א עת היותו כאן – כי שניהם יחי' הם בערך אחד – אבל הנ"ל הוא נרדף מחסידי סאקמר והאלקי' יבקש את נרדף.
אין זה עסק שלי מאומה רק למען האמת והשלום גליתי את אזנו לבל לא ישמע לקול מלחשים תלמידי קרח.
- נ"ב אבקשהו לדין את המכתב הזה תיכף בשריפה כמובן -
ה?? ויתברך בשנה טובה
חותם בחותמי ברכות
חיים ושלום
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:02 am
דורך ידען
אזוי פיהל ניקס דא ווייסען פון נאך בריווען און קיינער לייגט נישט דא?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:04 am
דורך ידען
דבילה האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:קינות, וואס פאלט דיר ביי דער בריוו איז פאלש? אגב, עס איז דא פיל א שארפערע בריוו ווי דאס אויך.
ראשעקאל, פון וואו האסטו דעם בריוו? איך מיין דא איז געשען א קאפירייט גנבה, דער בריוו איז פאריגע וואך ערשינען אין בחצרות החסידים מיט א גרויסן וואטערמארק אויף עס. איך גלייב שווער אז פונקט יעצט האט נאך איינער מחליט געווען עס מפרסם צו זיין, מער מסתבר איז אז עס קומט פון דארט און מען האט אראפגענומען דעם מארק.
דער בריוו איז ארום געפלויגען אויף אימעיל פאריגע וואך. 'שעקויעח ראשעקאל פאר'ן מיטיילן מיט'ן עולם דא.
שעקויעח פאר נישט לייגען די בריוו און ווארטען אז א אנדערע ניק זאל עס טוהן. אאון אפשר וועט קיינער עס נישט לייגען?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:05 am
דורך בדחן
הכלל, תלמידי קרח באציעט ער זיך אויף סאטמער רבין אז ער איז קרח? אדער נאר אויף זיינע תלמידים אז די תלמידים זענענן תלמידי קרח?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:11 am
דורך קאווע טרינקער
ניין. ער מיינט נישט צו זאגן אז סאטמאר רב איז קרח. אוודאי נישט.
בדחן טייערע, איר קענט זיין רוהיג.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:16 am
דורך DotCom
ס'איז באקאנט אז אין לאנדאן זענען געווען 3 חשוב'ע אידן מראה"ק בסאטמאר וואס האבן זיך אנגעליטן זייער גאנץ לעבן אדאנק די קפידה פונעם קלויזענבורגער רבי וועם זיי האבן געטשעפעט בעת א באזוך אין לאנדאן.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:18 am
דורך קאווע טרינקער
ס'איז נישט באקאנט.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:26 am
דורך DotCom
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז נישט באקאנט.
אין לאנדאן איז עס באקאנט.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 2:09 pm
דורך מבני משה
לכבוד אלע ידידים און שרייבער
איך האב נאך געפרעגט ביי אן אייניקל פון שאצער רב (דער אייניקל האלט זיך א תלמיד פין סאטמער רב, און האלט אויך אז חוץ פון סאטמער רב איז נישט געווען קיינער)
ער האט פעסט געשטעלט דעם בריו, ער האט דאס געזעין בפועל, און ווייסט ביי וועם עס געפינט זיך דער אורגינעלן בריוו,
פאר ווען קלויזנבורג'ר רב איז געקומען קיין לונדון האט שאצע'ר רב געשיקט אפאר בריוו'ן צו גרויסע לייט, (פאר מער אינפארמאציע גייט אריין אין שאצער בית המדרש אין לונדון, רעדטס מיט די ריכטיגע מענטשן), די אלע בריוו'ן האבן פחות או יותר די זעלבע אינהאלט, איינס שארפער ווי די צווייטע,
דער בריוו איז כלל נישט קיין חידוש ווייל עס איז ידוע אז ווען דער סאטמער רב איז געקומען קיין לונדון האט דער שאצער רב געשיקט א בריוו פאר'ן סאטמער רב (איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס ער האט דארט געשריבן) און ער האט געצווינגן ר' געציל בערגער זאל דאס איבער געיבן דעם סאטמער רב (די בריוו איז עד היום הזה ביי די בערגער אייניקלעך), ווען סאטמער רב האט גענדיקט ליינען דעם בריוו איז עים דער אודער ביים שטערן געווען זייער בולט, (ווי עס איז געווען מנהגו בקודש אין אונגעצויגענע צייטן), אבער משום כבודו פון שאצ'ר רב האט ער גארנישט גענטפערט.
בדא"ג ביי שאצער רב איז נישט געווען קיין תלמיד טועה און נישט קיין גבאי, ער האט נישט געהאט גאר נישט מיט נישט, (אפשער איין מאל א וואך האט א יוד א טובה געטוען און אריין געקומען פרעגן וואס מאכט דער רב, שבת האט ער געהאט קוים מנין, נאר פערציג יאר נאכ'ן פטירה איז ער גרויס געווארן, דורך די גרויסע ישועות וואס ייודן האבן געהאט ביי זיין ציון)
איצ'ע מאיר? עס פארהאן א קנאות בריוו וואס שאצער רב שיקט פאר איצ'ע מאיר און דארט שטייט שארפע זאכן וואס אפילו סאטמער רב האט זיך נישט ערלויבט צו זאגן ברבים.
עס איז נישט קיין חכמה צו פארמעקן היסטוריה! מען דארף וויסן אז עס איז געווען, און וויסן אז עס איז פארהאן זאכן וואס מען זאגט און פארציילט שטיל........שששששששש.....
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 3:04 pm
דורך טעפל
מבני משה האט געשריבן:לכבוד אלע ידידים און שרייבער
דער בריוו איז כלל נישט קיין חידוש ווייל עס איז ידוע אז ווען דער סאטמער רב איז געקומען קיין לונדון האט דער שאצער רב געשיקט א בריוו פאר'ן סאטמער רב (איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס ער האט דארט געשריבן) און ער האט געצווינגן ר' געציל בערגער זאל דאס איבער געיבן דעם סאטמער רב (די בריוו איז עד היום הזה ביי די בערגער אייניקלעך), ווען סאטמער רב האט גענדיקט ליינען דעם בריוו איז עים דער אודער ביים שטערן געווען זייער בולט, (ווי עס איז געווען מנהגו בקודש אין אונגעצויגענע צייטן), אבער משום כבודו פון שאצ'ר רב האט ער גארנישט גענטפערט.
בדא"ג ביי שאצער רב איז נישט געווען קיין תלמיד טועה און נישט קיין גבאי, ער האט נישט געהאט גאר נישט מיט נישט, (אפשער איין מאל א וואך האט א יוד א טובה געטוען און אריין געקומען פרעגן וואס מאכט דער רב, שבת האט ער געהאט קוים מנין, נאר פערציג יאר נאכ'ן פטירה איז ער גרויס געווארן, דורך די גרויסע ישועות וואס ייודן האבן געהאט ביי זיין ציון)
וואס הייסט משום כבודו? זאגסט דאך אז נאר נאך די פטירה האט ער עפעס עפעס געהאט??
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 3:06 pm
דורך מבני משה
סאטמער רב איז דאך יא געווען א מיבין צו גוטע ייודן
כבודו מיינט נישט וואס די היינטיגע חסידות פארשטייט והמב"י
כבודו מיינט כבודו האמיתי תורה, יראת שמים, מדרגות אין עבודת השם, אא"ג
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 4:19 pm
דורך קאווע טרינקער
ווי עס איז געווען מנהגו בקודש אין אונגעצויגענע צייט
ממש א מנהג?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 4:24 pm
דורך מבני משה
יעדע זאך וואס איז א שטייגער ביי א הייליגער צדיק רופט מען דאס מנהג ווייל בי א צדיק אמת איז גאר נישט סתם
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 4:27 pm
דורך קאווע טרינקער
ווען נאך ווערט גערעכנט אלץ אן אנגעצויגינע צייט וואס דער שטייגער האט פאסירט?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 4:28 pm
דורך בדחן
ילדי תימן
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 4:57 pm
דורך מבני משה
ווען עס זענען אריינגעקומען שווערע הזכרות אדער נישט באטאמטע נייעס
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 5:59 pm
דורך קאווע טרינקער
למשל די שידוך מיט בית וויזניץ?
ידידי היקר, מבני משה.. גיב ארויס, כ'שמעק דו האסט אן אוצר גנוז..
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 7:15 pm
דורך מבני משה
מיר האבן שוין געשמיסט עס איז פארהאן זאכן וואס מען דארף וויסן אז עס איז געווען אבער מען דארף דאס פארציילען שטיל
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 7:16 pm
דורך קאווע טרינקער
שיק מיר אין אישי.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 7:28 pm
דורך מבני משה
ששששששש
עס איז געווען א רבי וואס האט געווינט אין איינע פון די שטעיט אין דרום זייט ארץ ישראל, ער איז געווען א תלמיד פון סאטמער רב, ער האט פארציילט אז איינע פון די מאלן וואס ער איז געווען ביים רבי'ן אויף יו"ט איז געווארן א שמיעס איבער דעם דרום זייט ארץ ישראל ווי מען דארף יא האלטן צווי טעג לחומרא און ווי נישט, האט זיך דער רבי פון ארץ ישראל אונגעריפן צום סאטמער רב אז דארט ווי ער ווינט איז זיכער נישט קיין שאלה און מען דארף האלטן איין טאג, האט סאטמער רב זיך זייער צובייזערט און אונגהויבן צו שרייען "אהה די ביסט מיר שוין אויך פארכאפט (ציונות)? איך האב שוין א סאך מאל געזאגט אז מען טאר נישט וווינען צווישן זיי"
די וואס האבן מיט געהלטן די מעשה האבן געזאגט אז דעמאלטס איז אויך געווען בולט......
ששששששש
דער רבי פון ארץ ישראל האט משום כבודו פון זיין רבי'ן געהאלטן א גאנץ לעבן צווי טעג יו"ט לחומרא, על אף ער האט געוויסט אז סאטמער רב האלט אויך אז און זיין שטאט דארף מען נישט האלטן צווי טעג, און די גאנצע וואס סאטמר רב האט זיך אזוי געבייזערט איז געווען ווייל ער האט דאס געזאגט מיט א ברייטקייט, כאילו ער פארלאסט זיך אויף גבולות פון די ציונים.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 7:30 pm
דורך מבני משה
עס איז נישט קיין חכמה צו רעדן שטיל אין אישי דארט קענמען רעדן הויעך דער חכמה איז צו רעדן שטין צווישן יעדן איינעם
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 7:34 pm
דורך מבני משה
בדרך אגב ביי דער פרוטעסט וואס וויזשניצער רבי פון מונסי האט זיך אויף געשטעלט און געוואלט ארויס גיין ווען סאטמער רב איז אן געקומען, (ווייל ער האט געהערט א לשון הרע אז סאטמער רב (זיין רבי) האט גערעדט קעגן זיין טאטע דער אמרי חיים) דעמאלטס איז אויך געווען .....
אויב איך בין זיך נישט טועה איז אפילו דא א בילד פון דעם