בלאט 2 פון 2
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:05 pm
דורך פידלער
[tag]הוגה[/tag]
In light of your analysis, this might be worth thinking about:
“Gregor has only himself to blame for the wretchedness of his situation,” Bernofsky writes in a cogent afterword, “since he has willingly accepted wretchedness as it was thrust on him.” The implications couldn’t be more clear. This is the genius of “The Metamorphosis,” indeed, of all of Kafka: that it is not the situation that condemns us but our response to it, that we are all always part of the problem
http://www.latimes.com/books/jacketcopy ... z2rSi2XGnj
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:37 pm
דורך יאיר
דעם וויקענד האב איך דורכגעליינט קאפקא'ס "די פארוואנדלונג" צום ערשטן מאל, און עס האט מיר באנומען ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. איך האב נישט געקענט גלייבן ווי אזוי קאפקא האט באוויזן צו אריינלייגן אזעלכע טיפע פסיכאלאגישע אפעקטן אין אזא אבסורדאלע מעשה. איך וועל פרובירן צו אראפלייגן דעם איינדרוק וואס איך האב באקומען פון די מעשה. לאמיר אבער קודם קלאר מאכן אז איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון די פשט'לעך וואס ליטעראטור פראפעסארן לערנען אריין אין געשריבענע ווערק. א מעשה איז א מעשה, און אזוי לאנג ווי מען האט נישט ראיות ברורות אז דער שרייבער האט געהאט עפעס א טיפע כונה דערמיט איז א שאד יעדע מינוט וואס מען פארברענגט צו ארויסקוועטשן עפעס א לומד'ישע תורה.
נאר וואס יא, ווען א שרייבער שרייבט א מעשה, אויב איז ער א טיפער מענטש, וועט ער אויספארעמען די כאראקטערס פון די מעשה אויף א טיפער אופן. עס מוז נישט מיינען אז ער האט געמיינט עפעס א זייטיגע לימוד, אבער די וועג ווי אזוי ער שטעלט אים אויס קען אונז זאגן גאר אסאך אויף דעם מענטשליכן פסיכא. אדער מער פונקטליך, אויף די פסיכא פון דעם שרייבער.
אין אונזער מעשה, איז דער וועג ווי אזוי קאפקא לייגט אראפ אונזער גרעגאר אזוי פאכמאניש, אז עס ברענגט ארויס, טאקע אויף א קאריקאטורישע אופן, וואו מען פארגרעסערט אלע מאדנע חלקים פון דעם מענטש, אבער דאך זייער עכט און לעבעדיג, א געוויסע מצב וואו א מענטש קען זיך געפינען. אין דעם מעשה שפיר איך אז דער כאראקטער שטריך וואס באצייכנט דאס בעסטע גרעגאר איז דער געפיל פון פילן ווערדלאז. כדי צו פארשטיין וואס איך מיין וועל איך געבן עטליכע ביישפילן.
גרעגאר איז א סעילסמאן וועלכער ארבעט נישט כדי צו מאכן פרנסה, נאר כדי די פאמיליע זאל נישט דארפן ליידן פון א געוויסן ביזנעס מאן פאר וועמען זייער טאטע איז שולדיג געלט, מוז ער ארבעטן פאר יענעם ביז ער וועט אפצאלן דעם חוב. אז מען טראכט אריין קען דאס אליין מאכן א מענטש פילן ווי א גארנישט. ער ארבעט ווי א חמור (קאפקא לייגט אראפ ווי שטארק ער האט פיינט זיין ארבעט) און ניטאמאל זעט ער א פעיטשעק סוף חודש. און זיין משפחה אפרישיעיט אפילו נישט אז ער ראטעוועט זיי פון אונטערגאנג. יעדער וואס האט שוין אמאל געהאט דעם גוטן געפיל פון באקומען באצאלט פאר א שווערע זשאב זאל זיך פארשטעלן וואס דאס מיינט אז איין וואך באקומט מען נישט באצאלט. יעצט מולטיפלייט עס עטליכע הונדערט מאל, און איר שפירט זיך נידריגער ווי א שמאטע.
גרעגאר ווערט א שרץ. דאס איז לכאורה די נידריגסטע באשעפעניש אויף דער פלאנעט אין מענטשנ'ס אויגן. א פשוט'ער גראז האט מער חשיבות ביי א מענטש ווי א שרץ. דאס איז נאך אן אנדייטונג אז גרעגאר איז בעצם א גארנישט. אין זיך באנוצן מיט א שרץ אלס "די פארוואנדלונג" ברענגט קאפקא אויך ארויס אן עקל. דאס איז מיר געווארן פארשטענדליך נאכ'ן ריסורטשן און ליינען אז קאפקא אליין האט שטענדיג געפילט אז מענטשן וועלן ווערן פארעקלט פון אים. טראכט אריין וואס איר שפירט ווען א שרץ קריכט אויף אייער קערפער. יעצט נעמט דעם געפיל און טראגט עס אריבער צו אייער אייגענעם קערפער.
וויבאלד גרעגאר שפירט אזוי ווערדלאז, איז ער איבערצייגט אז ער איז א שטער פאר יעדן איינעם. כדי צו "מכפר" זיין אויפ'ן זיין א שטער, מוז ער עס קאמפענסעיטן דורך ארבעטן שווער, כדי ער זאל כאטש ברענגען עפעס נוצן פאר די פאמיליע. דאס איז די איינציגע מעגליכע סיבה פארוואס גרעגאר האט קיין איינמאל נישט אריינגערופן צו די ארבעט אז ער פילט זיך נישט גוט במשך די פופצן יאר. ער איז דא צו ארבעטן, און א מאשין וואס ארבעט נישט ווארפט מען ארויס, עס העלפן נישט קיין תירוצים אז דער מאשין פילט נישט גוט. אודאי האט ער זיך נישט געטרויט צו אויפהערן טון זיין תכלית.
איין איינציגער מענטש איז דא וואס האט נאך עפעס א ווייך פלאץ אין הארץ פאר גרעגאר. דאס איז זיין שוועסטער גרעטא. זי איז די איינציגסטע אין די משפחה וואס איז נישט פסיכאלאגיש פאר'סמ'ט, און זי האט ליב גרעגאר. דערפאר, אפילו נאכדעם וואס גרעגאר איז געווארן אן אינזעקט, האט זי אריינגעטראכט אין זיינע באדערפענישן און זיך צוגעשטעלט צו אים. זי האט אים פרובירט צו מאכן די מערסטע באקוועם וואס שייך, ווי למשל אים ברענגען דאס עסן וואס ער האט ליב אלס אינזעקט. (מיט דעם בין איך מחולק מיט הוגה וועלכער זאגט אז זיין משפחה האט אים באטראכט אלס א פשוט'ער שרץ. ווען יא וואלטן זיי אים גלייך ארויסגעווארפן און שוין).
צוביסלעך ווערט דער מצב פארערגערט, און די משפחה פארלירט דאס געדולד צו גרעגאר. וואס מער צייט גייט פארביי, אלס מער ווערט פארלוירן דאס ביסל רעספעקט וואס זיי האבן נאך געהאט צו אים. ביז איין טאג ווערט דער טאטע נערוועז פון אים און באווארפט אים מיט עפלעך. ער קימערט זיך גאנץ ווייניג אז ער גייט אים הרג'ענען אויף דעם אופן. גרעגאר איז אבער בכלל נישט שאקירט, אדרבה, עס זעט עס ווי ער ערווארט עס. וואס דען קומט זיך פאר אזא ווערדלאזע באשעפעניש. זיין איינציגע דאגה איז פראקטיש, ווי אזוי זיך צו ראטעווען פון די עפלעך.
ענדליך ווען ער טרעפט א וועג ארויס פון אונטער זיין ברוטאלער טאטע, בלייבט ער פארוואונדעט פון די אטאקע. אן עפל בלייבט אריינגעזינקען אויף זיין רוקן, ביז עס ווערט פארשימלט און עס ליגט דארט ביז זיין טויט. קיינער קימערט זיך אפילו נישט עס אראפצונעמען. גרעגאר'ס סטאקס האלטן שוין כמעט ביי זערא.
עס איז מיר געווען א גרויסער חידוש אז גרעגאר פילט קיינמאל נישט פארשעמט. ער פילט אומבאהאלפן, דערשראקן, פארלוירן, שולדיג, אבער נישט פארשעמט. דאס איז זייער מאדנע פאר א מענטש וועלכער ווייסט אז ער זעט אויס ווי א שרץ. אבער די סיבה איז לכאורה פשוט. כדי צו פילן פארשעמט דארף מען האבן עפעס זעלבסטווירדע, מען דארף זיך באטראכטן אלס א מענטש וואס פארדינט זיך רעספעקט, און דערפאר, ווען מען געפינט זיך אין אן דיסרעספעקטפול סיטואציע שפירט מען פארשעמט. אבער גרעגאר באטראכט זיך נישט אלס איינעם וועמען עס קומט רעספעקט, ממילא קען ער נישט פילן פארשעמט.
גרעגאר'ס טאטע האט פארדינגען א צימער אין די דירה פאר עטליכע פרעמדע מענטשן. די מענטשן בעטן פון זיין שוועסטער, וועלכע איז א הערליכע מוזיקאנט, צו שפילן אויף איר פידל. זיין שוועסטער הייבט אן שפילן א ציענדע, מעלאנכאלישע (דעם ווארט נוצט קאפקא) מעלאדיע, אבער די מענטשן זענען נישט עכט אינטערעסירט דערין. גרעגאר הערט די זיסע קלאנגען און עס בענקט זיך אים צו הערן אביסל די געזאנגען פון זיין ליבן שוועסטער וואס האט אמאל געהאט טיפע געפילן צו אים.
גרעגאר, וועלכער איז שוין יעצט איינגעטינקען אין שמוץ וואס קיינער קימערט זיך נישט צו רייניגן, הייבט אן שפאצירן לאנגזאם צו דעם צימער וואו זיין שוועסטער געפינט זיך. געווענליך ליגט ער איינגעשפארט אין זיין צימער. ער קען זיך קוים רירן צוליב דעם וואס ער האט נישט געגעסן אין די לעצטע פאר וואכן זינט ער האט פארלוירן זיין אפעטיט. אבער יעצט האט אים דער ניגון פון זיין שוועסטער אזוי שטארק געצויגן, אז עס האט אויפגעוועקט דאס לעצטע ביסל לעבעדיגע געפילן וואס ער האט נאך געהאט אין זיך, און עס האט זיך ערוועקט אין אים א באגער צו הנאה האבן די איין מאל פון א שיין שטיקל מוזיק.
גרעגאר קומט נענטער און נענטער. ער איז שוין ממש נעבן דעם פידל און ער זעטיגט זיך אן מיט די הערליכע קלאנגען. פלוצלינג באמערקט אים איינער פון די מענטשן און ער גיבט א שריי פון עקל. דער גאנצער צימער קערט זיך איבער. גרעטא'ס פידל פאלט ארויס פון אירע הענט. די מענטשן לויפן ארויס. דער טאטע שרייט מיט אומבאנומענע קולות, און די מאמע וויינט.
די לעצטע געלעגנהייט אז גרעגאר זאל פילן ווי עפעס א יש איז צענישט געווארן.
דעם נעקסטן טאג איז גרעגאר אויסגעגאנגען.
גרעגאר איז נישט באגאנגען זעלבסטמארד. קיינער האט אים אויך נישט גע'הרג'עט. נאר ער האט פשוט פארלוירן יעדן זכות צו בלייבן לעבן. זיין גורל איז געווארן פארזיגלט אלס עפעס וואס מען האט שוין אויסגענוצט ביז'ן מאקסימום און פון יעצט און ווייטער וועט עס בלויז ברענגען שאדן, ממילא איז ער טאקע געשטארבן. און ווען ער שטארבט רופט די דינסט אויס מיט פרייד, "עס איז געשטארבן!" קאפקא חזר'ט איבער דעם ווארט "עס" עטליכע מאל אין פארשידענע זאצן, צו צייגן אז זי גיבט אים אפילו נישט אפ דעם כבוד צו זאגן "ער" איז געשטארבן.
נעמענדיג אין באטראכט קאפקא'ס לעבנס געשיכטע, איז בכלל נישט קיין אויסציה צו זאגן אז "די פארוואנדלונג" איז בעצם א געשיכטע ווי אזוי קאפקא אליין פילט. כ'זאג נישט אז קאפקא האט דאס געמיינט, אבער עס איז קלאר אז כדי צו קענען אראפלייגן די פסיכאלאגישע מציאות אזוי לעבעדיג מוז מען אליין האבן געלעבט אזוי.
עס איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען אז נאכדעם וואס גרעגאר שטארבט ווערט די גאנצע משפחה פלוצלינג בשמחה. זיי מופן צו א נייע הויז, און ווי הוגה האט שוין דערמאנט, גייט מען שוין זוכן א חתן פאר גרעטא. יעדער איינער איז פרייליך. בעצם האט דאס נישט קיין פשט. ווי אזוי קען זיין אז אן אומבאוועגליכער שרץ וואס ליגט איינגעשפארט אין א צימער האט זיי געשטערט צו זיין פרייליך? נאר דאס איז א חלק פון גרעגאר'ס אילוזיע אז ווי נאר ער וועט שטארבן וועט יעדער ווערן גליקליך. זיין עקזיסטענץ איז לעול ולמשא פאר די גאנצע וועלט.
פארוואס זאג איך עס אייך? כדי איר זאלט וויסן אז עס זענען פארהאן אזעלכע גרעגאר'ס צושפרייט און צוזייט איבעראל. מענטשן וואס שפירן זיך אינגאנצן אויסגעלאשן פון א רוח חיים און אז קיינער דארף זיי נישט האבן. אין רעאליטעט איז דאס בלויז אן אילוזיע וואס שפילט זיך אפ אין מוח. אן אבסורדאלע אילוזיע וואס עקזיסטירט נישט אין ערגעץ אויסער אין דעם אייגענעם נפש און אין פיקציע ביכער. געווענליך קומט דאס צוליב'ן האבן אין לעבן אזא פיגור ווי גרעגאר'ס טאטע, וועלכער באווארפט מיט עפלעך ווען מען שטייט אים אין וועג. און מען דארף וויסן אז מען טאר זיך נישט לאזן פון אזעלכע אילוזיעס, כדי שלא תמות כדרך שמת גרעגאר.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 7:09 pm
דורך ממרום שלח אש
א דאנק פאר אלע באטייליגטע אין דיזן אשכול, איך האב פון קאפקא'ן קיינמאל נישט געהערט בעפאר, איך בין אייך אלע דאנקבאר פאר די אנטדעקונג, ספעציעל פארן פותח, מר. [tag]הוגה[/tag].
די לינק צו די בריוו איבער בעלז איז לדאבוני מער נישט אקטיוו, אויב איינער האט א אנדערע מקור דערצו, ביטע מיטטיילן.
ווי [tag]יאיר[/tag] בין איך נישט קיין חסיד פון אריינלערנען קיינע כוונות, אויב האב איך א געדאנק איז דאך א שאד אנצוהענגן און קרעדיטירן יענעם, כקען דאך זאגן בשמי, חוץ ווען אמאל פעלט זיך אויס אז די דברים זאלן נתקבל ווערן וויל מען זיך תולה זיין (בוקי סריקי) אין א אילן גדול, דאס איז שוין א צווייטע מעשה וואס איז סעלף סערווירענד און נישט אויפריכטיג. (איי ייאיר איז גענצליך גרייט אריינצולערנען מאדערנע באגריפן אין ארגינעלע אידישקייט וואס גאט וויינט שוין דערויף (ירמיהו פרק יט)"אשר לא צויתי ולא דברתי ולא עלתה על לבי", איז כדי שלא תהא סתירה מיאיר איאיר וועט מען מוזן צוקומען אז תורה ויהדות שאני, ווי גאט אליין זאגט עטליכע קאפיטלען שפעטער (ירמיהו פרק כג) הלוא כה דברי כאש, נאום-ה' וכפטיש, יפוצץ סלע. וכל מה שתלמוד ותיק עתיד לחדש וכו. כאטש אויב קוקט מען אין קאנטעקסט פון ירמיהו כ"ג "הנני על-ניבאי חלומות שקר, נאום-יהוה, ויספרום ויתעו את-עמי, בשקריהם ובפחזותם; ואנוכי לא-שלחתים ולא ציוויתים, והועל לא-יועילו לעם-הזה--נאום-יהוה" גלייבט זיך אז גאט איז זיך גאר מתמרמר אז זיינע ווערטער ווערן צושטיקעלט אויף ע' פנים, און נישט אז ער געבט לייסענס דערפאר...)
נאר דער אמת איז, אז אמאל איז א געוויסע ווערק אזוי מאכטפול אז ווילאנג מען איז אונטער דעם רושם וויל מען ווייטער אטעמען דערמיט, מען וויל עס איבערשמועסן און איבערטראכטן און אויפקומן מיט נייע אנגלען פשוט מען וויל זיך ווייטער משתשע זיין און נישט אפגעזעגענען, אדער ווייל מען איז אזוי פארגאפט און אנציקט פונעם מחבר אז עס ווילט זיך בעסער פארשטיין און אריינקריכן אין זיין מח, אבער לכאורה איז עס נגד השכל והדעת און א ביטול הזמן און נישט פון קיין שום ערענסטע ווערט.
דוגמא לזה, אמאל תיכף נאך א מאכטפולע פילם זוכט מען אנליין פארשידענע פירושים און טעאריעס איבער די מיין דערפון, אדער אפילו סתם ביהיינד די סין קליפס, ווערטלאזע טריוויע, אינפארמאציע איבער דעם שרייבער, דירעקטאר וכו. אבער אז עס גייט אדורך עטליכע טעג, וועט מען מיט א ניכטערע בליק נישט טראכטן פון פארברענגען נאך צייט דערויף.
פארשטייט זיך אז ליטערארישע ווערק וואס זענען געווענליך טיפער און פארשוואנגערט און געבוירן ביי גרעסערע מחות, איז א מער ווערטפולע ערד ווי עס לוינט מער צו אקערן, אבער שליסליך איז עס די זעלבע בחינה. דער מחבר זאגט וואס ער האט געוואלט זאגן אויב וואלט ער אינזין געהאט וואס דו טראכסט וואלט ער עס ארויסגעשריבן.
לסיום, אקערן און זוכן מיינונגען אין מעשי ידי אדם, איז מער געפיל ווי לאגיק. כנלע"ד.
צוריק צו קאפקא'ן, איך האב געטראפן א מאמר איבער קאפקא און זיין באציאונג צו אידישקייט
http://chabadstanford.org/article.htm?T ... -Kafka-131עס איז אינטערעסאנט ווי ער שרייבט אין א בריוו צו א גערער חסיד אין וועמענס טאכטער ער האט זיך פארליבט לסוף ימיו, אז ער זוכט צוריקצוקומען צו אידישקייט.
In this letter he explained that although he was not a practicing Jew in her father's sense, he was nevertheless "a repentant one, seeking 'to return'"
האט נישט געוואלט חתונה האבן ווייל ער פארשטייט נישט דערווייל די תפקיד פון א איד אין די מערב וועלט, וויאזוי קען ער אראפברענגען קינדער צו אזא אומתכליתדיגע צומישעניש (מיין אפטייטש)
דאס זענען די ווערטער
"What I have to do, I can only do alone. Become clear about the ultimate things. The Western Jew is not clear about them, and therefore has no right to marry. There are no marriages for them. Unless he is the kind that is not interested in such things--businessmen for example"
נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 2:51 pm
דורך יידל
איך האב לעצטנס געליינט די מעטאמארפאסיס, און נאכן מיטטיילן מיינע איינדרוקן מיט א חבר, האב ער מיר דערמאנט פון דעם אשכול אין קאווע שטיבל. איך האב זיך געוואלט נעמען שרייבן ווען כ'האב שנעלערהייט דורכגעבליקט דעם אשכול און כ'האב געזען אז זכיתי לכוון לדעתו הגדולה פון בן זומא. עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז קאפקא האט דירעקט געוואלט ארויסברענגן דעם אומאפשיי און אומשאק וואס גרעגאר האט צו זיין נייעם מצב, און זיין עיקר דאגה איז נאר אויף די פראקטישע רעזולטאטן פונעם מעטאמארפאסיס. פארגלייך דאס מיט זיינע עלטערן און זיין שוועסטער'ס שאק, איז עס ממש נישט צום פארשטיין וויאזוי גרעגאר איז ווי בלינד צו זיין מצב.דאס ברענגט מיר צו א פארקערטע אנאליז ווי הוגה וועלכער טענה'ט אז עס איז אלעס אין גרעגאר'ס דמיון. פונקט פארקערט, גרעגאר כאפט בכלל נישט אז דא האט פאסירט א טראגעדיע, און זיין מוח איז דאס עפעס א טעכנישער פראבלעם וואס קען גרינג געלייזט ווערן, עכ"פ אין אנהייב.
נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 3:24 am
דורך יאיר
(איי ייאיר איז גענצליך גרייט אריינצולערנען מאדערנע באגריפן אין ארגינעלע אידישקייט וואס גאט וויינט שוין דערויף (ירמיהו פרק יט)"אשר לא צויתי ולא דברתי ולא עלתה על לבי", איז כדי שלא תהא סתירה מיאיר איאיר וועט מען מוזן צוקומען אז תורה ויהדות שאני, ווי גאט אליין זאגט עטליכע קאפיטלען שפעטער (ירמיהו פרק כג) הלוא כה דברי כאש, נאום-ה' וכפטיש, יפוצץ סלע. וכל מה שתלמוד ותיק עתיד לחדש וכו. כאטש אויב קוקט מען אין קאנטעקסט פון ירמיהו כ"ג "הנני על-ניבאי חלומות שקר, נאום-יהוה, ויספרום ויתעו את-עמי, בשקריהם ובפחזותם; ואנוכי לא-שלחתים ולא ציוויתים, והועל לא-יועילו לעם-הזה--נאום-יהוה" גלייבט זיך אז גאט איז זיך גאר מתמרמר אז זיינע ווערטער ווערן צושטיקעלט אויף ע' פנים, און נישט אז ער געבט לייסענס דערפאר...)
שיינע שטיקל תורה...
לעצם הענין אולי אתה צודק, אבל כבר התירו פרושים את הדבר. (פי' רש"י: פרושים כמשמעו).
נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 3:27 am
דורך יאיר
אבטולמוס האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:ווען ער שטארבט רופט די דינסט אויס מיט פרייד, "עס איז געשטארבן!" קאפקא חזר'ט איבער דעם ווארט "עס" עטליכע מאל אין פארשידענע זאצן, צו צייגן אז זי גיבט אים אפילו נישט אפ דעם כבוד צו זאגן "ער" איז געשטארבן.
דוכט זיך מיר אז עס איז גראדע גרעטע וואס איז די ערשטע זיך צו באציען צו גרעגאר ווי "עס". און דאס געשעט פלוצלינג, נאך דעם פידל אינצידענט.
איך מיין אז די ערשטע איז די דינסט, נאר נישט ווען ער שטארבט, נאר גלייך ווען זי זעט אים. זי רופט אים שטענדיג "עס". נאר ביים שטארבן איז זי די ערשטע וואס זעט אים און ווערט פטור פון אים, ממילא קומט דאס ארויס זייער בולט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:27 pm
דורך ונבנתה העיר
הבחור המפואר.
Re: פראנז קאפקא - The Metamorphosis
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 9:17 am
דורך טאמבל סאס
https://youtu.be/g4LyzhkDNBMSent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 5:56 pm
דורך לאשיצער
https://archive.org/details/nybc209748קאפקא'ס מייסטערישער ראמאן "דער פראצעס" (The Trial) איבערגעזעצט פון מלך ראוויטש
Re: פראנז קאפקא - The Metamorphosis
נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 6:42 pm
דורך טאמבל סאס
יאנקל האט געשריבן: בראד איז געווען קאפקא'ס ליטערארישער עקזעקיוטאר, און ער איז דער וואס האט מזכה געווען די וועלט מיט נאך חיבורים פון קאפקא נאך זיין טויט, טראצדעם וואס קאפקא האט אים באפוילן זיי צו פארברענען. (כעין דעם היתר פון דעם צאנזער רב צו דרוקן דעם "זרע קודש" פון ראפשיצער רב.)
https://youtu.be/Ms8OlGw38A8Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 4:27 pm
דורך מי אני
יאיר האט געשריבן:לאמיר אבער קודם קלאר מאכן אז איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון די פשט'לעך וואס ליטעראטור פראפעסארן לערנען אריין אין געשריבענע ווערק. א מעשה איז א מעשה, און אזוי לאנג ווי מען האט נישט ראיות ברורות אז דער שרייבער האט געהאט עפעס א טיפע כונה דערמיט איז א שאד יעדע מינוט וואס מען פארברענגט צו ארויסקוועטשן עפעס א לומד'ישע תורה.
ווי אזוי איך פארשטיי איז די קאנצעפט פון ״אריינלערנען״ וכו׳ אין ארט, ליטעראטור אד״ג, הגם מ׳קען טענה׳ן אז ״נישט דאס האט דאך דער מחבר געמיינט״, איז ווייל ווי אויסגעשמועסט
דא איז ניתן להיאמר אז מחשבה איז העכער, פריער, און אפגעטיילט (צו עפעס אן עקסטענט) פון דיבור. דעריבער, ווען אן ארטיסט (בפרט אויב איז ער באקאנט אלס טיפער מענטש) מאלט אויס עפעס א זאך, שרייבט עפעס וכו׳ אסאך מאל (צו גאר אלעמאל) קען ער/זי זיין אומבאוואוסטזיניג
אליין צו זיינע מחשבות אין די נושא און קען דעריבער דאס נישט ארויסברענגען מכח אל הפועל; סיי ווייל דאס איז בעצם העכער ווערטער און סיי ווייל ער/זי אליין איז מעגליך אומבאוואוסטזיניג דערצו [צו זיין אייגענע מחשבות, ביאנד זיין בפירוש׳ע קאנשעס מחשבה].
Re: פראנז קאפקא - The Metamorphosis
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:48 pm
דורך גראף
וואו איז טאקע @ישראל קאפקע ?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
ער וואוינט אין די פראדזשעקטס. און דאוונט אין קאפיש'ער ביהמ"ד...!
פראנז קאפקא - The Metamorphosis
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 7:09 pm
דורך מי אני
https://youtu.be/wkPR4Rcf4wwדאס קען אויך דינען פאר א לעססאן איבער אונזער געזעלשאפט.
נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2020 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני: די הויפט לעססאן וואס מ'קען זיך ארויס לערנען פון פראנץ קאפקא'ס לעבן איז אז כאטש ער איז געווען אן אויסערגעווענלייכער טאלאנטפולער שרייבער איז ער געווען א שטארק אומסטאבילער מענטש אין זיין פערזענליכן לעבן. מ'קען אפשר זאגן אז ער איז אדורך עטליכע סטעידזשעס פון מעטאמארפאוסיס...!