בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2018 12:40 am
דורך כלבאשבוע

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2018 1:23 am
דורך איסר האטלקי
שאקירנדע אויפדעקונגען!

ווער ס'האט נאר אמאל געלערנט אין א ישיבה האט שוין בייגעוואוונט אזוינע סיטואציעס....

Re: די מיסטעריעזע מארד פון הבחור חיים ווייס הי"ד, תשמ"ז

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 11:47 am
דורך קל וחומר
לויט וואס דער דאקטאר האט באשטעטיגט אז די מארד איז געווען כמעט אידענטיש צו צוויי אנדערע מארדן אינעם געגנט, איז די פראגע ווער איז געווען פאראנטווארטליך פאר יענע מארדן?
די טעאריע פון מאפיע קען מען אננעמען אלס חשש אויב וועט מען זאגן אז זיי האבן געצאלט דעם דשעניטער צו אויספירן דעם מארד, אדער עכ"פ צו געבן גענוג אינפארמאציע און עקסעס צום בנין אז זיי זאלן עס קענען טוהן אומגעשטערט.
עס בלייבט נאר איבער צו וויסן אויב מען האט בכלל אויסגעפרעגט דעם גוי און צו ער האט בכלל געקענט די בחורים ביי די נעמען וכדו'.

(די סיבה וואס מאכט מיך קלערן אז ס'נישט געווען א סיריעל קילער סטיל מארד איז, וויבאלד דאס קומט געווענליך מיט מיט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוס וואס איז נישט געווען א פאקטאר אינעם פרשה.)

דאס אז א משגיח איז געווען אביוסיוו ברויך אויך גענומען ווערן ערענסט. ס'מעגליך אז דער משגיח האט אים נישט געמיינט צו הרגענען, נאר קודם גוט געשעדיגט, און נאכן זעהן וואס ער האט אפגעטוהן אויס מורא אז ער וועט אים פארמסר'ן האט ער אים געפארטיגט. (די שרייערייען זיינע זאגט נישט גארנישט, דאס קען קומען פאר פחד פון אנטדעקט ווערן).

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:10 am
דורך berlbalaguleh
:shock: קל וחומר: ביז די לעצטע שורה ביניך מסכים מיט דיר. די לעצטע שורה איז עפעס מיסטעריעז. ווער האט געשריגן...?! וואס מער מ'טיעפט זיך אריין אין דעם קעיס באקומט זיך דער איינדרוק אז איינער פון די סטעף וועלכער האט געהאט צוטריט און א מאטיוו איהם צו הרגנ'ען, ר"ל, האט געטון דעם דזשאב. און יעצט גייט אן א קאווער-אפ. ווארשיינליך צוליעב די ..."חשיבות"... פון דעם פארשוין...!

בימי הבית וואלט מען געדארפט ברענגען אן עגלה ערופה...!

ס'איז אינטרעסאנט אז די געלערענטע גויים, ווען זיי ווילן זאגן אז איינער ציעט זיך ארויס פון נעמען די שולד פאר עפעס אויף זיך, זאגן זיי אז ער האטציך ..."געוואשן"... די הענט פון דעם...!

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:12 am
דורך שמעון וואלף
איסר האטלקי האט געשריבן:שאקירנדע אויפדעקונגען!

ווער ס'האט נאר אמאל געלערנט אין א ישיבה האט שוין בייגעוואוונט אזוינע סיטואציעס....

ווענדט זיך וועלכע ישיבה. כל ימי גדלתי בין כותלי ישיבה און כ'האב נישט בייגעוואינט מיטאמאל בדומה לו

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:20 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:

בימי הבית וואלט מען געדארפט ברענגען אן עגלה ערופה...!

ס'איז אינטרעסאנט אז די געלערענטע גויים, ווען זיי ווילן זאגן אז איינער ציעט זיך ארויס פון נעמען די שולד פאר עפעס אויף זיך, זאגן זיי אז ער האטציך ..."געוואשן"... די הענט פון דעם...!

טאקע אינטערעסאנט. כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט די אויסדריק

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:22 am
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:בימי הבית וואלט מען געדארפט ברענגען אן עגלה ערופה...!

וואס עפעס נאר בזמן הבית?

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:24 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: איך האב עס שוין א סאך מאל געליינט אדער געהערט אלס אן אויסדרוק..."He washed his hands of the situation"...!

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:27 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:בימי הבית וואלט מען געדארפט ברענגען אן עגלה ערופה...!

וואס עפעס נאר בזמן הבית?

רביה"ק זי"ע: דו האסט שוין געהערט אז אין די לעצטע 2,000 יאר זאלל מען ברענגען אן עגלה ערופה...? אויך. דער פסוק רעדט ווען מ'טרעפט א חלל אינמיטן וועג. נישט אין א הויז...זאגט די גמ' ווייל די שטאט מענטשן זענען יא א טייל שולדיג. מ'וואלט דעם מענטש געדארפט צו באגלייטן...!

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:34 am
דורך רביה''ק זי''ע
ס'שטייט אז עגלה ערופה גייט נאר אן אין ארץ ישראל, אבער אז ס'האט מיט'ן בית המקדש צוטון האב איך קיינמאל נישט געהערט.

ס'שטייט אויך אז נאכן אפהאקן די קאפ פון דעם אייזל קריכן ארויס פון די נבילה מאסן ווערים און זיי קריכן ביז'ן רוצח. איך בין נאר נייגעריג וואס ס'וועט געשען ווען מ'וועט עס טון... ... ... וואס וועלן זיי דעמאלטס זאגן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
מארגן ווערט 36 יאהר
:(

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 9:48 pm
דורך פאלאצ'ינטא
חתם סופר האט געשריבן:צום ערשטע מאל געט חיים ווייס'עס טאטע א אינטערוויו וועגן די שרעקליכע פארסירונג

וואס באהאלטען זיי? ביידע ווילן נישט רעדן? עפעס שמעקט נישט גוט דא. איך האב מורא אז נ. ר. איז גערעכט. מען האט איהם ליידער(ל"ע) ג'הרגט ה"י

דער אמת וועט אמאהל ארויסקומען און עס גייט זיין ביטער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:11 pm
דורך ונבנתה העיר
שפאצירנדיג היינט צווישן די טויטע, האביך זיך אנגעטראפן אין זיין קבר.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 9:36 pm
דורך שמן למאור
האסט א פעטיש צו שפאצירן צווישן טויטע?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:20 pm
דורך ונבנתה העיר
נו ודאי, זיי האבן אסאך צו דערציילן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 3:03 am
דורך קהל'ס נער
ונבנתה העיר האט געשריבן:נו ודאי, זיי האבן אסאך צו דערציילן.
דורש אל המתים?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 8:02 am
דורך אבזערווירער
ונבנתה העיר האט געשריבן:שפאצירנדיג היינט צווישן די טויטע, האביך זיך אנגעטראפן אין זיין קבר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 8:08 am
דורך אבזערווירער
ונבנתה העיר האט געשריבן:שפאצירנדיג היינט צווישן די טויטע, האביך זיך אנגעטראפן אין זיין קבר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 8:10 am
דורך אבזערווירער
אבזערווירער האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:שפאצירנדיג היינט צווישן די טויטע, האביך זיך אנגעטראפן אין זיין קבר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:45 pm
דורך ונבנתה העיר
קהל'ס נער האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:נו ודאי, זיי האבן אסאך צו דערציילן.
דורש אל המתים?
ציו"ן היא, דורש אין לה, מכלל דבעי דרישה.

-----------

אויף די מצבה שטייט 'שבת קודש היה', על משקל 'יום ערב שבת היה' פון די קינה אויף די עשרה הרוגי מלכות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 6:06 pm
דורך חמלה גדולה
@אבזערווירער
these are not real pics they r from a tv program
episode 25
https://www.amazon.com/gp/video/detail/ ... _select_s4