בלאט 2 פון 12
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:20 pm
דורך ונבנתה העיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער קינד הייסט היינט יידל.
זעהט זיך אויס אז מ'קען אים נישט אזוי אוועקמאכן מיט אזא שנעלקעלע
זעהט אויס אז יידל איז געווען אויף די בעלזא חתונה...
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:57 pm
דורך הערשי
דער מלאך הייסט סנטראל, כמובאר. ער האט זיך פאר'חלום'ט אויף א מינוטקעלע ואירע מה שאירע. הדא הוא דכתיב, הן במלאכיו ישים תהלה. אויפצומארגענס האט מען אים משלח געווען, און זינט דאן זעט מען איבערגיין די קלאסיפיידס אין די תורה קאנעקשאנס.
עס איז מערקווירדיג ווי געווענליכע גאנץ נארמאלע מענטשן קויפן פאר גוט געלט די לעכערליכסטע אפרילס-טאג נארישקייט אויב ס'איז בשייכות ענייני דת. כ'מיין אז די דאזיגע ערשיינוג גופא קען מען נוצן לחזק ברכיים כושלות, פאר קינות'ן, דאס הייסט. רב יחזקאל לווינשטיין וויל נישט הערן. פשוט, אויב ווערט ער א מאמין על מנת ס'איז אמת, וואס ווערט ער דאן אויב ס'איז שקר?
איי איי, דער רמב"ם וואלט געהאט א בלוט שטורץ העט ער עס ווען דערלעבט. מי יגלה עפר עיניך. סורו מהר פון דיינע עקרים און טאנצן ארום גאלדענע באבע מעשיות און שרייען אלה אלוהיך ישראל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:05 pm
דורך נולד מאוחר
נאם אמאל דער פליק קען מען דאך זען ביי יעדען איינעם. פארוואס איז דא די שפאלט אונטער דו נאז אויב נישט פון די מלאך?
וואס זאגן די גוים וואס ווייסען נישט אז די מלאך געבט א פליק?
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:13 pm
דורך ברעט מענינג
נאך אזאך וואס איך זעי איז, אז ביי איינעם איז עס טיפער אין ביי א צווייטען נישט! וואס פשט?!
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:20 pm
דורך יידל
אגב, דער מאנדל האט יא א שפאלט אונטער די נאז.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:36 pm
דורך שמעקעדיג
די "שפאלט" אונטערן נאז איז סתם א דזשאוק. דער מלאך גיט נישט א פיזישע שטארקע שנעלקע, קאם אן!
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:04 pm
דורך נולד מאוחר
די שפאלט טוט עפעס בענעפעטירן פארן מענטש?
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:10 pm
דורך שמעקעדיג
אודאי. עס מאכט גרינגער נאך די חתונה צו לייגן די 2 פינגער דערויף, און א וויש טאן די וואנצעס - וועלכע זענען צוטיילט מחצה על מחצה א דאנק דעם שמעלקא - מימין ומשמאל ווען די פינגערס ווערן ברייטער און דערנאך גיט מען א גלעט דעם בארד ביז אראפ. שטעל דיר פאר ווען מען דארף גיין אל-דע-וועי צו די לינקע זייט, און גלעטן ביזן רעכטן זייט, און נאכדעם צוקוועטשן די בארד! לא מצאנו ידינו ורגלינו! עס מאכט נישט קיין סענס
(קאווע טרינקער, שריי מעך נישט אן!)
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:15 pm
דורך מאטי
נולד מאוחר האט געשריבן:די שפאלט טוט עפעס בענעפעטירן פארן מענטש?
http://www.wisegeek.com/what-is-the-pur ... iltrum.htm
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:45 pm
דורך נולד מאוחר
דארט שטייט
Humans aren't the only ones that have philtrums. Most mammals, including dogs and many primates have a philtrum too.
זאלט עטס נישט זיין סארפרייזעד אז איין טאג נעמט זיך אן אייזל רעדן שטיקער גמ'. דארט קען זיך אויך מאכן אז די מלאך זאל פארזען איין אייזל.
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 12:38 am
דורך איחוד פעלד
העי העי, פאר די רעדסט פין די אייזלען, וואס מיט דער עם הדומה לאייזלען, פארוואס האבען זיי א שנעלקע אין די נאז? וועלכע דברי תורה דארפען זיי פארגעסען? וצע"ג.
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:03 am
דורך דעת תורה
איחוד פעלד האט געשריבן:העי העי, פאר די רעדסט פין די אייזלען, וואס מיט דער עם הדומה לאייזלען, פארוואס האבען זיי א שנעלקע אין די נאז? וועלכע דברי תורה דארפען זיי פארגעסען? וצע"ג.
שמעקעדיג האט געשריבן:די "שפאלט" אונטערן נאז איז סתם א דזשאוק. דער מלאך גיט נישט א פיזישע שטארקע שנעלקע, קאם אן!
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:19 am
דורך בדחן
שמעקעדיג האט געשריבן:די "שפאלט" אונטערן נאז איז סתם א דזשאוק. דער מלאך גיט נישט א פיזישע שטארקע שנעלקע, קאם אן!
מהיכי תיתי?
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:28 am
דורך נולד מאוחר
למה לי קרא סברא הוא.
דער וואס זאגט אז יא דארף ענטפרן אויף די מהיכי תיתי שאלה
דרך אגב די גמ זאגט אז ספאסירט במי עמו כיון שבא לאוויר העולם. ממש פארן ארויסקומען.
היינט קען מען דאס זען במי עמו ווי סהאט דאס שפאלט סך פאר סקומט ארויס.
כ'מיין אז די גמ' זאגט סברענט א לעכט אויפן קאפ פונעם קינד. דארט פרעגסטו אויך מהיכי תיתי אז מ'רעדט נישט פון ממש א ברענעדיגע לעכט?
ס'איז שכיח הארט בערנס ביי פרעגנענסי, נו אז ס'ברענט א לעכטל אודאי איז דא הארט בערנס.
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 11:35 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:דארט שטייט
Humans aren't the only ones that have philtrums. Most mammals, including dogs and many primates have a philtrum too.
זאלט עטס נישט זיין סארפרייזעד אז איין טאג נעמט זיך אן אייזל רעדן שטיקער גמ'. דארט קען זיך אויך מאכן אז די מלאך זאל פארזען איין אייזל.
האט דען נישט אן אייזל זיך גענומען רעדן?! בלעמם'ס אייזל. זייט דאמאלס האבן שוין א סאך אתונות אויפגעמאכט דעם פה.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:39 pm
דורך איציק
נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז שכיח הארט בערנס ביי פרעגנענסי, נו אז סברענט א לעכטל אודאי איז הארט בערנס.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:08 pm
דורך מבני משה
טייערע ייודן עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן מעשיות, (נאך אזוי גרינג ווי צו מאכן די מעשיות), אבער דאס איז אלעס גוט ווען מען פארציילט א מעשה פון הונדערט יאר צוריק, (וואס איז אדער יא אדער נישט), אבער א מעשה פון א ייוד וואס לעיבט, און אלע וואס האבן עים אויס פרובירט לעבן נאך, איז שווער אוועק צו מאכן, מען קען זיי דאך פרעגן,
בדא"ג איך האב געהערט די מעשה פון ר' יעקב מאיר שכטר, און ער האט אויס פרובירט דעם יונגל אויף די ספרים פון ר נחמן מברסלב און דער יונגל האט געזאגט אויף אויסווענדיג אלעס, אויך האט דער יונגל געקענט א טייל פון די ספרים פון ר נתן דער תלמיד פון ר נחמן, (איך ווייס נאר נישט וועלכע יא און וועלעכע נישט)
דער אויבן דערמאנטע יונגל איז היינט א זיידע מיט קינדער און אייניקלאך, ער הייסט ישראל משה מאנדל, ער וווינט אין קרית צאנז נתני' שבארץ ישראל,
קינות גירושין האט געשריבן:
"זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון"
אמת ער דעדט נישט וואס איז פארגעגאנגען ביים בעלז'ר רב אין שטוב, (איך ווייס נישט אויב ער געדענקט בכלל) אבער פון די גאנצע מעשה, רעדט ער יא, (פארשטייט זיך נאר ווען ער איז אין דע מאד, און פאר וועם עס געפעלט עים).
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
"איך קען זיין ברודער, א הענט ליינער און א שטערן זעער"
עס איז נישט א ברידער עס איז א נעפיא (נחמן)
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:18 pm
דורך קינות גירושין
מבני משה, אפשר לייגסטו ארויף א קליפ אויף יוטוב איך זאל עס אויך קענען זעהן
סאיז דאך נישט א מעשה פון 100 יאר צוריק
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:23 pm
דורך זר זהב
האט ר' שמעלקע ניקלשבורגער באקומען א שמעלקע?
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:42 pm
דורך זר זהב
אה, שוין געטוישט דאס קעפל צו שנעלקע
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:45 pm
דורך מבני משה
נישט אלעס גייט אויף יוטוב, אבער קענסט אריבער פארן צו די אויבן דערמאנטע שטאט און כאפן א שמיעס מיט עים,
אויב קומסטו בייטאג קענסטו עים טרעפן אין דע לאניאדו שפעטאל, ער ארבעט דארט,(איך ווייס נישט וואס איז זיין ארבעט, אבער שמעתי אז דארט ארבעט ער)
קינות איך זעי עס קומט דיר אן שווער די דארפסט אונהייבן גלייבן
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:50 pm
דורך מבני משה
[quote="בעריש"]פון וויקעפידיע
[b]הסיפור מוזכר בספרו של הרב יעקב ישראל קנייבסקי "חיי עולם" כהוכחה לאמיתות עניין גלגול נשמות.[5]
הרב לוינשטיין ענה: "העובדה אמת היא. בתי וחתני [הרב ראובן גינזבורג] גרים שתי דירות לאותה משפחה, ובתי ראתה את הדבר וסיפרה לי אודותיו... כי אף שהילד גר בבני ברק לא רחוק ממני, הרי שמעתי אודות הדבר מבתי ומאמין אני לה". ומוסיף: "כבר חשבתי לילך בעצמי לראות את הפלא, אמנם חזרתי בי, ומה שעלתה על לבי לראות בעצמי, עצת היצר הרע היא להרוס כל אמונתנו שנבנית על 'אבותינו סיפרו לנו', והיינו שדבר הנשמע לנו מאדם נאמן... די לנו בזה להאמין בו"[7].[8]
די מעשה מיט ישראל משה מאנדל איז געווען און ירושלים, און ער האט געוווינט און ירושלים, ווייסט איינער אפשר צי עס איז געווען נאך א מעשה איבער וואס עס ווערט דערמאנט און חיי עולם מיט א יונגל פון בני ברק,
(און וועלעכע גוטע ייוד האט עים מתקן געווען)?
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:57 pm
דורך קינות גירושין
איך ווייס אליינס נישט פארוואס איך גלייב נישט די מעשה אפשר וועגן די פיל נוסחיות המעשה, עפעס מאכט דא נישט קיין סענס, דעס וואלט ווען געדארפט אויף שטארמען די וועלט אזוי ווי קריאת ים סוף און ירידת המן אויף צו ווייזען די אמתיות התורה, דערווייל זעה איך אז די גאנצע מדינה איז ווייטער פריי און יעדער טוט וואס ער וויל, און דעס כאפט נישט קיינעם
פארוואס קען נישט איין טיכטיגער אינגעמאן אראפ פארען צו דעם איד און גובה עדית זיין פון עם מיט נאך אידען וואס האבען אליינס געזעהן די מעשה און מאכען דערפון א דאקמענטרי און ארויף אויף יוטוב?? איך וואלט געצאלט געלט דערפאר און גערענטי נעווער און מיי לייף וועל איך טון נאך עבירה די יצה״ר קען פארגעסן מיין אדרעס!