כ'לאז איבער די אשכל פאר אפאר שעות און איך קען מיך צוריק צו אן איבערגעדרייטע מעשה. מען שמועסט דא איבער ממזרים, סאטמאר, קלויזנבורג, ליובאביטש, ציריך און ר' י''מ שעכטער. לאמיר זעהן אויב מען קען צוריקגיין צום שמועס.
בדחן האט געשריבן:צום ענין, עס איז שווער - און מעגליך נישט אויסגעהאלטן - אויף א עפענטליכען פארום אויסצושמיעסן פארוואס איינער זאל נישט וועלן נעמען א גר אדער בן גר פאר א איידעם/שניר, אבער עס איז זייער פאשטענדליך.
איך פארשטיי אז די סיבה פארוואס דו האלטסט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו שמועסן אין א פארום איבער דער נושא איז ווייל עס קען וויי טון א ב''ת אדער א גר.
איך האלט אדרבה, בעסער יא אויסשמועסן דא, ווייל ממה נפשך. אויב ביסטו נישט גערעכט וועט מען דיר אויפווייזן. און אויב ביסטו יא גערעכט דאן זאלן זיי כאטש וויסען אין וואס זיי לאזן זיך אריין, און וואס צו עקספעקטן.
לאמיר נאך אמאל איבער חזרן די שאלות.
איז דא א פראבלעם מן התורה חתונה צו האבן מיט א בן ב''ת און א בן גר? אויב יא, וואס איז די פראבלעם? די זעלבע איז לגבי מכבד זיין אזא איינער.
צווייטענס, איז דא עני הסבר מצד אנושיות וואס קען ערקלערן אונזער באציאונג כלפי גרים וב''ת.
איך מוז נאך אמאל באטאנען אז די גמ''ח און פינאנציעלע שטיצע וואס אונזער קאמיוניטי גיבט פאר די משפחות איז אין לשער און עס ווערט נישט אוועק גענומען דורך די עוולות וואס מיר באגיין אקעגן זיי. פון די אנדערע זייט טוט עס אבער אויך נישט מחפה זיין אויף די עוולות.