בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:30 pm
דורך בדחן
קינות גירושין האט געשריבן:פעך די דערמאנסט מיר פון די עקלדיגע גרויליגע סאטמערע פארדארבענע חינוך מגייט אויפטון פאר די ספרדים


נישט דא נאך אזא קהלה וואס האט אוועק געגעבן אזויפיל געלט, בלוט און שווייס, פאר די ספרדים ווי די סאטמערע, און קיינער האט נישט געצווינגען די ספרדישע צו נעמן די הילף, מער האבן עס נישט גענימען ווי יא גענימען און קיינער האט זיי נישט געבאדערט דארט אין די ווייטע ארגענטינע..

קען קימען אזא .... און אזוי שרייבען.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:31 pm
דורך דעת תורה
לעיקוואד האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:לעיקוואוד, איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שיטה אין קירוב. וואס עפעס זאל מען גיין מקרב זיין פרייע אידן צו טשולענט און קוגל? מיינסט מסתמא אז עס פעלט אים תענוגי עולם הזה. אויב דארף ער עפעס איז עס רוחניות. פשוט איז אז זיי מוזן נישט ווערן קיין חרדים צו זיין אידן. זאלן זיי ווערן MO אבער פולקאמע אידן.


טשולענט און קוגל איז א משל. קענסט זאגען א געשמאקע חסידישע דערהער אדער סתם א שיינע מעשה פון תנ"ך אדער גמרא.

סנישטא קיין ענין נישט ער זאל זיי MO און נישט מזרחיסט און נישט קיין שום אנדערע זאך ווי ואוס ער איז יעצט. און בכלל איז דא נישט ריכטיג צו טוהן אזא זאך צו א מענטש עם אוועקרייסען פון זיין פלאץ זיין קהילה וכו'. סך הכל זאל ער האבען אביסעל יידושקייט. אויב וועט ער וועלן היטען שבת אדער אנדערע מצוות איז כל הכבוד, אז דאס איז עם גוט איז פארוואס נישט, אבער גיין זיין א מישינערי איינרעדן א מענטש צו קאנווערטן צו א געוויסע רעליגיע איז נישט אויסגעהאלטן מאראליש און תורה'דיג.


פון א וועלטליכן שטאנדפונקט האט נישט קיין שום פשט - און נישט קיין רעכט - צו באוועגן א מענטש צו טון רעליגיעזע אקטן אפילו אויב עס קומט אים אן גרינג און בא'טעם'ט. פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט איז זייער קלאר אז יעדער וואס האט א דין ישראל איז יעדער איד מחויב צוזען דערצו - מיט גוטן אדער מיט בייזן - אז יענער זאל איינהאלטן יעדן דקדוק קל מדברי סופרים (ותו לא). דאס הייסט נישט טוישן רעליגיע כמובן, דאס הייסט פשוט זען אז איינער וואס באלאנגט צו די רעליגיע זאל אלעס איינהאלטן. (חוץ אויב עס איז נישטא קיין חיוב ערבות. דארף מען זען אויב אזוי צו גאנץ קירוב איז נאר א געפיל נישט קיין הלכה).

וויפיל קען מען זיך נערן וועגן סאטמער?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:48 pm
דורך פסיכאלאג
בדחן האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:פעך די דערמאנסט מיר פון די עקלדיגע גרויליגע סאטמערע פארדארבענע חינוך מגייט אויפטון פאר די ספרדים


נישט דא נאך אזא קהלה וואס האט אוועק געגעבן אזויפיל געלט, בלוט און שווייס, פאר די ספרדים ווי די סאטמערע, און קיינער האט נישט געצווינגען די ספרדישע צו נעמן די הילף, מער האבן עס נישט גענימען ווי יא גענימען און קיינער האט זיי נישט געבאדערט דארט אין די ווייטע ארגענטינע..

קען קימען אזא .... און אזוי שרייבען.

איר כאלעמט
(בנוסח פרידיש)
קוק אביסל אין די היסטאריע,ווי סאך אנדערע האבן. אויפגעטוהן אסאך מער ווי רביזכיסע גענעלייני, די גרעסטע וועג פון מקרב זיין איז נישט מיט על המחיה, זיי מאכן פילן ווי די ערשטע קלאס ביי כלל ישראל דאס איז די אמתע וועג, הגם איך מאך נישט אוועק דאס אויסהאלטעריי ( ווי למשל די קירוב וואס מהרא''ש שיק גיבט פאר די ספרדים, ווער עס איז אביסל באקאנט מיט די ווערטשאפט ביי איהם)

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:44 pm
דורך בדחן
היסטאריע איז כסדר אינטער אטאקע און עס איז זייער נישט פארלעסליך ווייל יעדער בייגט עס לויט זיין געשמאק.

איך קוק אויף די מציאות, פקך עניך וראה, ווער האט געבויעט וואס, און ווער עס האט געהאלפן וועם, און פון ווי די געלט און די עסקנות איז געקימען.

ע״כ, פון דא אין ווייטער קענסטע ווייטער רעדן אויף סאטמער כאוות נפשך און איך וועל דיר נישט איבערהאקען.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:58 pm
דורך איציק
בדחן האט געשריבן:

2) דו - און אנדערע - שרייבען דא א יסוד כאילו עס איז דא א סיסטעמאטישע דיסקרימינאציע קעגן ספרדים, איך אין מיינע פערציג יאר האב עס נישט באגעגענט, אדרבה איך זע דא ווי יעדער איינער פילט זיך ממש בבית, אזויך אויך זע איך עס נישט און די נייעס אז עס זאל פאסירען ערגעץ אנדערש, אפשר גיבסטע אפאר משלים ווי די זעסט די דיסקרימינאציע??

אין אר"י איז פארהאן א שטארקע דיסקרימינאציע קעגן ספרדים. ס'נעמט זיך פון די ציונים, די אייראפע'אישע אויפגעקלערטע וועלכע האבן שטארק אראפגעקוקט די צוריקגעשטאנענע אידן פון די אראבישע לענדער.
אין אמעריקע, אין הכי נמי, מ'זעהט דאס כמעט נישט.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:10 pm
דורך פסיכאלאג
בדחן האט געשריבן:היסטאריע איז כסדר אינטער אטאקע און עס איז זייער נישט פארלעסליך ווייל יעדער בייגט עס לויט זיין געשמאק.

איך קוק אויף די מציאות, פקך עניך וראה, ווער האט געבויעט וואס, און ווער עס האט געהאלפן וועם, און פון ווי די געלט און די עסקנות איז געקימען.

ע״כ, פון דא אין ווייטער קענסטע ווייטער רעדן אויף סאטמער כאוות נפשך און איך וועל דיר נישט איבערהאקען.

בדחן. טייערע איך אלץ סאטמערער האב אן אנדערע צוגאנג צו זאכן,
איך ווער נישט העפי פון מעלות אויף אינז וואס זענען נישט געשטויגען, אין איך האב פיינט די וועלעכע האלטן זיך גאר גרויס מיט בלאפעריי אין קאווער אפס אויף אינזער געמיינדע, אדרבה ווען מען רעדט וועגן אן ענין וואס אינזער רבי משום סיבות שונות איז נישט געווען די גרעסטע אדער דו קלוגסטע דערין, בלייב איך שטיל אין איך האף אז קיינער ברענגט אינז נישט אריין אינעם שמועס,
איים סארי סעקען זיין אז לא זו הדרך אבער איך האב אסאך וויכטיגערס נאך מתקן צו זיין ביז די פראבלעם מיינער

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:17 pm
דורך זר זהב
פסיכאלאג האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:היסטאריע איז כסדר אינטער אטאקע און עס איז זייער נישט פארלעסליך ווייל יעדער בייגט עס לויט זיין געשמאק.

איך קוק אויף די מציאות, פקך עניך וראה, ווער האט געבויעט וואס, און ווער עס האט געהאלפן וועם, און פון ווי די געלט און די עסקנות איז געקימען.

ע״כ, פון דא אין ווייטער קענסטע ווייטער רעדן אויף סאטמער כאוות נפשך און איך וועל דיר נישט איבערהאקען.

בדחן. טייערע איך אלץ סאטמערער האב אן אנדערע צוגאנג צו זאכן,

גראדע איך אלץ קלויזענבוירגער נעם זיך אן פאר בדחן, דער סאטמאר רב האט אסאך געטון פאר די ספרדים

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:46 pm
דורך פסיכאלאג
דאס מיינט נישט געטוהן,
צום הונדערטסטע מאל! קוק מיט דיין אייגן אויגן וויאזוי קוקען זיי אויס אין סאקמער, צווייטע קלאס וואלט גיט געווען,
אין מצד שני קוק אויף אנדערע גדולים וואס האבן זיי מקרב געווען, האבן זיי אריינגעברענגט אין די סיסטעם אויפן ערשטן קלאס חביבי לאזט אייך נישט נערן !

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:44 pm
דורך דעת תורה
פסיכאלג, קודם קריך אראפ פון דיין רבי'ן. ער האט אהין געשיקט א איד אויפצובויען דארט אידישקייט. דאס אהערשיקן זיי וואוינען האט גארנישט געהאט קיין שייכות מיטן רבי'ן.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 7:47 pm
דורך בדחן
עס איז נישט אינגאנצן אזוי, איך ווייס פון איין גאר חשוב׳ע ראש משפחה וואס די רבי זי״ע האט שטארק מחזק געווען אבער צו קימען.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:39 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:גראדע איך אלץ קלויזענבוירגער נעם זיך אן פאר בדחן, דער סאטמאר רב האט אסאך געטון פאר די ספרדים

כך עונשו של בדאי,
ביסטעך געווען אויף בעלזע חתונה!
ערגעץ אנדערש ביסטע א רי"מ שעכטער חסיד,
און ערגעץ אנדערש וואוינסטו גאר אין ציריך.
ממש ולא ידע בשכבה ובקומה.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 10:32 pm
דורך הוגה
כ'לאז איבער די אשכל פאר אפאר שעות און איך קען מיך צוריק צו אן איבערגעדרייטע מעשה. מען שמועסט דא איבער ממזרים, סאטמאר, קלויזנבורג, ליובאביטש, ציריך און ר' י''מ שעכטער. לאמיר זעהן אויב מען קען צוריקגיין צום שמועס.

בדחן האט געשריבן:צום ענין, עס איז שווער - און מעגליך נישט אויסגעהאלטן - אויף א עפענטליכען פארום אויסצושמיעסן פארוואס איינער זאל נישט וועלן נעמען א גר אדער בן גר פאר א איידעם/שניר, אבער עס איז זייער פאשטענדליך.


איך פארשטיי אז די סיבה פארוואס דו האלטסט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו שמועסן אין א פארום איבער דער נושא איז ווייל עס קען וויי טון א ב''ת אדער א גר.

איך האלט אדרבה, בעסער יא אויסשמועסן דא, ווייל ממה נפשך. אויב ביסטו נישט גערעכט וועט מען דיר אויפווייזן. און אויב ביסטו יא גערעכט דאן זאלן זיי כאטש וויסען אין וואס זיי לאזן זיך אריין, און וואס צו עקספעקטן.

לאמיר נאך אמאל איבער חזרן די שאלות.

איז דא א פראבלעם מן התורה חתונה צו האבן מיט א בן ב''ת און א בן גר? אויב יא, וואס איז די פראבלעם? די זעלבע איז לגבי מכבד זיין אזא איינער.

צווייטענס, איז דא עני הסבר מצד אנושיות וואס קען ערקלערן אונזער באציאונג כלפי גרים וב''ת.

איך מוז נאך אמאל באטאנען אז די גמ''ח און פינאנציעלע שטיצע וואס אונזער קאמיוניטי גיבט פאר די משפחות איז אין לשער און עס ווערט נישט אוועק גענומען דורך די עוולות וואס מיר באגיין אקעגן זיי. פון די אנדערע זייט טוט עס אבער אויך נישט מחפה זיין אויף די עוולות.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:20 pm
דורך אביגדור
ניקלישבורג ב"פ.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:22 pm
דורך לעיקוואד
לייג כאטש צו א קרעכץ.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:31 pm
דורך הוגה
דיין תגובה קומט צו בארעכטיגן די הנהגה מושחתת, אדער זיך אפצורעדן דערויף?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:55 pm
דורך דעת תורה
וואס עפעס הנהגה מושחתת? עס איז מטבעי הבריאה, נישט נאר ביי חרדים און נישט נאר ביי אידן. איבעראל איז פארהאן א קלאסן צוטיילונג, צו מען וויל יא צו נישט.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 1:49 am
דורך אביגדור
הנה כי כן יבורך גבר.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:גראדע איך אלץ קלויזענבוירגער נעם זיך אן פאר בדחן, דער סאטמאר רב האט אסאך געטון פאר די ספרדים

כך עונשו של בדאי,
ביסטעך געווען אויף בעלזע חתונה!
ערגעץ אנדערש ביסטע א רי"מ שעכטער חסיד,
און ערגעץ אנדערש וואוינסטו גאר אין ציריך.
ממש ולא ידע בשכבה ובקומה.

ס'אביסל א שארפער עד דלא ידע... :lol: :oops: :roll:

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:42 pm
דורך זר זהב
א באגאבו משפחה וועט נישט נעמען א מעקלערן משפחה, און אזוי איז מיט די שטארקע 2 פיעס מענטשן וועלן זוכן נאר צווישן זיך

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 11:50 am
דורך boxcover
בדחן האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:פעך די דערמאנסט מיר פון די עקלדיגע גרויליגע סאטמערע פארדארבענע חינוך מגייט אויפטון פאר די ספרדים


נישט דא נאך אזא קהלה וואס האט אוועק געגעבן אזויפיל געלט, בלוט און שווייס, פאר די ספרדים ווי די סאטמערע, און קיינער האט נישט געצווינגען די ספרדישע צו נעמן די הילף, מער האבן עס נישט גענימען ווי יא גענימען און קיינער האט זיי נישט געבאדערט דארט אין די ווייטע ארגענטינע..

קען קימען אזא .... און אזוי שרייבען.

לא מדבשך ולא מעוקצך! כ׳רעדט נישט פון שידוכים, וואס אז שוין גוט אויסגעשמועסט אויבען. אבער די חוזק ביים פורים טיש?! קענסטו דאס פארענטפערן מיט פינאציאלע שטיצע?

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:00 am
דורך זר זהב
כיצד מרקדין לפני הכלה!!!

גר און גיורת

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CN-pEircnF4[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:53 am
דורך קינות גירושין
יא יא אונז מעגן זיך לערנען טאנצען
(אויב מהאט אונז נאך נישט גענוג גלערנט....)

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:25 pm
דורך דבילה
זר זהב האט געשריבן:כיצד מרקדין לפני הכלה!!!

גר און גיורת

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CN-pEircnF4[/youtube]


יעצט געקוקט דעם ווידיאו און מיין בויך דרייט זיך נאך.. 'ך קען נישט גלייבן אז א בא'חנ'טע גוט אויסזעענדע בחור ווי ר' עזרא חיים וואלט ווען צוגעפאסט געווארן צו א 350 פונטיגער מיידל ווען נישט וואס ער איז שווארץ.