בלאט 2 פון 4

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:20 pm
דורך wassup
Yups its true and confirmed

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:24 am
דורך נולד מאוחר
ער מעג ווען צי שטעלן ווייפיי.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:32 am
דורך שמעקעדיג
ער שטעלט צו ענליכס: וויי-וויי!

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:33 am
דורך סאשי פיש
אויך אביסעל ענדליך: פוי פוי!!...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:42 am
דורך קרעקער
חברה איך זעה קיינער כאפט באמת נישט וואס דא גייט פאר, מרעט שוין פון וויי פיי?,
איך רעד פון פשוטע נארמאלע באסעס וואס קראכען נישט און וואקלען זיך נישט, מיט פלאץ פאר יעדעם אז מאמעס מיט בעיביס זאלען נישט דארפען שטיין, דרייווערס וואס רעדען נארמאל נישט קוואוואפאוואמאאא עפעס א קארעא שפראך מיט א קאלט בלוטיגע עדיטוד אז זאל זיך יעדער אויפהעגען, דע דרייווער פירט די באס ווי א טראק מיט הינער, און יא מיר זענען טשיקענס אז מיר לאזען זיך פירען צו דע שחיטה
כזאג ענק רבותי איינער גייט געהארגעט ווערען און דעמאלטס גייט מען זיך אויפוועקען, אזוי גייט עס ביי אינז, וויפעל מאל ווען איך קוק אן די דרייווער ציטער איך ער זאל נישט געבען א דריי אראפ די באס פונעם בי קיו אי אווערפעס
קיינער האלט דאך נישט ביים טון קאנסטראקטיוו וועגען דעם בעהט איך ברחמים געבטס מיר א אימעיל אדער טעלעפאן נאמבער פון די סיטי אדער עף בי איי ווי איך קען אריינקאלען קאמפלעינען און מסרען די קאמפאני אפשר וועל איך עם קענען צושפארען

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:53 am
דורך מאטי
בעסטע זאך וואס דו קענסט טון כאפ אפאר הייסע קליפס פון די באס ריידס און שטעל עס ארויס. ווילאנג מ׳דערציילט נאר נאך איז דאמירן בעלמא און די אמן ואמן באס קאמפאני וועט וואקסן גרעסער און גרעסער אן א שטער.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:29 am
דורך קינות גירושין
קרעקער האט געשריבן:אדער ביזטו א גרוש אדער א בחור
יא !! ווען א מאמע שטייט מיט א קינד אין די הענט אויף די ראולער קאוסטער (באס בלעז) וואס וואקעלט זיךף און פליט צו אלע זייטען, און א טוטער בחור זיצט דערנעבען באקוועם, איז עס אסאך וויכטיגער די טאטע זאל עם אויסלערנען זיך אויפשטעלען ווי זיך אפצוווישען אין טוילעט, וויייל סוועט גארנישט געשעהן אז ער שטינקט אבער וועט יא געשעהן ווען די מאמע וועט אראפפליען און געהארגעט ווערען

והשנית
סאיז דא אסאך וואס מהאט אויפגעטוהן, איך קען דיר זאגען איינס וואס איך בין געוועהן אנוועזענד ביי א אסיפה העסקנים און מהאט זיך גערעכענט מיט טענות וואס איינער האט געשריבען אויף עפעס א געוויסע זאך אויף קאווע שטיבעל

קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס די באס קאמפ זאל זיך רעכענען מיט דאס מענשהייט ווען חברינו היקר הרב קרעקער האט מיט די גרעסטע מאס רשעות אריינגעשטאכען הונדרעטער גרושים ביים זאגען אז זיי פארשטייען נישט די נידס פון א פרוי? מהיכי תיתי אז דיין בלוט איז רויטער פון אונזער?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:13 am
דורך בדחן
קרעקער האט געשריבן:איך רעד פון פשוטע נארמאלע באסעס וואס קראכען נישט און וואקלען זיך נישט, מיט פלאץ פאר יעדעם אז מאמעס מיט בעיביס זאלען נישט דארפען שטיין, דרייווערס וואס רעדען נארמאל נישט קוואוואפאוואמאאא עפעס א קארעא שפראך מיט א קאלט בלוטיגע עדיטוד אז זאל זיך יעדער אויפהעגען, דע דרייווער פירט די באס ווי א טראק מיט הינער, און יא מיר זענען טשיקענס אז מיר לאזען זיך פירען צו דע שחיטה
כזאג ענק רבותי איינער גייט געהארגעט ווערען און דעמאלטס גייט מען זיך אויפוועקען, אזוי גייט עס ביי אינז, וויפעל מאל ווען איך קוק אן די דרייווער ציטער איך ער זאל נישט געבען א דריי אראפ די באס פונעם בי קיו אי אווערפעס
קיינער האלט דאך נישט ביים טון קאנסטראקטיוו וועגען דעם בעהט איך ברחמים געבטס מיר א אימעיל אדער טעלעפאן נאמבער פון די סיטי אדער עף בי איי ווי איך קען אריינקאלען קאמפלעינען און מסרען די קאמפאני אפשר וועל איך עם קענען צושפארען


עס זעט אויס ווי די ביסט נישט פון NYC, ביי אונז אין NY איז נישט קיין עוולה צו געבן שלעכטע סערוויס, עס איז סיסטעמאטיש אזוי.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:03 pm
דורך סאשי פיש
די בעל הבית איז דאך א יוד (איך ווייס נישט צו א שומר תורה ומצוות) אפשר גייט מען אריבער רעדען צו עם
די טראלי איז אויך זיינס איך מיין אז דארט שטעלט ער יא שענער צו
GO BUSES איז זיינס קוק די פיקטשערס
Go Buses NY.jpg

דארט שטעלט ער יא צו וויי פיי
images (3).jpg

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:24 pm
דורך שמעקעדיג
ער שרייבט דאך coming soon אויף די ווייפיי..

בכלל מיין איך אז דער עולם האט די ראנג אדרעס, די באסעס זענען נישט אינגאנצן שולדיג, זיי האבן א שותף לדבר עבירה.
מען דארף אויך בלעימען די הייוועי דעפט. אויף די צעקראכטע ראודס, נישטא קיין ד' אמות אן א באמפ אדער פאטהאול, נישטא קיין 10 מינוט וועג אנע קאנסטראקשען, ניו יארק פארמאגט איינע פון די ערגסטע ראודס - (חוץ פון די דריטע וועלט לענדער) און דארף א גרויסע תיקון.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:51 pm
דורך סאשי פיש
די באס איז נאך א האלבע צרה
מען רעדט ווי אזוי די דרייווערס פירען זיך אויף, נישט מענטשליך איז נישט דאס ווארט

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:00 pm
דורך מאטי
מ׳זאגט מ׳רעדט הירסעי אגאנצן טאג דאס ברענגט נישט גארנישט דערצייל א מעשה א נאמען פון א דרייווער א פיקטשער א קליפ דאס וועט אפשר אויפטון.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:05 pm
דורך היימישער
ב"פ ווילי באס איז ארויף געגאנגען מיטן פרייז ווייל אזוי ווי אסאך מענטשן האבען נישט קיין טשענטש מאכען זיי עס גראד 3.00 $

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:16 pm
דורך איך אויך
יואש דאנט געט מי סטארטעד.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
NAVY SEAL האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:ווי אזוי קען זיין א ציבור פון שווערע 1000טער יודען ליידען זיך ביטער אן פון דעם באס און קיינער קען גארנישט טוהן?
ווער סאיז שוין אמאהל געפארען מיט זיי האט א פאק מעשיות צו פארצייעלן, די דרייווערס עקטען ווי קאלטע מערדערס, די באסעס אלט און צוקראכט וואס שאקעלט אויף יעדעם, קיין פלאץ איז נישטא, פארוואס האטזיך נאך קייננער נישט אויפגעשטעלט עפעס טוהן?

איך בעט מען זאל מיר אנצייגען וואו און ווי אזוי מען קען זיי מאסערן
פשוט אז זיי האבען א דין רודף שטעלענדיג אין סכנה אסאך מענטשען יעדען טאג סאו פארוואס זאל מען ווארטען ביז יודען ווערען געהארגעט לאמיך טון למעשה


יאַרן צוריק ערגעץ אינמיטן די נון׳ס האבן זיי געוואלט אריינברענגן קאוטש באסעס, און סהאט זיך דעמאלטס אפגעטוהן פראטעסטן קעגן זיי ביי יעדע באס סטאפ, פארוואס? ווייל מיט די צוקראכטע באסעס קענען די פרויען אראפגיין פון די בעק טיר, אבער א קאוטש באס האט דאך נאר איין טיר וועלן מענער מיט פרויען אראפגיין רחמנא לצלן פון איין טיר , ( איי די מאנסי טרעילס מיט די מאנרא באסעס האבן אויך נאר איין טיר? א קשיא אויף א מעשה. )

ס'פעילט ב"ה נישט קיין ליידיגייערס אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי. קיין דזשאב האבן זיי נישט. זיצן אין ביהמ"ד און לערנען. דאס אויכעט נישט. דער טאג איז זייער לאנג. הייבט מען אן טראכטן. מ'מוז עפעס אויפטון פאר אידישקייט. דער רבוש"ע וועט ח"ו באנקראטירן אן זייער הילף. והשנית. א יעדער האט ליעב אביסל עקשן. צימערמאן יוכיח. קלאר יוכיח.

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:00 pm
דורך סאשי פיש
א בריוו אין דער בלאט!

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:00 pm
דורך אליצפן
מ'קען דא זיצן באקוועם אין ק''ש, און שרייען און שימפן ביז מווערט הייזעריג אבער מ'העט גאר ווייניג אויפטון. לאמיר זען איינער זאל טון תכלית, ארגעניזיר א פראטעסט, עפן א קאמפעטישאן אד''ג.
נו ווער וויל גיין אין שותפות מיט מיר, עפענען א נייער מאדערנער באס קאמפאני, מיט קאטש באסעס און ביליגע פרייזן ?

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:15 pm
דורך איך אויך
צווישן קאוטש באסעס און דער חאזעריי וואס ער שטעלט צו איז דא א היפש מיטל וועג.

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:35 pm
דורך שמו יגער
אליצפן האט געשריבן:מ'קען דא זיצן באקוועם אין ק''ש, און שרייען און שימפן ביז מווערט הייזעריג אבער מ'העט גאר ווייניג אויפטון. לאמיר זען איינער זאל טון תכלית, ארגעניזיר א פראטעסט, עפן א קאמפעטישאן אד''ג.
נו ווער וויל גיין אין שותפות מיט מיר, עפענען א נייער מאדערנער באס קאמפאני, מיט קאטש באסעס און ביליגע פרייזן ?

כבר היה אז מאנכע האבן פראבירט צו עפענען א קאמפיטישען אין דער בעה"ב פון אונזער יעצטיגע קאמפאני האט גענוג פארפירט אז אלעס איז צוריק צום אלטן......
ווי ווייט זיין פחד גייט פון אנדערע קאמפעניס איז באקאנט וואס ער טוט. וואס מער ווי איין יונגערמאן האט מיר פארציילט: אז ער איז ארויף אויף די מאנרא באס אז ס'זאל אים טראגן קיין וויליאמסבורג אין די וועג וועט אים זיין שנעלער אין באקוועמער כידוע. פלוצלינג ווי די ערד האט זיך געעפנט ביי די נעקסטע סטאפ איז אנגעקומען די בעה"ב פון בארא פארק באס אין האט געמאכט אזוינע צעקות אויפ'ן מאנרא דרייווער פאר די "חוצפה" פון נעמען אידן קיין וויליאמסבורג ווען ער איז בסך הכל די מאנרא באס.....ובכן זייט דער טעראר מיטל דארף מען זיך באמת שטארק איינבעטן ביים מאנרא דרייוער פאר "רשות" מיטצופארן קיין ווילי איז "דאס" נארמאל??????????

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:39 pm
דורך אליצפן
וואספארא רעכט האט דער בעה''ב צו האבן טענות? ער האט עפעס א מאנאפאלי אויף די ב''פ-ווילי רוט?
ווער שטערט מיך פון עפענען היינט א נייער באס קאמפאני, און טראגן מענטשן פון בפ צו ווילי פאר פונקט העלפט פרייז?
טעראר? יאך דערשרעק זיך נישט פון קיין טעראר. ווען איך האב די נויטיגע געלטער צו אינוועסטירן טוה איך עס היינט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:47 pm
דורך קאמענטירער
היימישער האט געשריבן:ב"פ ווילי באס איז ארויף געגאנגען מיטן פרייז ווייל אזוי ווי אסאך מענטשן האבען נישט קיין טשענטש מאכען זיי עס גראד 3.00 $

אויב איז דאס די סיבה זאלען זיי עס מאכען ביליגער און סזאל זיין נאר א גלאטע צווייער...

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:51 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אליצפן האט געשריבן:וואספארא רעכט האט דער בעה''ב צו האבן טענות? ער האט עפעס א מאנאפאלי אויף די ב''פ-ווילי רוט?
ווער שטערט מיך פון עפענען היינט א נייער באס קאמפאני, און טראגן מענטשן פון בפ צו ווילי פאר פונקט העלפט פרייז?
טעראר? יאך דערשרעק זיך נישט פון קיין טעראר. ווען איך האב די נויטיגע געלטער צו אינוועסטירן טוה איך עס היינט.

זיי האבן אפגעקויפט פון די סיטי די ראוט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, עס איז נישט אזוי גרינג צו עפענען א קאמפעטישען

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:52 pm
דורך שמו יגער
1)לויט ווי אזוי ביזנעס מבינים זאגן דארף מען האבן גענוג א קעש פלאו צו קענען פירן אזא ביזנעס וואס די זאגסט אז די האסט נישט
2) לויט ווי מען פארציילט (אדרבה ווער געוואויר די פרטים אויב עס איז אמת...) איז היינט די ראוט א לעגאלע ראוט וואס ער האט א פערמיט,לייסענס וכדומה. איז שווערער צו באקומען יעצט א לייסענס אויף דער ראוט
3) והעיקר צו קענען צושטעלן פאר די עולם האלב פרייז פון וואס עס איז יעצט מיט בעסערע באסעס איז כמעט נישט מעגליך צוצושטעלן
סאו ווי אזוי האסטו א פלאן אים צו מאכן ענג אפילו די האסט נישט מורה פאר זיין טעראר??
נ.ב. מען זאגט אז פאריאר איז זיין ריוח געווען א מעלאנא!!!!!