בלאט 2 פון 15
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:53 am
דורך ימי קדם
שמעקעדיג האט געשריבן:נעכטן לייען איך אז עטליכע טרעפיק-לייטס אין ברוקלין האבן באהאלטענע קעמרעס וועלכע כאפן אויף די EZPASS אינפארמאציע פון יעדע קאר וואס פארט אדורך, די שטאט איז נישט מגלה פארוואס זיי ווילן דאס, אבער עס איז פשוט כדי צו שפיאנירן, עס זאל בלייבן אין רעקארד יעדע קאר ווען און וואו עס איז געפארן.
פארשטייט זיך אז די פרייוועסי אדוואקאטן זענען מתנגד דערצו, אבער מען קען רעדן צום דופן.
"נעמט א בייק, אויב גלייכט איר נישט אז אייער אי.זי. פעסס אינפארמאציע ווערט רעקארדירט" - שרייט בלומבערג - "מיר וועלן צוביסלעך אויסראטן יעדע קאר פון ברוקלין, מיט יעדע טעראר מיטל וואס שייך, אפגעזעהן צי איר פארט שטייט, אדער שנעל, אדער אפילו בלויז געפארקט". (די לעצטע פאראגראף איז נישט ערנסט)
E-Z pass אדער License plate? אויב איז עס נאר די איזי פעסס דאן איז דא א פשוטע וועג ארויס (פאר די וואס די עצה פון א בייק ארבעט נישט, כמובן), נישט ארויסלייגן די איזיפעסס נאר בשעת'ן צאלן טאל.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:14 pm
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא
זאגט מיר יעצט איינער אז מ'האט ארעסטירט דעם בעל הבית פונעם געשעפט!
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:19 pm
דורך שעפטל
זר זהב האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא
זאגט מיר יעצט איינער אז מ'האט ארעסטירט דעם בעל הבית פונעם געשעפט!
יענער האט דיר עס אויך געזאגט...?
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 4:50 am
דורך ר' שמחה
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:18 am
דורך שלשלת
א דרייסיג יעריגער דרייווער איז היינט פארטאגס, בערך 4:25, גע'הרג'עט געווארן אין די וויליאמסבורג געגענט, נאכדעם ווי זיין קאר האט אריינגעשמעטערט אין א בוים, אויף העוועמייער ביי סאוט 5. ער איז אפגעפירט געווארן אין וואודהאל שפיטאל ווי ער איז געשטארבן.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:29 am
דורך שלשלת
א פרוי איז היינט אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אין א ערנסטע צושטאנד, נאכדעם וואס א גרויסע צווייג האט זיך אפגעבראכן פון א בוים אין סענטרעל פארק, ווי זי האט געהאלטן אינמיטן שפאצירן מיט איר מאן, און געטראסקעט אויף איר קאפ.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:20 am
דורך זר זהב
א ליווערי קעב דרייווער אין די בראנקס האט געליטן א הארץ אטאקע אינמיטן פירן פאסאזשירן , ער האט אריינגעקראכט אין א דאנקין געשעפט און געשטארבן
http://newyork.cbslocal.com/2013/06/11/ ... the-bronx/
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 11:17 am
דורך boxcover
שלשלת האט געשריבן:ער איז אפגעפירט געווארן אין וואודהאל שפיטאל ווי ער איז געשטארבן.
ווער דען נישט?
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:07 pm
דורך זר זהב
וואטש לייוו וויזוי מ'ראטעוועט 2 ווינדאו וואשערס פון די 46 שטאק אין מאנהעטטן בילדינג. קומט פאר יעצט.
http://abclocal.go.com/wabc/live
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:23 pm
דורך זר זהב
שוין געראטוועט ביידע.
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 11:16 am
דורך זר זהב
A New York City emergency dispatcher is being hailed for spending nearly eight hours on the phone with a woman who had suffered a stroke while rescuers tried to pinpoint the woman’s location.
The New York Post reports dispatcher Joann Hilman-Payne took the call around 1 p.m. Monday and kept the line open until medics found the woman around 8:30 p.m.
The Post reports Hilman-Payne’s efforts are detailed in a letter from a dispatch captain seeking recognition for Hilman-Payne and her colleagues.
The call was eventually traced to a Manhattan apartment where the woman was working as a housekeeper. She remains hospitalized.
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:25 am
דורך זר זהב
דער פארשטארבענער געוועזענער ניו יארק מעיאר, עד קאטש, איז פריש ערשינען היינט אין די נייעס.
עס שטעלט זיך ארויס, אז די ענגרעיווער פון זיין מצבה, האט געמאכט א פארדריסליכע טעות, ביים קריצן זיין געבורט-טאג, און אנשטאט די יאר 1924 שטייט איינגעקריצט אויף זיין שטיין 1942.
די גאנצע מצבה מיט איר פולע נוסח וואס איז געשריבן געווארן דורך קאטש זעלבסט, איז שוין געשטאנען במקום קבורתו עטליכע יאר איידער ער איז געשטארבן. עס האט בלויז געפעלט איין שורה, ווי עס האט געזאלט אריינגעקירצט ווערן די דאטוסם פון זיין געבורט און פון זיין יום המיתה.... און דאן איז געשען די פאנטשער.
די קאמפאני האט זיך אנטשולדיגט פאר די טעות, און האט זיך אונטערגענומען עס צו פאררעכטן בקרוב ממש.

- koch.jpg (39.77 KiB) געזען געווארן 2160 מאל
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:25 am
דורך זר זהב
אין א צווייטע נייעס פון בית הקברות ארויס, איז א קאר אין בראנקס אריינגעפארן אין א ליידיגע פריש אויפגעגרובענע קבר. די 35'יעריגע פרוי-דרייווער האט פראבירט צו טענה'ן אז זי האט געמאכט א טעות, און אנשטאט זיך איינדרייען צו א דרייוו-וועי, האט זי אריינגעפירט די קאר אינעם לאך. מען האט אבער נישט געדארפט זיין צו א גרויסע מומחה צו אנערקענען תיכף, אז די אורזאך פונעם עקסידענט איז פשוט און פראסט, אז זי האט האט געדרייווט די קאר, אונטער א שטארקע אלקאהאל איינפלוס. ארויסקומענדיגע פונעם אויטא האט זי ניטאמאל געקענט שטיין געהעריג אויף די פוס מחמת שיכרות. איר אלקאהאל מאס איז געווען מער ווי דריי מאל אזויפיל ווי דער ערלויבטער מאס.
-------
די פאריגע צוויי תגובות האט שלשלת געשריבן אין אן אומריכטיגן אשכול, און איך האב עס בלויז דא איבערגעלייגט
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 1:26 pm
דורך זר זהב
א אידישער ביליאנער
וויל אפקויפן דעם עמפייער סטעיט בילדינג פאר 2 ביליאן דאלער
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:37 pm
דורך מאיר_וואלף
1
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 3:04 pm
דורך זר זהב
שוין ווידער כמעט א קאטאטראפע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=egt2cB-2RmA[/youtube]
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 12:01 pm
דורך זר זהב
פייער טראק עקסידענט אין וויליאמסבורג

- fe.jpg (21.78 KiB) געזען געווארן 2039 מאל
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 12:23 pm
דורך זר זהב

- fer.jpg (71.18 KiB) געזען געווארן 2019 מאל
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
דורך זר זהב

- firee.jpg (93.48 KiB) געזען געווארן 2017 מאל
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:59 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=akkFTqli4vo[/youtube]
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 7:55 pm
דורך ניו יארק
מאיר_וואלף האט געשריבן:1
איך האב שוין לאנג געזאגט אז מען טאר אים נישט געבען פויבליסיטי, איך האב שוין ביים פראטעסט מורה געהאט פאר דעם...
וואס איז די מעשה דארט?
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 7:34 am
דורך boxcover
מ'האט אים צוגענומען זיין קינד, און ער פראבירט אויף אלע פראנטן.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 5:05 pm
דורך קאמענטירער
מאיר_וואלף האט געשריבן:2
ווער פרינט/טייפט אים די צעטליך? אזוי אויך , איינער ווייסט עפעס מער איבער אים? זיין ביאגרעפי? ווער סשטייט מיט מיט אים וכדו׳?