בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 3:22 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער - סאמטיימס יו אר קרעקינג מי אפ...
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 7:30 pm
דורך לייבעלע
עס איז דא נאך א עניין וואס איז כדאי צי אויסשמיעסען, די חסידים וואס זענען אנגעקימען אויף א אופן פון האחד בא לגור האבען אוועקגענומען נישט נאר די ארגינעלע חן פון מאנסי, נאר אויכעט די אנגענעימע אטמעספער און מענטעליטי. און לאמיך זיך עקספלעינען
מאנסי איז אלץ געווען א שטילע סובארב. אינגאנצן אנדערש פון די רוישיגע ברוקלין, עס איז געווען א שיינע שטילע רואיגע געגענט. ווי איבעראל אין אפסטעיט. בדמיון צי א קאנטרי,
איין דוגמה איז די אחדות וואס האט אלס געהערשט אין מאנסי, יארען צוריק פלעגן אפילו מאנכע פרויען גריסען די מענער גוט שאבעס, מיט א פשטות, און אודאי אזוי איין מאן פארן צווייטן, כמעט וואסיז נישט געווען אזא מציאות אז מען גריסט זיך נישט, א ספאדיק צו א קראך היטל און אלעס אינצווישען, כולנו בני איש א' אנחנו, עס איז געווען דעלישעס, און היינט איז בכלל נישט אזוי, די ברוגז'דיגע געזיכטער פון שטאט האבן אריבערגעפליכטעט קיין מאנסי, סאטמער האט שוין 2 באזינדערע שוהלן און פלאנען צו עפענען עקסטרע מוסדות, און מחלוקת איז אנגעקומען אין מאנסי,
נאך א דוגמה איז די live and let live שיטה, אמאל אין מאנסי האסטו געקענט אנטאהן א שיך אויפען קאפ ואין פוצה פה, קיינער האט נישט אינטערעסיערט וואס די טוסט און ווי די גייסט, היינט מישט מען אריין די נאז אין יענעמ'ס ביזנעס, ס'איז איין גרויסע טשולענט טאפ,
nose.jpg
נאכדעם קומט די חלק פון דרייווען, יעדער האט אמאל געדרייווט רואיג און געמיטלעך, און געפארקט אויף זיין רחבות'דיגען דרייוו וועי,מען האט געסטאפט ביי די סטאפ סיינס, אריינגעלאזט א צווייטן, אויסגעפאלגט די געזעצען, און היינט האבן די אומצציוויליזירטע חסידים איבערגענימען די ראודס, מען דרייווט ווי חיות אין וואלד, מען פליהט און מען מאכט שארט סטאפס, און מען פייפט יענעם אן מיטן הארן
Feif.jpg
און פארקען איז גארנישט בעסער, די גרויסע הייזער ערלויבען נישט צופיל פארקינג, און אויב מיין חבר מאכט א וואכט נאכט אדער א טי אווענט און מען טיילט סעסעמי קוגעל מוז דעך יעדער אנטייל נעמען, און איינער פארקט אויפן סיידוואק, א צווייטער אויף די שיינע גראז, א דריטער שטיפט צעך אריין צווישען 2 קארס אזוי נאנט אז ווען ער עפנט זיין טיר מאכט ער זיכער אריינצוקנאקען אין יענעמ'ס קאר, און אויך אין שיהל איז אזוי, איינער פארקט שיעף און נעמט אויף 2 פארקינג ספעיסעס, אנדערע גייען האלב אויפן סיידוואק און האלב אויפן גראז, ספעשילי די הויכע SUV קנאקערס, און אנדערע פארנעמען גאר די דיסעביליטי פארקינגס, אפשר הער איך זיך ווי א סעלף העיטינג האסיד, אבער דאס איז ליידער דער ביטערע מציעות,
מעקען מאך אסאך מאריך זיין, וואסערע חורבן סיז געווארן פון די כלילת יופי מאנסי, אבער שבת קימט צי גיין, און שבת הוא מלזעוק,
סאו האטס מיר אלע א גוטן שאבעס, (מענער און פרויען )
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:59 am
דורך ימי קדם
berlbalaguleh האט געשריבן:דו זאגסט זייער שטארק ענליך צו דאס וואס "פרעזערוו ראמאפאו" זאגט. נאר זיי זענען אמת'דיג אנטיסעמיטן. אבער דער מציאות איז אז די מענטשן וועלכע האבן ליב א סאך גראז און אפענע פלעצער קענען זיך שוין פאקן די פעק. ווייל דער מצב גייט נאך ווערן א סאך שווערער פון זייער קוק ווינקל.
איך (און נאך אסאך) בין ווייט פון איבערצייגט אין דיינע ווערטער, אין ערגסטען פאל "אנטי פארוואנדלן מאנסי אין וויליאמסבורג".
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:39 pm
דורך לייבעלע
בושה תכסה פנינו,,
שטייען מיר אויף היינט אינדערפרי און מיר שפאצירן אראפ מעיפעל עוועניו גייעדניג צו שחרית. און אך און ווייי. מיינע אויגען טוען שווינדלען. די גאסן זענען פול אנגעווארפען מיט פאטשקעווילען. לענגאויס גאנץ מעיפעל עוועניו פונעם היימשען ציביר. אזא שאנדע. אזא חרפה. עס שרייט פון די צעטליך שטערנבוך.
דאס איז מאמת מיין אשכול. מאנסי איז די נייע וומסב'ג. אזוי עקעלדיג. או לאותה בושה וכלימא.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:57 pm
דורך אבי גערעדט
לייבעלע וויין נישט, מיר זענען אלע אין זעלבן פעקל, אלע היימישע געגנטער האבן באקומען דעם מתנה, (איך ווינדער זיך וואס די מטרה פון די צעטלאך איז, צו גייט ר"מ שטערנבוך אפילו וויסן דערפון?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:01 pm
דורך געפילטע פיש
אויב אזוי איז באראפארק אויך די נייע וויליאמסבורג. א גרויל! אומציוויליזירטע בועלי אימהות, גייט אייך צוריק צו אייער צואה לאך און לאזט אונז צורוה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:47 pm
דורך סאשי פיש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:21 pm
דורך טעפל
פארוואס ברענגסטו אריין דעם וויליאמסבורג אינעם מאניסע אשכול???
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:24 pm
דורך סאשי פיש
עס איז מאנסי פאשקווילען נישט וויליאמסבורג
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:45 pm
דורך איש צדיק תמים
עס איז ממש א ווייטאג ווי ווייט מענטשען קענען זיך דירקייקלען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:56 pm
דורך לבי במזרח
Lets call them by their name. ווער זענען די גרויליגע חברה, די זאלי׳ס? אדער אין מאנסי די בני חיים שיע׳ס? אדער גאר אנדערע גרופעס? אדער אפשר גאר אינדיבידואלע שטירן?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:50 am
דורך לייבעלע
היינט אין די קול הציבור פין מאנסי טוהן די ועד אנשטולדיגען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:05 pm
דורך berlbalaguleh
לייבעלע האט געשריבן:בושה תכסה פנינו,,
שטייען מיר אויף היינט אינדערפרי און מיר שפאצירן אראפ מעיפעל עוועניו גייעדניג צו שחרית. און אך און ווייי. מיינע אויגען טוען שווינדלען. די גאסן זענען פול אנגעווארפען מיט פאטשקעווילען. לענגאויס גאנץ מעיפעל עוועניו פונעם היימשען ציביר. אזא שאנדע. אזא חרפה. עס שרייט פון די צעטליך שטערנבוך.
דאס איז מאמת מיין אשכול. מאנסי איז די נייע וומסב'ג. אזוי עקעלדיג. או לאותה בושה וכלימא.
זיי נישט באזארגט. ס'איז דא פון די געמיינע סחורה אין בארא פארק אויך. דא זענען אלע גאסן באווארפן געווארן מיט די פאשקווילן. זיי ווילן ברענגען דעם טעראר פון וויליאמסבורג און מאה שערים אין אלע אנדערע אידישע געגנטער אויך.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:04 pm
דורך סלינקי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:53 pm
דורך לייבעלע
ריכטיג סלינקי. אויטאריטעיטן זוכן די ווארפער. ביילגעלייגט קענט איר זעין ווי דער עולם ברויזט, דאס איז געשטאנען אין די מאנסי קאמיוניטי צייטינג.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:54 pm
דורך לייבעלע
נאך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:55 pm
דורך לייבעלע
אזוי שרייבענדיג די שורות דא פארען ארים די הייזעריקע קארס איבער די אנגעלייגטע גאסען וואס שרייען שוין פין צופרי צו גיין וואוטען ביי די וואלען. די צייטונגען וואס מען האט ארוםגעשיקט פאר די פאבליק האט אזוי ווי איייביג האט שטארק אנגעשראקען דעם ציבור אז די קעגענער לאזען נישט בויען נייע דירות פאר אינזערע קינדערלעך און פארגרעסערטע משפחות קע'ה. אבער מיט אינזערע פריינט וועט מען קענען בויען נאך אבאנטש דירות. מען האט שוין באכאשעם געבויט דע נייע גראסערי עווערגרין. די טרעפיק דארטן איז זייער גרויס. וביותר בערבי ימים טובים. דער פארקער אויף די גאסען אינאיינעם מיט די סקול באסעס יעדן טאג שפירט זיך שוין כמעט ווי מאנהעטען. אבער מיר דארפן אריינוועהלען פריינט זיי זאלען באשטעטיגען נאך אסאך דירות.
'
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:11 am
דורך berlbalaguleh
לייבעלע האט געשריבן:אזוי שרייבענדיג די שורות דא פארען ארים די הייזעריקע קארס איבער די אנגעלייגטע גאסען וואס שרייען שוין פין צופרי צו גיין וואוטען ביי די וואלען. די צייטונגען וואס מען האט ארוםגעשיקט פאר די פאבליק האט אזוי ווי איייביג האט שטארק אנגעשראקען דעם ציבור אז די קעגענער לאזען נישט בויען נייע דירות פאר אינזערע קינדערלעך און פארגרעסערטע משפחות קע'ה. אבער מיט אינזערע פריינט וועט מען קענען בויען נאך אבאנטש דירות. מען האט שוין באכאשעם געבויט דע נייע גראסערי עווערגרין. די טרעפיק דארטן איז זייער גרויס. וביותר בערבי ימים טובים. דער פארקער אויף די גאסען אינאיינעם מיט די סקול באסעס יעדן טאג שפירט זיך שוין כמעט ווי מאנהעטען. אבער מיר דארפן אריינוועהלען פריינט זיי זאלען באשטעטיגען נאך אסאך דירות.
'
אלץ בעסער די גוטע פריינט פון אידן, אזוי ווי סט. לאורענס, מיט אלע זייערע חסרונות. ווי איידער די שונאי ישראל, למיניהם.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 4:26 pm
דורך לייבעלע
לייבעלע האט געשריבן:אאבער מיט אינזערע פריינט וועט מען קענען בויען נאך אבאנטש דירות. מען האט שוין באכאשעם געבויט דע נייע גראסערי עווערגרין. די טרעפיק דארטן איז זייער גרויס. וביותר בערבי ימים טובים. דער פארקער אויף די גאסען אינאיינעם מיט די סקול באסעס יעדן טאג שפירט זיך שוין כמעט ווי מאנהעטען
די ווערטער האב איך געשריבען כמעט צואנציג חדשים צוריק, עס איז דערווייל גארניקס בעסער געווארען נאר אדרבא די טרעפיק ווערט שווערער נישט נאר ערב שבת אבער אפי' יעדען טאג, ראט 59 ביי די פלאץ לעבען עווערגרין איז א מעין גאס ווי אסאך מענטשען פארען אדורעך אויכעט נישט אידען און זיי קריצען מיט די ציין ווען זיי זיצען אין די טרעפיק, פין די עעווערגרין גראסערי איז ציגעקומען א ריזיגע שאפינג מאלל מיט אסאך מינע געשעפטען און נאך געשעפטען גייען זיך עפענען מיט דע צייט און די טרעפיק איז איום ונורה,
להוסיף חטא אל פשע האט מען לעצטענס ארויפגעלייגט גרויסע עדווערטיזינג טאוולען מיט בילבארדס קאלירטע מיט עלעקטאראנישע און אויכט סתם טאוולען וואס טיען אויסשטעכען די אויגען פונעם גוי, אקעגען עווערגרין איז געווען א ריזיגע סיין פאר איבער פון א חודש מיט א טייערע אויגען אויסשטעכעדיגע פיקטשער פון א פראכטפיל סדר טיש מיט אלע מינע גאלדנע און זילבערנע כלים, לקיים מה שנאמר למה תתראו און אלע גויים וואס פארען דורך זאלען זעהן ווי נעבעכדיג די פ.ס. געליטענע אידען לעבען נעבעך,
דער נייע ראש הגעגענט עד דעי האטצעך גענימען איבער די ביינער פון היימישע אידען מען האט שוין נעבעך אסאך געכאפט מיט נישט אנגענעמע געשעפטען ווי דעי קעיר צענטערען און סזעט נישט אויס ווי ער גייט סטאפען עניטיים סאאן און אידעלעך לעבען דא מיט אנגסט וואס נאך דער בייזער צורר וועט זיך אנטרעפען אויף אונז, דער בשעפער זאל היטען מיט זיין רעכטע האנט,
אבער די דוועלאפערס גייען ווייטער מיט זייערע דרכים ווי נישט זיי מיינט מען. עס ציען זיך ארויף ריזיגע הייזער איינע נאך די אנדערע, והכסף יענה את הכול
יעדער וועט מסתם געדעינקען עטליכע יאר צירוק איז געווען א גרויסע מערכה אין מאנסי אקעגען א נייע וואלמארט, <אויף די זעלבע פלאץ ווי עוועררגין האט זיך אויסגעצויגען און אנגעמאכט א טרעפיק>, בשעתו האבען די עסקנים אלאמירט און פארפירט עולמות אז א נייע גרויסע וואלמארט וועט גורם זיין טרעפיק און צונעמען אסאך פארקינג פון די קארס וואס פארקען טעגלעך ביי די פארק ענד רייד, און מען מיז עס אדורעכפייטען, און עס איז בע'ה געלינגען די מערכה איז אדורעך בשלו' און קיין וואלמארט איז נישטא עד היום והעיר מאנסי צהלה ושמחה ליהודים,
הערטס אבער טייער אידען, וואלאמרט טאקע נישט, אבער די פארקינג גייט אוועקימען פון דארט, מען פלאנירט אויפצושטעלען דארטען א ריזיגע דעוועלאפמענט פון ארום ~850 דירות!!!!!!!!! רייבט דיך דיינע אויגען? איך אויך, דער גאנצע פראפערטי איז כלל נישט צי גרויס נאר מען וועט ארויפציהען הויכע שטאקען, ס'טייטש מען מוז דאך צישטעלען פאר אינזערע טייערער קינדערלעך צי וואוינען, ניין??? מען שמיעסט אין די גאס אז נישט די מאנסיע דעוועלאפערס מאכען דאס, נאר גאר ווימס"ב'גע דושינסקי ראבינאוויטש וואס זענען טרויעריג באקאנט פאר די טייערע הייזער וואס זיי בויען און העכערען די מארקעט פרייזען און די וועליא פון די דירות צו גאר הויעכע ציפערען, זיי האבען די העזה צו קומען אין אינזער מאנסי און מאכען א חורבן, אויב וועלען זיי מצליח זיין וועלען זיי בלי ספק גיין וויייטער,
אבער חוץ פין די דירות טראכטס אריין וואסערע ריזיגע טרעפיק דאס גייט גורם זיין אויף דעם עריע,עס איז גלייך לעבען עווגרגרין ווי מען ליידט שוין יעצט פון די טרעפיק און נעקסט דאאר גייט מען אריינשטיפען 850 דירת, אין מאנסי דרייווט כמעט יעדער און ביי אסך משפחות אויכט די פרויען, קען זיך איינער מצייר זיין און אויסדמיונע'ן ווי שרעקליך די טרעפיק גייט זיין?"?? און מען לאסט עס צו?? קיינער איז נישט מוחה?????? וועלכער פערד האט געגעבען די הסכמה און אפראווט אזא מייסטער סטופיד פלאן???
איך בין נישטא צי אפט אויף קאווע שטיבעל אבער איז שוין מפורסם אז ווען מען וויל דער דבר השם זאל דערהערט ווערען צווישען שלומי אמונה ישראל איז נישט דא קיין אנדערע מקום נאר קאווע שטיבעל, ע"כ זאג איך ענק אידען עס קען זיין א בכי' לדורות מען מוז דאס סטאפען ווי אמשנעלטען פאר אלע קאסטען, מיר האבען גענוג טרעפיק, גענוג ציקראכעטע צילעכרטע ראודס, גענוג פארפלייצינגען, געניג שנאת ישראל, געניג געניג געניג, אינז דארפען א ברעיק, די אינפארסטוקטור פארנעמט עס נישט, ווער עס קען האבען א השפעה אויף סיי וועמען אז אזא שרעקלכער פראיקט זאל צישטאנד קימען זאל פליז טין כל מה שבכוחותיו כי בנפשינו הדבר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אונז טארען זיך נישט פאקויפען פאר געלט אזוי ווי דע רבי האט געלערענט,
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 4:44 pm
דורך שמעון וואלף
איך קען מיך נישט אזוי אויס דארטן אבער ס'קען גאר זיין א ישועה. טראכט אריין, די וואס וואינען פארשפרייט ניצן כסדר די קאר. ווען מ'גייט אין גראסערי, שול, חבר, משפחה אא"וו מוז מען דאך נעמען די קאר. די איינוואינער אין די נייע דעוועלאפמענט וועלן אלעס האבן ביי די האנט, ווי עווערגרין און אנדערע געשעפטן, און כ'בין זיכער אז אפאר שולן וועלן זיך אויך עפענען דארט.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 6:37 pm
דורך ארבעט שווער
דאס אליינס אז די 2 בולדערס שטעקן אריין א פיס אין מאנסי מיינט אז בקרוב גייען די פרייזן ארויפשיסן נאכמער (טאמער ס'נישט גענוג הויעך יעצט)
זיי קומען מיט ריזיגע אפפערס ווי אימער זיי קומען אן און זיי פאנגען אייביג אן מיט א מיליאן דאלאר העכער ווי די ביד האט געהאלטן (וויפיל בעטסטו ? 8 מיליאן איך געב דיר 10 געב עס אהער) און טאמער גייען זיי מצליח זיין דארט ביי זייער ערשטע פראיעקט גייען זיי נאכדעם איינשלינגען די גרעסטע ביז איצטיגע בולדערס
איך געב מיין ווארט לייגט עס אוועק און נעמט עס ארויס 3 יאר ארום וועט איר זעהן מיין פאראויס געקוקטע בליק
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:10 pm
דורך שטילע אינגערמאן
'
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:21 am
דורך געוואלדיג
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:'
שמך נאה לך.