בלאט 2 פון 16
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 12:57 am
דורך ניו יארק
אפשר מאכט מען א פרישע אשכול מיט אלע בויך דרייענישען וועגן דעם אשכול, און דא לאזן ליידיג. די פותח האשכול איז דאך כשר גערעכט.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 1:15 am
דורך זר זהב
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 5:04 pm
דורך געפילטע פיש
ספר מצוות הבית לר' יוסף דוד עפשטיין פרק תשיעי, שלום בית.
וחפשתי ומצאתי בשד"ח, מערכת קול, שהביא רב ספרדי, להתיר זמירות קודש של אנשים ונשים יחד [בשד"ח שם, כלל מ"ב הביא בא"ד] "ומדברי הרב דברי חפץ כו' ומסיק דכל שאינו קול של שירי עגבים, ואינו מכוין ליהנות מקולה, כשמשוררת דברי שירות ותשבחות לד' יתברך, בשביל נס, או שפועה להרדם הילד, או שמקוננות על מת, לית לן בה כל דלא מכוין ליהנות מקולה".
לפי"ז ההיתר הוא אפי' שלא ביחד עם אנשים. אגב, ההיתר בפועה להרדים את הילד לכאו' דהוא בכלל שיר לענין של מצוה, והיינו כדי למנוע צער מהילד ואכהמ"ל.
קומט אויס אז אויב איז די זינגען איז לצורך מצוה, למשל ביי א דינער לטובת א צוועק, מעג מען הערן קול אשה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
דורך מאראנצןזאפט
אדער ביי א חתונה.
ביזט א לץ געפילטע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:24 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן דעם מציבה.
א) נוסח אין אידיש
ב) דער תוכן איז א בקשה צו צינדען א ליכטעל
ג) איר טאטע'ס נאמען "אזריאל" (נישט "עזריאל")
כ'האב גענומען דעם בילד ביום ג' תמוז, אין מאנטיפוארי בית הקברות, נישט ווייט פון אהל חב"ד
(מערק די אריינגעקריצטע בלעטעל אונטען)
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:29 pm
דורך זר זהב
וואאווו ס'איז עמאשענעל. אפשר וועל איך גיין צינדען פאר איר באמת.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:29 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:וואאווו ס'איז עמאשענעל. אפשר וועל איך גיין צינדען פאר איר באמת.
צינד לעכט
דא
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:31 pm
דורך זר זהב
אוי, אקעי נעקסט טיים...
שוין, גענוג!
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:34 pm
דורך לאדיך אפ
ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן די אשכול. ס'מיר אויך געווען אינטערסאנט ווען א חבר האט מיר היינט געשיקט אין אימעיל א שטיקל פון א ספר ווי די מחבר באדאנקט זיין כלב.... נישט מער און נישט ווייניגער...
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:35 pm
דורך שמעקעדיג
טאקע אינטרעסאנט!
זר, פארשטייסט טאקע נישט?
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:37 pm
דורך איך אויך
באוצה"ח איז דא א אשכול דערויף מיט א פאסיגע קעפל 'פני החוקר כפני הכלב'.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:07 pm
דורך קאווע טרינקער
אין די נייע צעצינוב (ליין: טשעטשנאב) קובץ "תרשיש", וואס קומט ארויס לאור לכבוד יעדע דריטע חתונה אין די משפחה, האב איך געטראפן דאס פאלגענד (עמוד ק"ע):
פעם באמצע הלילה תקף כאב שינים גדול להג"ר יעקב אהרן ז"ל ובא מיד למרן הד"ח (דברי חיים) זיע"א [ו]נתן לו את המקטרת - פשטין - ומיד סר מעליו כאבו.
אין די הערות, אות כ"ז:
א"ה: כפי הנראה המדובר מבורשטין, שהד"ח היה נותן כרפואה. [ער ברענגט א בריוו וואס איינער שרייבט]: הנני שולח כאן מעט בוירשטין מאוצר הטוב מאת מחו' ידידי הרב הגאון הצדיק המפורסים שליט"א מק' צאנז
שוין געהערט פון לאנג אז צדיקים האבן זיך באניצט מיט...
יעצט איז מיר נתחדש געווארן אז מ'שעמט זיך ניטאמאל דאס צו מפרסם זיין (גראדע כ'האב הנאה)
ועוד, קיינמאל נישט געוואוסט אז בורשטין איז א רפואה, כ'האב אלץ געמיינט להיפך.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:09 pm
דורך יואליש
וואס איז בורשטין?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:11 pm
דורך קאווע טרינקער
יואליש האט געשריבן:וואס איז בורשטין?
היינט צו טאגס מיינט דאס א "חסידות" אין בארא פארק, מסתם על שם א שטעטל מיט אזא נאמען, על שם א פריץ וואס האט אמאל געוואוינט דארט, וואס האט אזוי געהייסן על שם עפעס א געטשקע מיט אזא נאמען.
אבער, כנראה, אז אמאל איז דאס געווען א נאמען פון אזא סארט דארג בלע"ז.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:13 pm
דורך יואליש
דעם קאנטעקסט האב איך פארשטיינען, אבער ס'האט אויסגעקוקט אז די נאמען איז עפעס א קלארע באווייז.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:14 pm
דורך יואליש
מ'קען זאגן אז בורשטין איז א סארט בארשט. והכל על מקומו יבוא בשלום און די וואס פליען הויעך זאלן צוריקגיין אין קלאזעט.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:16 pm
דורך קאווע טרינקער
יואליש האט געשריבן:מ'קען זאגן אז בורשטין איז א סארט בארשט. והכל על מקומו יבוא בשלום און די וואס פליען הויעך זאלן צוריקגיין אין קלאזעט.
אהה. יעצט פארשטיי איך, די וועלט זאגט אז פאר בארשט דארף מען נישט קיין ציין..
אז די ציין האט אים וויי געטוהן האט ער אים געגעבן בארשט..
חוט השני הלכות יו"ט - להגר"נ קרליץ שליט"א עמוד שנ"ב
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:59 pm
דורך משה געציל
כולל אינגעלייט גייט ארויס אין די מאסן רעוואלטירן! א שאד איך האב עס נישט געזען אפאר יאר פריער...
והנה בזמנינו מצאו להם העניים עצה לאסוף כספים ע"י שבאים לישיבות ולכוללים בזמן הסדרים שיושבים עשרות ומאות לומדים ומפסיקים אותם מלימודם כדי לקיים מצות צדקה. ונראה פשוט שאין היתר לעני להפסיק מתלמוד תורה דרבים, ואף הציבור הלומדים אין להם להפסיק מתלמודם כדי ליתן צדקה, אף שהעני כרגע עומד לפני לומד יחיד הלומד הזה הלא נתחייב במצות צדקה, ובלא תעשה שאסור להעלים עיניו ממנו שנאמר לא תאמץ את לבבך ולא תקפוץ את ידיך, מ"מ אין לו ליתן, והטעם כיון שבסך הכל נגרם ביטול תלמוד תורה דרבים במקום שהעני יכול לבא אחר שאין בו ביטול תורה דרבים, מן הראוי ליתן להעניים רק בזמן שאין בו ביטול תורה דרבים ובפרט שישנם עניים שהם ספק עניים.
מערקט אן די לעצטע ווערטער; "ובפרט שישנם עניים שהם ספק עניים"...
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 1:15 am
דורך איינגעמיירעט
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין די נייע צעצינוב (ליין: טשעטשנאב) קובץ "תרשיש", וואס קומט ארויס לאור לכבוד יעדע דריטע חתונה אין די משפחה, האב איך געטראפן דאס פאלגענד (עמוד ק"ע):
פעם באמצע הלילה תקף כאב שינים גדול להג"ר יעקב אהרן ז"ל ובא מיד למרן הד"ח (דברי חיים) זיע"א [ו]נתן לו את המקטרת - פשטין - ומיד סר מעליו כאבו.
אין די הערות, אות כ"ז:
א"ה: כפי הנראה המדובר מבורשטין, שהד"ח היה נותן כרפואה. [ער ברענגט א בריוו וואס איינער שרייבט]: הנני שולח כאן מעט בוירשטין מאוצר הטוב מאת מחו' ידידי הרב הגאון הצדיק המפורסים שליט"א מק' צאנז
שוין געהערט פון לאנג אז צדיקים האבן זיך באניצט מיט...
יעצט איז מיר נתחדש געווארן אז מ'שעמט זיך ניטאמאל דאס צו מפרסם זיין (גראדע כ'האב הנאה)
ועוד, קיינמאל נישט געוואוסט אז בורשטין איז א רפואה, כ'האב אלץ געמיינט להיפך.
The Baltic Lithuanian term for amber is Gintaras and Latvian Dzintars. They, and the Slavic jantar or Hungarian gyanta ('resin'), are thought to originate from Phoenician jainitar (sea-resin). While most Slavic languages, including Russian, Slovak, and Czech, retain the old Slavic word, in the Polish and Belarusian languages, jantar, while correct, is used very rarely (even considered archaic) and was replaced by the word bursztyn, deriving from the German term, Bernstein.[citation needed]
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:27 am
דורך איינגעמיירעט
איך ליין שוין נישט און איך שרייב מער נישט און דעם סייט,אזוי ווי איך האב שוין פארשידענע מאל געשריבען אז דיע סייט איז א אויבערפלעכליכע לייכטזינעגע סייט,מיט איינזייטיגע תגובות,איך ווייס שוין מער ווייניגער איעדען חכםס approach און געדאנקען גאנג אויף יעדען סוגיא,ולולי אז איך קען ווען קען איך מאכען א אשכול און אנפילען די תגובות פאר אלע ניקים דא
וואס ברענגט מיר יעצט צוריק,איינער האט מיר געקאלט זאגען וועגען דעם תגובה פון די ״בורשטין״ וואס די סאנזער רב פלעגט געבן.און ער האט מיר געשיקט צו וויקי אויף די ווארט amber וואס פון דארטען האב איך מצטט געווען דעם פריערדיגען תגובה
יענער האט זיך גערעגט וויאזוי שרייבט מען דא אזוי אז דאס האט עפעס מיט סמים פאר ממאכט דאס מינומום ריסערסזש.
איך האב יענעם בארואיגט און געזאגט אז רובא דרובא תגובות איז על זה האופן, יודען זענען דאך מאמינים בני מאמינים איינער גלייבט און אותות ומופתים פון זיין רעבין די צווייטער גלייבט אז צאנזער רב האט גענעמען סמים
.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:15 am
דורך הוגה
[tag]איינגעמיירעט[/tag], אל יחר אפך בקאווע שטיבל. דאס איז די געוואלדיקייט פון דער פלאץ אז ווי נאר איינער שרייבט עפעס נישט ריכטיג קומט א צווייטער און ער פאררעכט. דאס איז די ריכטיגע מטרה פון אדורך שמועסן נושאים בדיבוק חברים.
אגב, אז דו ברענגסט שוין יא די אינפארמאציע, אפשר ערקלערט איר פארוואס און ווי אזוי מען רייכערט דער בורשטין? לויט ווי איך פארשטיי איז amber נישט מער ווי א coloring additive. אויך, איז נאך פארהאן מענטשן וואס רייכערען עס היינט?
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:51 am
דורך הוגה
[tag]חזקיהו המלך[/tag], דאס קומט בעצם צו דיין שמועס
אין דער אשכל. זוהר חקת דף קפ''ג ע''א
ובשעתא דישראל תייבין בתיובתא קמי קודשא בריך הוא, וגזירא איתגזר עלייהו, כדין קארי קודשא בריך הוא לצדיקייא דקיימי קמיה לעילא, ואודע לון, ואינון מבטלי ההיא גזירה.
איר הערט? ווען עס איז דא א גזירה אויף אידן איז די אייבישטער זיי מזכיר ביי צדיקים.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:45 am
דורך קאווע טרינקער
איינגעמיירעט האט געשריבן:איך ליין שוין נישט און איך שרייב מער נישט און דעם סייט,אזוי ווי איך האב שוין פארשידענע מאל געשריבען אז דיע סייט איז א אויבערפלעכליכע לייכטזינעגע סייט,מיט איינזייטיגע תגובות,איך ווייס שוין מער ווייניגער איעדען חכםס approach און געדאנקען גאנג אויף יעדען סוגיא,ולולי אז איך קען ווען קען איך מאכען א אשכול און אנפילען די תגובות פאר אלע ניקים דא
וואס ברענגט מיר יעצט צוריק,איינער האט מיר געקאלט זאגען וועגען דעם תגובה פון די ״בורשטין״ וואס די סאנזער רב פלעגט געבן.און ער האט מיר געשיקט צו וויקי אויף די ווארט amber וואס פון דארטען האב איך מצטט געווען דעם פריערדיגען תגובה
יענער האט זיך גערעגט וויאזוי שרייבט מען דא אזוי אז דאס האט עפעס מיט סמים פאר ממאכט דאס מינומום ריסערסזש.
איך האב יענעם בארואיגט און געזאגט אז רובא דרובא תגובות איז על זה האופן, יודען זענען דאך מאמינים בני מאמינים איינער גלייבט און אותות ומופתים פון זיין רעבין די צווייטער גלייבט אז צאנזער רב האט גענעמען סמים
.
שמך נאה לך.
האק אפ מיט דיינע חברים וואס ליינען קאווע שטיבל, און לעב זיך אויס איינגעמיירעט.