בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:48 pm
דורך MickyMouse
איך קען ר׳ יצחק גוט. איך האב געלערנט ביי אים א פאר יאר, זייער אסאך מיט אים אליין.
מיין פראגע איז געווען דירעקטעט צי די נאוישען אז מען זאל גיין באזיכן ר׳ יואליש. (איי שאד העוו ציטירט)

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 8:30 pm
דורך יואליש
כד הוינא טליא האב איך טאקע געהאט א תאווה אים צו קענען לערנען, האב איך אים געפרעגט עטליכע שאלות אין פארשידענע נושאים. מיין הלכה שאלה איז געווען אין הל' שבת בנוגע א טשולענט אויף א בלעך. כ'בין געווען פריש אויסגעקאכט אין שי"ח מיט א רתיחת הילדות און ערווארטעט אן הלכה'דיגע ענטפער, א תשובה פון וואס איך ווייס נישט וכדו' אבערוואס! זיין ענטפער איז געווען "די רבי פלעגט זאגן אז מ'שפילט זיך נישט מיט קיין פייער..." און איך שפאציר אוועק אנגעפאטשט, דאס ווערטל איז דאך מרגליה בפומיה ביי יעדן ע"ה וואס געדענקט דעם רבי'ס מאביל ביי קרן הצלה און אפאר ווערטלעך וואס מ'קייעט איבער משבת לשבתו! פון א ת"ח ערווארט מען אן ענטפער.

זעהט אויס כ'בין נישט געווען געניג א למדן ער זאל זיך עפענען פאר מיר זיין תרעין דחכמתא. חבל.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:18 pm
דורך מאראנצןזאפט
זלמן זאפיר האט געשריבן:הרב הגאון ר' מאיר צוויבל קען כל התורה כולו מען קען פרעגן רוב ש"ס מיט מפורשים בעל פה

ווי אויך איז ער א גאון אין משלב זיין צוויבל קיגל מיט דער סוגיא אין תמורה אז כל מה דעביד רחמנא לא תעביד אי עביד לא מהני אז אביי האלט ווי בלעם און רבא ווי בלעם'ס אייזל א זאך וואס גיט צו א ספעציעלן חן צו זיינע ברייטע קענטעניסן.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:23 pm
דורך מאראנצןזאפט
אינטערעסאנטע זאך, אין אמעריקא איז נישטא אזא זאך ווי גדולים. מאנכע זאגן אז קופת העיר איז שולדיג ווייל זיי קומען נישט צו רבי יחזקאל ראטה מיט א פאפנדעקל פושקע ביי כפרה שלאגן.
עורה'ס קערעקטער איז פייבוש און קופת העיר רבי חיים, און ער שטיצט דאס שטארק. געליינט אמאל אז ער האט געפרעגט נאך אן אסיפה אויב מ'האט גענומען געונג בילדער.
אבי מ'זאגט ער פארשטייט נישט צו ביזנעס.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 4:21 pm
דורך למדן
לגבי דיין טשולענט אויפן בלעך שאלה ווייסטו מסתם דעם תירוץ אבער איך ווייס נישט פארוואס יעדער (אין סטאמאר) קומט צו צו די רביס ווערטל פון פייער, ר' נשמת שבת ברענגט אויך אזא שאלה ער האט א תשובה א לאנגס און א ברייטס גראדע גייט ער היבש להקל אבער צום סוף פארהאנקערט ער זיך אין רבין אז מ' שפילט זיך נישט מיט פייער און מיט דעם ענדיגט ער, זעהט אויס אז דאס איז א הלכה פסוקה פון רבין ואין לזוז ממנה אפילו בנגלה זעהט אויס פארקערט (אפשר א טעם כמוס)

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:45 am
דורך העלא
זר איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט,

ר' יואליש מארגענשטען איז א פורץ גדר ער איז אין חרם דרבינו תם, זייט ער האט שוין כמה פעמים מחלל קידושין געווען באתרא דמר,

די ברך משה האט אים גע'אסר'ט צו פסק'נען שאלות,

ער איז א ריכטיגע "ת"ח שאין בו דעת"

מ'טאר נישט זיין אין די ד' אמות פון דעם אדם ר...,

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 8:28 am
דורך קאווע טרינקער
ווער איז דער ברך משה צו זאגן אויף מארגענשטערן
#ענהכסילכאולתו

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 10:04 am
דורך בעריש
העלא האט געשריבן:די ברך משה האט אים גע'אסר'ט צו פסק'נען שאלות,



ווען איז פארגעקומען דער איסור?

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 11:54 am
דורך [NAMELESS]
יא הגאון הגדול ר' יואליש מארגנשטערן לעבט נאך.

און פאר די מגושמים'דיגע אמעריקאנע וואס האבן א תאווה צו זעהן א איד לערנט אן ערקאנדישאן דארפן נישט פאר ביז בני ברק נאר מען קען עס זעהן אין קרית יואל.

יא דער איד ער איז נישט געזינט כהיום לערנט שוין מיום עמדו על דעתו 20 שעה א טאג בהתמדה.

ער איז בקי בכל התורה כולה נישט ווייניגער ווי רש''ל קנייבסקי.

זיינע חידושים לאזט ער נישט דריקען, יעדער וואס שרייט זיך ביי עם קען זעהן די חידושים בכתובים.

צו זיין שלעכט מזל איז ער פונקט וי הגאון הגדול ר' אברהם לייטנער אריינגעפאלן ביי די סאטמורים.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:12 pm
דורך berlbalaguleh
עמעזאן: דו ביסט גערעכט. איך גיי (ח"ו) נישט אפפרעגן זיין גאונות.זאלל ער מאריך ימים ושנים זיין עמו"ש בבריות גופא ונהורא מעליא. אבער זיינע מעשים. דארט איז די קשיא. ווען ער טוט די זעלבע זאך אין לעיקוואוד אדער מאנסי, וואלט קיין איינער נישט מערער אדער מעורר געווען. ווייל דארט איז נישט דא קיין מרא דאתרא. משא"כ אין קרית יואל. דאס איז א שטעטל וואס איז נתייסד געווארן דורך סאטמאר'ע רבי הדברי יואל זצ"ל פאר סאטמאר'ע חסידים. און דער ברך משה האט ממנה געווען זיין זון מהר"א שליט"א אלס מרא דאתרא. דו מוזסט נישט מקבל מרות זיין פון איהם. די ק.ג.ב. (כ'מעין די סקווירא'ער) וועללן נישט קומען קלאפן אין דיין טיר. אבער, דאמאלס וואוין נישט אין קר"י...! און אויב מ'וואוינט יא דארט און מ'איז מסדר קידושין אן זיין רשות איז דאס א פאטש אין פנים. און ס'איז נגד התורה...והדברים פשוטים...!

נ.ב.: יא. שמעקעדיג. אזוי האלט איך. איך בין נישט מער ווי א בערל בעל עגלה. אבער דאס איז מיין מיינונג. דו מוזסט נישט האלטן אזוי. איט'ס עי פרי קאנטרי... :lol:

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 1:56 pm
דורך קרעקער
וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
קרעקער האט געשריבן:וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל

וויפיל נתיבות? וויפיל עס איז דא אין ספר. וועלכע תשובות ספרים ער האט אפגעלערנט בין איך נישט באקאנט איך קען מברר זיין אז דו ווילסט.

סתם לידיעתך מען רעדט נישט דא פון א ר' געציל...

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 3:10 pm
דורך יעקב מענטש
קרעקער האט געשריבן:וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל

איך קען אים נישט, און איך האב אים זיכער נישט פארהערט, (איך האב איינמאל גערעדט מיט אים אויפן טעלעפאון, געהאט א מינדערוויכטיגע סכסוך מיט אים) אבער אזויפיל זאגט מיר מיין טאטע וואס איז געזעצן נעבן אים אין ישיבה, אז נאך אין ישיבה לא פסיק פומיה מגירסא.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז א דבר ידוע אין ישיבה איז ער שוין 1:00 פארטאגס געווען צוריק ביי די גמ' נאך די נאכט שלאף

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:31 pm
דורך דולה ומשקה
נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:36 pm
דורך ברוך בער
דולה ומשקה האט געשריבן:נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.


איר זאגט בלשון הרב קרעציג ווערעמיג. אין 1939 איז ארויס א דייטשער פילם דער עוויגער זשיד וואס האט ג'משל'ט דאס אידנטום צו ראטן וואס ברויכן פארניכטעט ווערן. מיטן שטארקן אויפגעקלערטקייט איז גוט צו וויסן אז ב'טיטלען מענטשן קרעציג וכו' ווייזט אויף א געפערליך צוריקגעשטאנענקייט.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm
דורך יעקב מענטש
ברוך בער האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.


איר זאגט בלשון הרב קרעציג ווערעמיג. אין 1939 איז ארויס א דייטשער פילם דער עוויגער זשיד וואס האט ג'משל'ט דאס אידנטום צו ראטן וואס ברויכן פארניכטעט ווערן. מיטן שטארקן אויפגעקלערטקייט איז גוט צו וויסן אז ב'טיטלען מענטשן קרעציג וכו' ווייזט אויף א געפערליך צוריקגעשטאנענקייט.

און ביליג-קייט. נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אן אמת'ער עובד השם, וואס זיין איינציגע עוולה איז דאס האבן שיטות וואס דולה ומשקה האלט פאר עקסטרעם.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:41 pm
דורך [NAMELESS]
דולה ומשקה האט געשריבן:נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.

ווייל ער זאגט נישט בוהא??

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:49 pm
דורך היסטאריקער
עמעזאן » מאנטאג יוני 19, 2017 2:01 pm

קרעקער האט געשריבן:
וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל
וויפיל נתיבות? וויפיל עס איז דא אין ספר. וועלכע תשובות ספרים ער האט אפגעלערנט בין איך נישט באקאנט איך קען מברר זיין אז דו ווילסט.

סתם לידיעתך מען רעדט נישט דא פון א ר' געציל...



יעקב מענטש האט געשריבן:
ברוך בער האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.


איר זאגט בלשון הרב קרעציג ווערעמיג. אין 1939 איז ארויס א דייטשער פילם דער עוויגער זשיד וואס האט ג'משל'ט דאס אידנטום צו ראטן וואס ברויכן פארניכטעט ווערן. מיטן שטארקן אויפגעקלערטקייט איז גוט צו וויסן אז ב'טיטלען מענטשן קרעציג וכו' ווייזט אויף א געפערליך צוריקגעשטאנענקייט.

און ביליג-קייט. נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אן אמת'ער עובד השם, וואס זיין איינציגע עוולה איז דאס האבן שיטות וואס דולה ומשקה האלט פאר עקסטרעם.


איך זע אז ר' געצל'ס כבוד באדערט דיך נישט, וואס האסטו טענות אויף דולה?

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 5:02 pm
דורך [NAMELESS]
צו זאגן אז ר' יואליש איז מער פון ר' געציל איז א פגם אין די כבוד פון ר' געציל??

ר' געציל איז קלאר א תלמיד חכם פארט נישט א ר' יואליש

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 5:39 pm
דורך קרעקער
כהייב אהן טראכטען אז דער עמעזאן מיינט באמת ליצנות צי מאכען פון ר' יואליש אין בחינה פון מתוך שבחו בא לידי גנותו

רבי געציל איז א עכטע תלמיד חכם, ער קען די בוקס גוט, אפשר איז ער א קל אדער לצ'ל, ער האט אינטערגעשריבען קעגען סידור קידישין וכו', אבער ער איז א שטארקע תלמוד חכם און מוח נפלא
רבי יואליש איז א עובד השם, שטייט אויף 1 פארטאגס שוין 100 יאהר, איך וואלט אפילו געקענט גלייבען אז ער איז א בעל מפות, אבער קיין ערענסטע תלמוד חכם איז ער נישט, און בכלל איז ער נישט באקאנט צו זיין דער גרויסער בעל מוח, פרעג יעדען וואס קען אביסעל לערנען

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:16 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל

קרעקער: און ס'דא נאך ספרים וואס איך בין זיכער אז ער קען נישט. למשל וואס דער דרך מאיר זאגט ביי הילכות נטילת ידים ביניך זיכער אז ער וועיסט נישט.און אין נתיבות מאיר האט ער נאכנישט אפילו אריינגעקוקט. ווער שמועסט נאך אין שו"ת הרמ"ז. דארט זענען דאך פארהאן וואונדערליכע תשובות אויף אלע ה' חלקי שולחן ערוך...! און, ס'זאלל אדורכגיין א שבת און ער זאלל אפילו נישט ארויפלייגן דעם הייליגן ספר קדושת מאיר אדער אור המאיר אויפ'ן טיש...! ברענג מיר 3 רבנים וועלכע זענען בקי אין די וואונדערליכע תשובות פון שו"ת הרמ"ז. ס'דא נאך ספרים למשל ווי חידושי בערל בעל עגלה על פרשיות השבוע. אן אמת'ער תלמיד חכם דארף זיין בקי אין די אלע אויבנדערמאנטע ספרים...!

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:31 pm
דורך לך לך
מענין לענין ר' יואליש פילט זייער נישט גוט
(פרעג מיר נישט וויאזוי ר' געציל פילט.. העי)