בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:16 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אין אגרות משה איז דא א תשובה צו א בלינדער מעג אריינגיין מיט זיין קוק-הונט אין א בית המדרש.
דאכט זיך מיר ער האט דארט א שמועס סתם אזוי איבער דעם ענין פון מגדל זיין א כלב בתוך ביתו.
---
יאיר, איך פארשטיי דיין רביצין, זי האט מורא אז די הונטל וועט זיך באקוועם מאכן אין שטוב, אין די עול פון ארומגיין אפאר מאל א טאג כאפן א שפאציר מיטן הינטל גייט בלייבן אויף איר אחריות, אין די חלק פון זיך שפילן מיטן הונטל גייסטו האבן. זאג איר צו אז חלק כחלק גייסטו האבן אין דעם אחריות פון ארויסנעמען דעם הונטל אויפן גאס, כדי ער זאל קענען מקיים זיין דעם מאמר חז"ל ככלב השב אל קיאו.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:31 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:יאללה.... א נייע ארגאנעזאציע חסידים-פאר-הונט...
המממ.. צו שארף. לאמיר אנהויבן מיט "חסידים פאר פעטס" (נישט פעטש). וואס איז ראנג מיט א קליין זיסע COZY האזעלע?
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:34 pm
דורך יאיר
שמעקעדיג האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:יאללה.... א נייע ארגאנעזאציע חסידים-פאר-הונט...
המממ.. צו שארף. לאמיר אנהויבן מיט "חסידים פאר פעטס" (נישט פעטש). וואס איז ראנג מיט א קליין זיסע COZY האזעלע?
יא, איך גיי פאר עס. א צוקערדיגע פעראט, א בא'חנ'טע רעביט, ווער דארף קינדער וואס קענען מאלעסטעט ווערן און אראפגיין פון וועג? איך מיין אז די ווידערווילן וואס דער עולם צייגט פאר פעטס ווייזט אויף די אלגעמיינע פרעמדקייט וואס דער חסידישער עולם האט צו גאט'ס בריאה.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:40 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2ByI1zWtxPo[/youtube]
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:49 pm
דורך טשולענט
יאיר האט געשריבן:אה, מיין חלום איז צו קענען האלטן אינדערהיים א הערליכע ווייסע הינט מיט א לאנגע ווייכע וויידל. מיין ווייב טענה'ט אבער אז עס איז אדער זי אדער די הונט, און איך האלט אינמיטן מחליט זיין וואס צו באשליסן. .
האלטסט אימיטן מחליט זיין וואס צו מחליט זיין, אהא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 11:23 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:יאללה.... א נייע ארגאנעזאציע חסידים-פאר-הונט...
המממ.. צו שארף. לאמיר אנהויבן מיט "חסידים פאר פעטס" (נישט פעטש). וואס איז ראנג מיט א קליין זיסע COZY האזעלע?
איך האב אפאר חברים מיט האזעלעך אינדערהיים, איינער האט מיר געוואלט אוועקגעבען איינס, מיין ב"ב האט מיר משכנע געוועהן אז אונז זענען אסאך נישט אינדערהיים און מ'וועט נישט קענען נארמאל מטפל זיין מיט דעם, שוין געבליבען אזוי..
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:42 pm
דורך איך אויך
אבער די וואס האבען פיינט די פיל קינדער ענווייערמענט וועלן זיין נאך מער אויפגערעגט אויף די האזלן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 1:04 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס? די האזלען זענען נישט קיין מחוצפים. זיי בלייבן אלץ קיוט, אזוי ווי די זיסע בעביס, און זיי וויינען ניטעמאל ביינאכט.
(אוי לדור שכך עלתה בימיו, מען האט מער ליב PETS ווי די אייגענע קינדער...)
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 1:06 pm
דורך איך אויך
זענען דאך די פרומע גערעכט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:48 pm
דורך יואב
יידל האט געשריבן:יואב האט געשריבן:וכדברי אותו חכם. The more i see people, The more i like dogs (אדמו'ר מסעוויטשנעשאן שליט"א)
וי לי לאותו דור, שאימרה כה מחכימה מתאמרה משמיה דמיכאל שבת, בו בעת
שכבר אמרו אותו גדולי הראשונים. אוי לאותו בושה אוי לאות כלימה.

הא לן והא להו. די קליינקעפיגע מאטאריסטן וועלעכע פלעגן צוהערן מכאל'ן, זאגן דאס נאך בשמו, מ'שטיינס געזאגט אויף זיין איגו קען איך נישט ארבעטן.
אז ער האט דאס נישט נאכגעזאגט בשם טוועין, האב איך בשוגג געברענגט א פאלשן גאולה אויפן וועלט. והוא רחום יכפר.
און וואס זאל איך טוהן אז ביי אונזערע ביכער ציטירט מען מארק טוועין נאר זיין שטיקל וואו ער לויבט אויס כלל ישראל?
יידל, דו זעהסט דאך אז דער מר. סקעפטיק שרייבט אז הגם מ'קרעדיטירט מארק טוועין דערויף, איז דאס נישט זיין אייגענס עס וועל.
סאו איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב מיין זוהן וועט מיר דאס נאכזאגן בשם אותו חכם "יידל".
צום שלוס וויל איך אנמערקן צוויי נקודות.
איינס, אמת מארץ תצמח. ס'איז געוועזן אמת 2000 יאר צוריק, ס'איז געוועזן אמת 100-200 יאר צוריק, און ס'איז אמת יעצט.
"מענטשן מאכן דאס לעבן קראכן", אזש ס'ברענגט ליבע צו די פיר פיסיגע.
צווייטנס איז אזוי. טאמער ביזטו מר. סקעפטיק אויף יאההא ענסערס, און עס מאכט טאקע שטארק סענס, דאן האבן מיר אנדעקט פרישע סחורה על אותו חכם יידל. שכח פאר דעם.
אויב נישט, וויל איך וויסן וויאזוי ס'ארבייט ביי דיר. מאכסט חיפוש איבער א פראז, ווערסט געוואר די רוזעלטאטן, און קומסט קלאגן אויפן דור דא הארט דערנאך?
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:05 pm
דורך קינות גירושין
אויב נישט, וויל איך וויסן וויאזוי ס'ארבייט ביי דיר. מאכסט חיפוש איבער א פראז, ווערסט געוואר די רוזעלטאטן, און קומסט קלאגן אויפן דור דא הארט דערנאך???
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 5:43 am
דורך איציק
זר זהב האט געשריבן:מורא'דיגע טאפיק! פונקט נעכטן האבעך געהאט שרעקליכע בושות, א הונט האט געבילט אויף מיר און איך האב נישט געהאט וואס צו זאגן.
נעמט עס נישט פערזענליך. מיר מאכן דאס מיט מעשים בכל יום...
דער הונט בילט און די באן פארט ווייטער!
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:04 am
דורך איציק
קינות גירושין האט געשריבן:גיי פאר טערעפי!
לא יאומן כי יסופר סדרייען זיך ארום ערוואקסענע מענטשען און לויעפן אוועק פון א פרידליכע באשעפעניש
כידוע זענען די הינט מורעדיגע פיינע איבערגעבענע פאר זייערע בעלבתים
כלב איז די ווארט ״כל לב״
סאיז נישט א נארמעלע זאך מורא צו האבען א הונט
אמאליגע צייטען פלעגט מען שרייבען אויף א קמיע ״הינט הינט די בוזט עשו׳ס קינד וכו׳״
מ'דארף נאכנישט גיין אויף טעראפי, און ס'איז אויסדרוקליך יא א נארמאלע זאך אז א מענטש וואס איז נישט אויפגעוואקסן ארום הונט האט מורא פון זיי.
ביי אונז פלעג מען זאגן דעם פסוק: ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:42 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז נאר דא איין פראבלעם. נישט אייביג פארשטייט דער הונט לשה"ק.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:37 pm
דורך איציק
און צומאל לאזט דער הונט נישט זאגן א פסוק, כידוע די מעשה (מיט'ן הייליגער מלבי"ם דאכצעך).