לאזן דעם בחור צייט זיך צו לופטערן און פארברענגען.
'ך וואונדער זיך צו דאס איז נישט מער רעדעריי פון חלומות ענדערש ווי א ריאליסטישע פלאן.
חוקר ודורש האט געשריבן:http://cloud.tapatalk.com/s/5d66106960892/AUDIO-2019-08-27-20-39-58.mp3
דא קענט איר הערן פון הרב גיפס אליין אז די אנגעבליכע סיבה איז צוליב חובות פון געלט, נאר אויב ער וואלט געהאט מער בחורים וואלט ער געקענט גרינגער דעקן די חובות.
אישתישבי האט געשריבן:דאס אז די ישיבה פארמאכט זיך איז א ראיה אז מען קען נישט מאכן א ישיבה אנדערש ווי די אנדערע, ווייל די וועסט נישט האבן קיין בחורים. דער רגע מען נעמט אהן יעדעם, קומט נישט קיינער. זכר לדבר, שמעלקע לייפער
תורה ומדע האט געשריבן:פארוואס אבער זענען ישיבות גדולות שווערער אנצוהאלטן ווי מתיבתות פאר בחורים׳לעך. אין ברוקלין געפונען זיך ישיבות לרוב, מסתם 25 אדער נאכמער, אבער זיבעציג פראצענט פון זיי זענען נאר פאר ביז די זעכצן-זיבעצן יאר אלט. פאהרט מען דען אזוי פיעל נאך אלץ קיין ארץ ישראל? ווי אהין פארט מען דען ? ישיבת מיר האט דאך נישט קיין צורה פון א ישיבה, און די אלע וואנעבי ישיבות זענען נאר דא לפנים, נישט אנדערש ווי די ארץ ישראלדיגע מיידלעך סעמינארן. טשעבין איז גאנץ פיין.
yerushalmi האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:פארוואס אבער זענען ישיבות גדולות שווערער אנצוהאלטן ווי מתיבתות פאר בחורים׳לעך. אין ברוקלין געפונען זיך ישיבות לרוב, מסתם 25 אדער נאכמער, אבער זיבעציג פראצענט פון זיי זענען נאר פאר ביז די זעכצן-זיבעצן יאר אלט. פאהרט מען דען אזוי פיעל נאך אלץ קיין ארץ ישראל? ווי אהין פארט מען דען ? ישיבת מיר האט דאך נישט קיין צורה פון א ישיבה, און די אלע וואנעבי ישיבות זענען נאר דא לפנים, נישט אנדערש ווי די ארץ ישראלדיגע מיידלעך סעמינארן. טשעבין איז גאנץ פיין.
ווער זאגט אז א 20 יעריגן בחור דארף א ישיבה מיט א צורה ישיבת מיר איז פערפעקט פאר אן עלטערן בחור.